מטו"מ - וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט?

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

מטו"מ - וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אין פרשת מטות געפונען מיר צווישן אנדערע די מעשה פון די בני גד און בני ראובן. ווי די תורה הקדושה דערציילט אונז, וּמִקְנֶה רַב הָיָה לִבְנֵי רְאוּבֵן וְלִבְנֵי גָד עָצוּם מְאֹד, די צוויי שבטים ראובן און גד האבן פארמאגט גאר אסאך שאָף, וַיִרְאוּ אֶת אֶרֶץ יַעְזֵר וְאֶת אֶרֶץ גִּלְעָד וְהִנֵּה הַמָּקוֹם מְקוֹם מִקְנֶה, זיי האבן געזעהן אז די שטעט אין וועלכע כלל ישראל האט זיך דעמאלטס געפונען [נאך אינעם עֵבר הירדן איידערן אריינגיין קיין ארץ ישראל] זענען גוט באוואקסן און זענען גוטע ערטער צו קענען פּאַשען זייערע בהמות, דעריבער זענען זיי געקומען צו משה רבינו און די נשיאים מיט א פארשלאג אז דאס זאל ווערן זייער חלק, אנשטאט באקומען אן ארבטייל אין ארץ ישראל צוזאמען מיט אלע אנדערע שבטים ווען מ'וועט אריבערגיין דעם ירדן, זענען זיי מסכים צו בלייבן דא און ווילן באקומען די שטעט פון 'עבר הירדן' אלס זייער נחלה. יֻתַּן אֶת הָאָרֶץ הַזֹּאת לַעֲבָדֶיךָ לַאֲחֻזָּה אַל תַּעֲבִרֵנוּ אֶת הַיַּרְדֵּן.

משה רבינו האט פארשטאנען פון זייערע ווערטער אז זיי פלאנען בכלל נישט אריבערצוגיין דעם ירדן און זיי זענען נישט גרייט ארויסצוהעלפן כלל ישראל מיט די מלחמה וואס מ'גייט האלטן מיט די פעלקער אין ארץ כנען כדי איינצונעמען דאס לאנד פון זיי. משה רבינו ענטפערט זיי מיט גאר שארפע רייד, איר טאָרט נישט טוהן אזא זאך צו לאזן די איבריגע שבטים אליינס גיין אין מלחמה איינצונעמען ארץ ישראל און איר וועט דא בלייבן זיצן באקוועם, "הַאַחֵיכֶם יָבֹאוּ לַמִלְחָמָה וְאַתֶּם תֵּשְׁבוּ פֹה, וְלָמָה תְנִיאוּן אֶת לֵב בְּנֵי יִשְׂרָאֵל... וְהִנֵה קַמְתֶּם תַּחַת אֲבֹתֵיכֶם תַּרְבּוּת אֲנָשִׁים חַטָאִים"... ער איז מאריך מיט מוּסר און גלייכט זיי צו צו די מרגלים וואס האבן אוועקגעקערט די הארץ פון כלל ישראל און זיי געשטערט פון אריינגיין קיין ארץ ישראל, און דא קומט איר און טוט די זעלבע ח"ו.

למעשה האבן די בני גד און בני ראובן געענטפערט פאר משה רבינו אז דאס איז בכלל נישט זייער כוונה, נאר "גִדְרֹת צֹאן נִבְנֶה לְמִקְנֵנוּ פֹּה וְעָרִים לְטַפֵּנוּ" זיי ווילן דערווייל בלויז בויען דא ערטער צו האָדעווען זייערע בהמות, און שטעט פאר זייערע קינדער צו וואוינען, און זיי אליינס וועלן אלעס איבערלאזן דא און אריבערגיין דעם ירדן צוזאמען מיט די אנדערע שבטים און זיי העלפן מלחמה האלטן, און נישט סתם העלפן, נאר אפילו גיין פאָראויס און שטיין אין שפיץ פון די מלחמה (וויבאלד שבט גד זענען געווען גיבורים) און זיך נישט אומקערן אהיים ביז מ'וועט נישט ענדיגן אייננעמען ארץ ישראל און מאכן זיכער אז כלל ישראל ירש'ענט דאס לאנד.

