אנטפלעקט!! די אומבא'טעמ'טע סיבה פארוואס מיין קאר האט געשמעקט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

אנטפלעקט!! די אומבא'טעמ'טע סיבה פארוואס מיין קאר האט געשמעקט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ווי האט יענער געזאגט? וויאזוי ווייסט מען וואס איז א יידישע קאר? אויב מ'זעט א טישא באקס אין די פראנט...

יאפ! ס'מיר געבליבן 24 מינוט אויפן זייגער צו שרייבן אביסל וועגן דאס יידישע קאר און זיין הערליכע אויסזען.

אונז יודן האמיר א מעלה אז מיר זענען מורא'דיג געשמאק און באקוועם אין אונזער קאר. א חבר מיינער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט א 4 בעדרום, 3 אין זיין שטוב און 1 איז זיין קאר... דארט שלאפט ער, דארט עסט ער, דארט זיצט ער מיט זיין טעבלעט.... בקיצור, האסט אמאל געזען א גוי ארומפארן מיט א איבערגעדרייטע קאר?...

אין א יוד'ס קאר קענסטו טרעפן ליידיגע טיש באקסעס (א פולע באקס איז א חידוש), אלטע ספרים, צוקוועטשע מאמענט'ס, פלעסטיג פושקעס פון סענדוויטשעס, א פעקל ביסלי, א פלעסטיג קאפ וואס האט אמאל געדינט פאר א מילקשעיק אדער אייסקאפי, 12-13 טשארדזשעס פאר אלע מינע טעלעפאון'ס נאר נישט פאר דיינס, א אור-אלטע דזשי פי עס, פלעשלעך וואסער פון די פריערדיגע גענערעישאן, 2-3 קאקע קענס, און וואס נישט.

יידן האבן א מזל אז ס'איז דא פסח איינמאל א יאר, ווען נישט וואלט מען שוין היינטיקע צייטן נישט געקענט אריינגיין אין קאר מחמת רוב דרוק.

ביזט אמאל אריין אין א יידישע קאר און ס'האט געשמעקט א מחי'? נעווער עווער. נישטא אזא זאך ביי כלל ישראל, ס'נישט אויסגעהאלטן לויט רוב פוסקים בכלל.

ווער רעדט נאך ווען מ'פארט ארויס מיט די גאנצע משפחה, קינד און קייט, פאר אזא 2 שעה'דיגע נסיעה? אוי, די רבש"ע זאל אונז אפהיטן פון אלעם בייזן. אויף אלע גוים... אנגעהויבן פון פילע בעגס פון עסן וואס ליגט ביי יעדען איינעם אונטער די פיס, און ס'קיינמאל נישט געשען אז איינער האט געדארפט עפעס וואס ליגט פונקט ביי זיין בעג, און אויך נישט ביין ברודער'ס וואס זיצט נעבן אים. אייביג דארף איינער עפעס וואס ליגט ביי די זעקל פון דער וואס זיצט אין פראנט, - בשעת ער זיצט אין די בעק - און נאך 5 לאנגע מינוטן וואס די זעקל איז ענדליך זוכה צו דערגרייכן זיין הענט, כאפט ער אז האט ניטאמאל געדארפט די בעג... קינדער עסן זיך אן מכל מילי דמיטב, ברעכן אויס כל מילי דלא מיטב, און ווער רעדט נאך אויב מ'האט פארגעסן ברענגען ברעכן בעג'ס, גיסט מען שנעל אויס איין זעקל פון עסן כדי צו כאפן די געברעכאטס און מ'כאפט נישט די ברעך, און מ'האט אויסגעגאסן די בעג פון די פלעשער וואסער וואס איינער האט נישט גוט צוגעמאכט זיין באטל, סאמ האו. און ווען מ'קומט צוריק אהיים.... וויאזוי די קאר קוקט אויס? ס'קוקט אויס ווי די מאמע האט מחליט געווען צו מאכן א פרוכט-סאלאט דא אין קאר, און זי האט בטעות אריינגעלייגט א פארפוילטע עפל. און איך בין נישט זיכער אז איך האב עס גוט מגדיר געווען, אבער עפעס אזא מין זאך צווישן א בלאטע און א שטורעם. עפעס אזוי.

