נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, וואלן!
אנשטאט יעדע נייעס זאל גיין אין די אשכול ווי עס געהערט, איז יעדע נייעס צושפרייט ביי טויזענטע טישלעך,
פלאטפארמעס, ווינקלעך, בימה׳ס, און הויפטקוואטירן.
אנשטאט אונזער אלע געבענטשטע ריפארטער זאלן אפדעיטן אייוועלט מיט קראנטע נייעס, אפדעיטן זיי זייער ליינער באזע אויף זייער פראוואטע טשענעל, וואס איז צופעליג געהאוסט אויף אייוועלט סערוועיר…
פארוואס?
למה?
Why?
עס איז א גרויסע שאד אז צו ליינען א שטיקל נייעס מיט אלע פיטשווקעס באריכטעט דורך אונזערע ״אלע״ ריפארטער, ברויך מען גיין פישינג און 10 אשכולות…
גאנצע שיינקייט פון אייוועלט געווען ווען אלע געלונגענע ניקים האבן געדעקט אויף איין פלאץ יעדער האט צוגעלייגט וואס יענער האט פארגעסן, און אזוי ווייטער.
און אויכעט האט מען באריכטעט און אוועקגענומען פעיק ניוז , נאכן ווערן פעקט געטשעקט פון דו שטארקע חברה
דו דארפסט נישט מער קוקן וויאזוי דו טראמפ שיסעריי איז געווען געדעקט , ווייט פון די אייוועלט סטאנדארטן געווענליך, אנגעפיקיוועט מיט פעיק ניוז און קאנספיראציעס, זייער אסאך נייעס זענען געווען שפעט אדער בכלל נישט באריכטעט.
אין איין ליין:בעסיקלי אייוועלט געווארן ווי א whatsapp וואס מען קען פאללוען יעדעם סטאטוס..
אז דו געערטער דזשורנאליסטן וואס אייוועלט פארמאגט גלייכן ענדערש עקסטרע אשכולות, איז אפשר שטעלט מען זיי אלע צאם?
(דיסקלעמער : פארשטייט זיך אז דו פראמינענטע איבערגעגעבענע שרייבערס זענען גארנישט מחיוב צו טון , און טאקע א ריזיגער דאנק פאר אלעס ביז יעצט , מען ברענגט נאר ארויס דו דעת קהל איבער דו לעצטיגע טויש אין אייוועלט)
דאס איז מיין מיינונג (מיט נאך אסאך ניקים), וואס איז אייער מיינונג?
ביטע גיבט אפ אייער שטימע!