צו דעם האט שוין משה רבינו מסכים געווען און געזאגט אז אויב זיי וועלן איינהאלטן זייער תנאי דאן וועלן זיי טאקע קענען באקומען די חלק אין עבר הירדן אלס נחלה, אבער אויב וועלן זיי נישט האלטן וואָרט דאן וועט זייער זינד זיין גאר גרויס און זיי וועלן באשטראפט ווערן אויף דעם.

צום ערשט דארף מען פארשטיין וואס באדייט די גאנצע שקלא וטריא דא, צו דען האבן די בני גד און בני ראובן אמאל געזאגט אז זיי האלטן נישט ביים ארויסהעלפן די מלחמה אז משה רבינו האט טענות צו זיי? און אויב האט משה רבינו געהאט א טעות אין זייער כוונה, און באמת זענען זיי יא געווען גרייט צו גיין אין מלחמה, דאן וואלטן זיי איהם תיכף ומיד געדארפט פאררעכטן און אויסשמועסן קלאר זייער פלאן אז זיי ווילן יא מיטגיין העלפן די אידן. און פארוואס שרייבט עס די תורה פאר אונז, אויב דא איז געווען א טעות אין זייערע ווערטער.

די צדיקים וואס זענען נזהר אין מצות תפלין

נאך א ענין אין וועלכע מיר ווילן זיך מתבונן זיין, איז די מלחמת מדין וואס ווערט געברענגט אין פרשת מטות, סמוך ונראה איידער די אויבנדערמאנטע מעשה פון די בני גד און בני ראובן. דער אייבישטער האט באפוילן פאר משה רבינו, "נְקֹם נִקְמַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵאֵת הַמִּדְיָנִים" אז די אידן זאלן גיין מלחמה האלטן און נקמה נעמען פון די מדינים וועלכע זענען געווען שותפים צוזאמען מיט מואב מכשיל צו זיין כלל ישראל מיט די חטא פון זנות וואס האט גורם געווען צו די גרויסע מגיפה ווי דערמאנט אין סוף פרשת בלק.

השי"ת הייסט אז מ'זאל נעמען טויזנט מענטשן פון יעדע שבט, א סך הכל פון צוועלף טויזנט אידן זאלן ארויסגיין צו די מלחמה קעגן מדין. און ווי חז"ל זאגן אז די צוועלף טויזנט אידן זענען
געווען ספעציעל געקליבענע צדיקים און ערליכע אידן.

גאר וואונדערליכע דיבורים געפונען מיר אין מדרש (שהש"ר ד' ג') "רבי הונא אמר שלא הקדים אחד מהן תפילין של ראש לתפילין של יד, שאילו הקדים אחד מהן תפילין של ראש לתפילין של יד לא היה משה משבחן, ולא היו עולין משם בשלום, הוי אומר שהיו צדיקים ביותר", אז זיי זענען געווען אזעלכע גרויסע צדיקים וואס האבן נישט געהאט די מינדנסטע עבירה, ווי למשל אז קיינער פון זיי האט קיינמאל נישט מקדים געווען און אנגעטוהן די תפלין של ראש איידער די תפלין של יד, ווייל אויב וואלטן זיי געהאט אפילו די איינע חטא וואלט זיי משה רבינו נישט אויסגעלויבט און זיי וואלטן נישט זוכה געווען זיך צוריק צו קערן בשלום, אזויווי ס'האט טאקע פאסירט אז יעדער איינער פון די צוועלף טויזענט מענטשן זענען צוריקגעקומען נאכן געוואונען די מלחמה.

וואס די ווערטער זענען ממש א מדרש פליאה, פארוואס האבן חז"ל אנגעכאפט דוקא די מצוה פון תפלין כדי צו לויבן דערמיט די צדיקים וואס זענען ארויסגעגאנגען מחלמה האלטן מיט מדין, וואס איז דער ענין מרמז און וואס לערנט עס אונז?.