אויך די נישט געשמאקע געפיל ווען די טוסט שוין יא א מצוה, און די געבסט איינעם א היטש... דארפסט אנהייבן ריקן פעיפערס מיט קאר סיטס, און פונקט ליגט אויף די אונטערשטע סיעט א צווייטע קאר סיעט, וואס ליגט שוין אין דיין קאר 12 חדשים נאך וואס האסט געבארגט פון דיין שוואגער איינס, וואס צום סוף האסטו עס נישט געניצט, ווייל דיין ווייב האט גע'טענה'עט אז 'ס'איז שמוציג', כאילו אונזער קאר סיעט איז ריינער....

תכלית, כ'מוז לויפן, כ'האב נאך אסאך וואס צו רעדן, אבער מ'העמיר בלייבן שטיין ביי דעם.

אהא, יא, פארוואס שרייב איך עס?? דאס איז דאך די עיקר, און כ'האב כמעט פארגעסן....

מיין קאר, האט די לעצטע 2 וואכן אנגעהויבן שמעקן ממש נישט צו די זאך. כ'העל זאגן בערך וויאזוי ס'האט געשמעקט, ערב יום כיפור פארטאגס ביי די כפרות שלאגן. איים סארי. אבער אמת איז אמת. יעדע מאל איך בין אריין אין קאר איז ממש נישט געווען צו אויסהאלטן. כ'האב געדארפט עפענען אלע 4 פענסטער וכולי האי ואולי.

היינט, וועגן סאם ריזן האב איך ממש געטאן אן עבירה און מסדר געווען, עקשעלי - ניטאמאל מסדר געווען, עכטיג האב איך נאר געריקט עפעס א בעג פון שמות וואס ליגט אין די באגאזש - פון איין זייט צום צווייטן, און ס'האט זיך אנטפלעקט פאר מיר א שרעקעדיגע בילד.

א חודש אלטע אומגעגעסענע טונא סענדוויטש.

באן אפעטיט.
די נייע מערכה אויף אייוועלט!!!

#שרייב ארטיקלען און בריוו - אבער נאר פאזיטיוו!!!


קרעדיט: די פאזיטיווע ליינער/לייקערס פון אייוועלט.

@יוחנן כהן:
viewtopic.php?t=71068
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22505
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אנטפלעקט!! די אומבא'טעמ'טע סיבה פארוואס מיין קאר האט געשמעקט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

יא יא, וויאזוי ווייסטו וואס עס קומט פאר אין מיין קאר?!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:54 pm

Re: אנטפלעקט!! די אומבא'טעמ'טע סיבה פארוואס מיין קאר האט געשמעקט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן »

"12-13 טשארדזשעס פאר אלע מינע טעלעפאון'ס נאר נישט פאר דיינס"
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17799
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנטפלעקט!! די אומבא'טעמ'טע סיבה פארוואס מיין קאר האט געשמעקט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יש משהו האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:08 pm
א חודש אלטע אומגעגעסענע טונא סענדוויטש.
תנ"א ושיי"ר..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ווייסעך דען
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 21, 2016 1:09 am
לאקאציע:ווייסעך דען ?

Re: אנטפלעקט!! די אומבא'טעמ'טע סיבה פארוואס מיין קאר האט געשמעקט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך דען »

כ'ווייס נישט אבער כ'ווער מער נאושעס און עקל פון א גוי'אישע קאר דרוך אסאך מער ווי ביי וועלעכע אנגעווארפענע אידיש קאר
(אפשר האב איך נאכנישט געווען אין א קאר מיט א איבערגעלאזטע סענדוויטש)
תכלית הידיעה שלא נדע
איש טוב מבשר טוב
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 6:08 pm

Re: אנטפלעקט!! די אומבא'טעמ'טע סיבה פארוואס מיין קאר האט געשמעקט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש טוב מבשר טוב »

את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:12 pm
יא יא, וויאזוי ווייסטו וואס עס קומט פאר אין מיין קאר?!
וואס הייסט? די געסט ארויס קליפס פון דיין דעש קעם יעדע שטיק צייט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”