עס לוינט זיך צו הערן און כאפן דעם פסק
איידער מיר הייבן אָן אפצולערנען און ארויסנעמען א מוסר השכל פון די עניני הפרשה על פי דרכינו, איז טאקע כדאי מקדים צו זיין און דערמאנען א דבר נחמד וואס ווערט דערציילט אויף הרה"ק רבי יהודה לייב פון גור - דער שפת אמת זי"ע. אלס קינד איז ער אמאָל נישט געגאנגען שלאפן, נאר געבליבן וואַך במשך די גאנצע נאכט און געלערנט מיט גרויס התמדה און חשק אינאיינעם מיט א חבר זיינע. זיי האבן געהאָרעוועט אין לערנען ביז אינדערפרי, און נאר שפעטער ווען די מידקייט איז איהם שוין גאר שטארק באַפאַלן, האט זיך דער יונגער יהודה לייב געלייגט שלאָפן אביסל אויסצורוען זיינע פאַרמאַטערטע ביינער, און איז אזוי געשלאָפן א שטיק צייט.

זיין זיידע הגה"ק בעל חידושי הרי"ם זי"ע (וועלכער האט איהם אויפגעהאָדעוועט) האט באמערקט ווי זיין אייניקל שלאָפט אזוי שפעט אין טאג אריין, איז אריין צו איהם אין צימער אריין, און אנגעהויבן זאגן שארפע מוסר רייד אויף דעם וואס ער פארברענגט אזוי די טייערע צייט מיט'ן שלאָפן, און ער האט איהם שטארק פאָרגעהאַלטן היתכן ער שטייט נישט אויף פרי און שטרענגט זיך נישט גענוג אָן צו עבודת הבורא.

דער אייניקל האט אויסגעהערט די רייד פון זיין זיידן מיט גרויס ערנסקייט, און האט איהם נישט איבערגעהאַקט אפילו איין רגע, נאר די גאנצע צייט אויסגעהערט דעם 'פְּסַק' פונעם חידושי הרי"ם אָן זיך אָנרופן קיין וואָרט זיך צו פארענטפערן פארוואס ער איז געשלאפן. זיין חבר וועלכער איז געשטאנען דערביי און מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה, האט נישט געקענט באהאלטן זיין וואונדער, און ווי נאר דער חידושי הרי"ם איז ארויסגעגאנגען פון צימער, ווענדט ער זיך צו זיין חבר יהודה לייב, און פרעגט איהם מיט התפעלות, "פארוואס האסטו זיך נישט פארענטפערט פארן זיידן, דו וואלסט דאָך איהם געקענט אין איין רגע אָפענטפערן אז דו ביסט באמת געווען אויף די גאנצע נאכט און געלערנט, און דאן וואלט ער דיר אפגעלאזט, פארוואס האסטו איהם נישט דערציילט דעם אמת?!".

דער יונגער שפת אמת האט געענטפערט פאר זיין חבר "איך האב נישט געוואלט איבערהאַקן דעם זיידן אינמיטן זיינע רייד, ווייל כ'האב געוואלט הערן נאך מוסר פון זיין הייליג מויל". און דערביי האט ער געעפנט א חומש צו פרשת מטות, און איהם געוויזן די אלע שטרענגע ווערטער וואס משה רבינו זאגט דא מוסר צו די בני גד און בני ראובן, און נאר צום סוף, נאך עטליכע פסוקים שטייט וַיִגְשׁוּ אֵלָיו וַיֹאמְרוּ... וַאֲנַחְנוּ נֵחָלֵץ חֻשִׁים לִפְנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל... לֹא נָשׁוּב אֶל בָּתֵּינוּ עַד הִתְנַחֵל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל... אז זיי האבן זיך פארענטפערט אז זיי וועלן אודאי מיטגיין אין די מלחמה און העלפן די אנדערע שבטים אייננעמען דאס לאנד, און נאר נאכדעם וועלן זיי זיך אומקערן צו זייער חלק אין עבר הירדן. לכאורה וואלטן זיי געדארפט תיכף איבערהאקן משה רבינו און זיינע שארפע דיבורים צו זיי, און זאגן אז זיי האבן יא בכוונה צו גיין העלפן כלל ישראל. אלא מאי -האט דער שפת אמת אויסגעפירט צו זיין פריינט- עס איז זיי געווען א שאָד נישט ארייצוכאפן נאך אביסל מוסר פון זייער גרויסער רבי'ן משה רבינו, זיי האבן געוואלט הערן זיינע רייד ביז צום סוף, ווייל מוסר פון א אדם גדול לוינט זיך אלעמאל צו הערן אפילו ווען מ'איז גערעכט.

לא כן עשו העיקר עיקר והטפל טפל
אבער אין ספרים איז מבואר אז צווישן די מוסר רייד פון משה רבינו צו די בני גד און בני ראובן, ליגט נאך א טיפע נקודה, א יסודות'דיגע זאך וואס משה רבינו האט באמערקט אז מען דארף פאררעכטן ביי די שבטים פון גד און ראובן.

אין זייערע ווערטער האבן די בני גד ובני ראובן זיך אויסגעדרוקט פאר משה רבינו, "גִדְרֹת צֹאן נִבְנֶה לְמִקְנֵנוּ פֹּה וְעָרִים לְטַפֵּנוּ" אז זיי ווילן בויען דא ערטער צו האָדעווען זייערע בהמות און שטעט פאר זייערע קינדער צו וואוינען. משה רבינו האט זיי פאַרראָכטן און געזאגט אז די ריכטיגע סדר דארף זיין פארקערט, "בְּנוּ לָכֶם עָרִים לְטַפְּכֶם וּגְדֵרֹת לְצֹנַאֲכֶם" קודם זארגט מען זיך פאר די קינדער, און נאר נאכדעם פאר די בהמות. און ווי רש"י ברענגט אז משה רבינו האט זיי מוּסָר געזאגט דערמיט, "לא כן עַשׂוּ העיקר עיקר והטפל טפל, בנו לכם תחלה ערים לטפכם ואחר כך גדרות לצאנכם" מאכט דעם 'עיקר' פאר א 'עיקר' און דער 'טפל' זאל בלייבן א 'טפל' און נישט מקדים זיין דער טפל פאר דעם עיקר.

דאס הייסט, משה רבינו האט דערשמעקט אז זיי זענען צו שטארק מחשיב זייערע גשמיות'דיגע קנינים און זייערע בהמות וכדומה, און זיי רעדן דערפון נאך איידער זיי האבן גערעדט פון זייערע קינדער, דאס ווייזט אז זייער 'סדר' וואס איז וויכטיג און וואס נישט, איז נישט אויסגעהאלטן, און דאס דארף מען שנעל פאררעכטן און אויסקלארן.

מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל לייגט צו בתוך הדברים אין זיין ספר שיח יצחק, אז מ'געפונט שוין אזוי אין פסוק באלד ביים אנהייב וואו די תורה שרייבט אז די בני גד און בני ראובן האבן געהאט אסאך בהמות, "וַיִּרְאוּ אֶת אֶרֶץ יַעְזֵר וְאֶת אֶרֶץ גִּלְעָד וְהִנֵּה הַמָּקוֹם מְקוֹם מִקְנֶה" ווי נאר זיי האבן געקוקט אויף די שטעט האבן זיי באלד געזעהן די טובה פון זייערע בהמות, דאס איז געווען זייער 'השקפה ראשונה' וואס זיי באמערקן גלייך. ווען די קאפ ליגט אין א געוויסע ענין, איז דאס וואס שווימט כסדר ארויף אויפן געדאנק, מ'איז פארנומען צו טראכטן דערפון און זוכן וועגן וויאזוי דאס צו פארבעסרן און פארמערן. די אנדערע שבטים ווען זיי האבן געקוקט אויף די זעלבע שטעט, האבן לַאו דוקא באמערקט די גוטע פּאַשע און גראז וואס וואקסט דארט, אבער זיי האבן יא תיכף געזעהן דעם "וְהִנֵּה הַמָּקוֹם מְקוֹם מִקְנֶה", ווייל דאס איז געווען ביי זיי גאר א גרויסע עיקר.

און ווי דער ראש ישיבה זצ"ל איז מדגיש, פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פון די הייליגע שבטים, און מ'רעדט זיכער נישט פון פשוט'ע ענינים. נאר לויט די קדושה און דערהויבנקייט פון די בני גד און בני ראובן האט משה רבינו מרגיש געווען א דקות'דיגע פגם וואס זיי האבן אין זיך אז זיי מאכן זייערע קנינים פאר א געוויסע עיקר, דאס שטייט זיי פאר די אויגן, און אויף דעם האט ער זיי געוואלט מוסר זאגן.

ווען מען פארגעסט אינגאנצן פונעם עיקר
אז די תורה הקדושה שרייבט ארויס דער ענין און חז"ל זענען דאס מפרש, ליגט אודאי דא פאר אונז א מוסר השכל און א הדרכה לדורות.
ווען א מענטש אנערקענט נישט אדער פארשטייט נישט ריכטיג וואס איז באמת וויכטיג און וואס נישט, דעמאלטס איז ער אומשטאנד צו פארקריכן גאר ווייט ח"ו. ער ווייסט נישט אויף וועלכע זאכן מ'דארף לייגן א דגוש און משקיע זיין דערין, און וועלכע זאכן מ'דארף נאר טוהן אויף יוצא צו זיין. ער קען מוותר זיין אויף די חינוך און די עתיד פון זיינע קינדער חלילה, ווייל ער איז פארנומען מיט זיין אייגענע געלט און כבוד וכדומה, הגם דאס זענען זאכן וואס וועלן נישט האבן א קיום פון היינט ביז מארגן, אבער איינמאל עס ווערט ביי איהם א עיקר און עס פארנעמט ביי איהם א אָרט, שענקט ער אוועק פאר דעם זיין טייערסטע צייט און כוח.

משל למה הדבר דומה, ווי די וועלט דערציילט אן אלטע ווערטל, געווען איז אמאל א פריץ וואס האט געדארפט פארן אויף א ווייטע וועג און ער האט באשטעלט א בעל עגלה אז ער זאל קומען מארגן און איהם טראגן צו זיין באשטימטע דעסטינאציע. דער בעל עגלה איז געווארן איבערגענומען מיט גרויס התרגשות, א קלייניגקייט? ער גייט פירן דעם גרויסן פריץ אין זיין וואגן... פארשטייט זיך אז ער האט גוט אויסגערייניגט דעם וואגן און עס באצירט און באשיינט, ער האט גוט אויסגעפוצט זיינע פערד, און נישט פארגעסן אנצוטוהן זיין שענסטן אנצוג מיט זיינע בעסטע שטיוול, כדי צו מאכן דעם ריכטיגן רושם ווי עס פאַסט ווען מען פירט אזא גרויסן פריץ.

ווען עס איז געקומען די באשטימטע צייט, זעהט דער פריץ ווי דער בעל עגלה קומט צוגיין צופיס צום פאלאץ, און ער שטייט ביים טיר מיט גרויס דרך ארץ און הכנעה און ער וואַרט. ווען דער פריץ פרעגט איהם "וואו איז די וואגן?" גיבט ער זיך א כאפ, אוי, די איין זאך האט ער פארגעסן אינדערהיים... ווייזט אויס אז זיין התרגשות איז געווען אזוי גרויס אז פון די גאנצע עקסטאז האט ער נישט געדענקט צו ברענגן דעם פערד און וואגן. דעם שיינעם רעקל און די געפוצטע שיך האט ער נישט פארגעסן אנצוטוהן, נאר דאס וואס מ'האט באמת געדארפט פון איהם דאס האט ער געלאזט אין שטוב.

אזא פנים האט מען ווען מ'מאכט א עיקר פונעם טפל און א טפל פונעם עיקר. און די נמשל פארשטייט יעדער אליינס, אז ווען מען ווערט פארטוהן אין נארישקייטן און מ'לייגט אריין די קאפ און אומנויטיגע זאכן, פארגעסט מען צומאל פונעם עיקר.

וויפיל מאל מאכט זיך עס ליידער ביי אסאך פון אונז, ווי דער מענטש ווערט באמת אינגאנצן איינגעזינקן אין א טפל'דיגע זאך, אין הבלי עולם הזה, און אין דעם לויפט זיין גאנצע מחשבה טאג און נאכט, אין דעם לעבט ער, און דאס זעהט ער שטענדיג פאר די אויגן און חלומ'ט דערפון אָן אויפהער. ווען דורכדעם פארנאכלעסיגט ער די אמת'דיגע וויכטיגע זאכן, זיין רוחניות,
זיין שטוב, זיינע קינדער, בלויז ווייל ער איז פארנומען מיט אנדערע נישטיגע זאכן.

וויסן אז מען האט נאר איין טאג געבליבן
עס זענען באקאנט די טרעפליכע ווערטער פון הרה"ק בעל תפארת שלמה פון ראדאמסק זי"ע אויף דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (דף מ"ג:) אויפן פסוק אנהייב פרשת חוקת, זֹאת הַתּוֹרָה אָדָם כִּי יָמוּת בְּאֹהֶל, "אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה" די תורה האלט זיך נאר ביי אזא איינער וואס איז זיך מוסר נפש פאר די תורה און ער הארגעט זיך אוועק פאר די תורה. איז דער תפארת שלמה מסביר די כוונה, א איד דארף אויסנוצן יעדע רגע און וויסן וויפיל ער קען אויפטוהן ווילאנג ער לעבט, ווייל אויף יענער וועלט קען מען שוין גארנישט טוהן קיין מצוות און מעשים טובים. א מענטש זאל זיך נאר פאָרשטעלן, ווען מ'וואלט געגעבן פון הימל א געלעגנהייט פאר נפטרים אז זיי זאלן קענען צוריקקומען אויף אונזער וועלט נאר איין טאג, וואלטן זיי געשעצט יעדער רגע און אריינגעכאפט וואס מער מצוות ומעשים טובים און גוטע זאכן, און נישט מבטל געווען קיין איין סעקונדע, וויסענדיג די טייערקייט פון די צייט אויף די וועלט.

און דאס איז דער רמז פון זֹאת הַתּוֹרָה אָדָם כִּי יָמוּת בְּאֹהֶל, א איד וועט אויסנוצן די צייט ריכטיג צו תורה און עבודה און תשובה, אויב ער ווייסט און געדענקט "כִּי יָמוּת בְּאֹהֶל" אז נאך אביסל גייט ער ח"ו שטארבן, און דאן וועט ער לעכצן און בענקן נאך יעדע רגע אויף דער וועלט. אז ער איז זיך 'ממית' אויף די תורה און טראכט שטענדיג וואס וועט זיין נאכן שטארבן, וועט ער וויסן אז יעדן טאג וואס ער האט אויף די וועלט איז א מתנה פון הימל.

דאס איז די וועג וויאזוי א איד דארף לעבן, שטענדיג געדענקן און האבן דעם געפיל אז די צייט איז קורץ און טייער, און אויב מ'גיבט דאס אוועק אויף מינדערוויכטיגע זאכן דאן פארפאסט
מען חלילה דעם עיקר. אויב א מענטש טראכט צו זיך און איז זיך מתבונן באמת אין די אויבנדערמאנטע מחשבה "אויב מ'וואלט מיך געגעבן נאך איין טאג צוריק צו קומען פון יענע וועלט, וואלט איך דאס אוועקגעשאנקן פאר מיין ביזנעס? וואלט איך זיך ארומגעקריגט מיט אנדערע? וואלט איך געגאנגען ליידג אין די צייט?"... דאס וועט איהם ערוועקן צו געדענקן וואס איז וויכטיג און וואס נישט. רבי איד נוץ אויס דיין צייט אויף די ריכטיגע זאכן, לערן און דאווען, געב דיך אפ מיט דיינע לעכטיגע קינדערלעך און מיט זייער חינוך, ארבעט אויף דיינע מידות, זעה וואס דו קענסט טוהן מצוות און מעשים טובים און חסד פאר אנדערע, און אזוי ווייטער.

די הארבקייט פון נישט וויסן א חילוק צווישן עיקר און טפל
דערמיט קערן מיר זיך צוריק צו אונזער פרשה, און דא שטייט גאר א טיפע יסוד: משה רבינו האט טענות צו די בני גד און בני ראובן אז זיי גייען נישט אין מלחמה אריין צוזאמען מיט כלל ישראל, און ווי מיר האבן געפרעגט האבן זיי דאָך קיינמאל נישט אזוי געזאגט און ס'איז אינגאנצן נישט געווען זייער כוונה. נאר וויבאלד משה רבינו זאגט זיי דא מוסר אז זיי מאכן א עיקר פונעם טפל און א טפל פונעם עיקר, זאגט ער זיי אז די סוף וועט זיין אז זיי וועלן אויך נישט גיין אין מלחמה מיט כלל ישראל! ווייל אין אנהייב ווען דער מענטש ווערט אריינגעשלעפט אין די טפל'דיגע ענינים, האלט ער נאך קאפ און ער טרייסט זיך א גאנצע צייט אז ער וועט מאכן זיכער אז ס'גייט נישט צו ווייט, ער וועט נאר טוהן אביסל אהער און אביסל אהין אבער אודאי וועט ער געדענקן אז דאס איז נישט קיין תכלית און ס'איז נישט דער עיקר... קיינער גייט נישט אריין דערין בכוונה תחילה אוועקצוגעבן זיין טייערע צייט און זיינע טייערע טעג פון לעבן פאר נארישקייטן. מ'הייבט נאר אָן מיט קלייניגקייטן, אבער די מציאות איז אז אויב מ'ווייסט נישט קיין קלארע און דייטליכע גדרים צווישן עיקר און טפל, דאן ווערט מען גרינגערהייט אריינגעשלעפט, און מ'ווערט איינגעזינקן אינעם טפל אנדעם וואס מ'זאל אפילו וויסן און באמערקן ווי ווייט מ'האט זיך דערקייקלט.

און דאס זאגט זיי משה רבינו, איינמאל איר האט אין זיך דעם חסרון פון מאכן דעם טפל פון א עיקר, זאלט איר וויסן אז די סוף וועט זיין איר וועט זיך חלילה אפרייסן פון כלל ישראל און נישט טוהן וואס מען דארף. דער עיקר וועט ווערן אינגאנצן אויס, עס וועט נישט פארנעמען קיין אָרט און וועט שוין בכלל נישט עקזיסטירן ביי אייך ח"ו.

די בני גד און בני ראובן נעמען אָן די שטראף-רייד פון משה רבינו, ווי די תורה זאגט (ל"ב כ"ה) וַיֹּאמֶר בְּנֵי גָד וּבְנֵי רְאוּבֵן אֶל מֹשֶׁה וגו' עֲבָדֶיךָ יַעֲשׂוּ כַּאֲשֶׁר אֲדֹנִי מְצַוֶּה, מיר וועלן טוהן אלעס וואס דער רבי הייסט, "טַפֵּנוּ נָשֵׁינוּ מִקְנֵנוּ וְכָל בְּהֶמְתֵּנוּ" יִהְיוּ שָׁם בְּעָרֵי הַגִּלְעָד, זיי טוישן פונעם פריערדיגן סדר און רעכענען אויס זייערע צוגעהערן לויט די אמת'ע רייע: טַפֵּנוּ, נָשֵׁינוּ, מִקְנֵנוּ וְכָל בְּהֶמְתֵּנוּ, דאס הייסט אונזערע קינדער, אונזערע ווייבער, און אונזער פארמעגן. פון יעצט און ווייטער וועלן מיר וויסן אויף וואס צו לייגן דעם ריכטיגן דגוש און אויף וואס מקפיד צו זיין באמת. וַעֲבָדֶיךָ יַעַבְרוּ כָּל חֲלוּץ צָבָא לִפְנֵי ה' לַמִּלְחָמָה, און מיר וועלן מאכן זיכער ארויסצוגיין אין מלחמה און העלפן כלל ישראל אייננעמען ארץ ישראל.

לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
אט דעם זעלבן ענין געפונען מיר ביי די מלחמת מדין. די מדינים האבן געפירט א רוחניות'דיגע קאמף מיט כלל ישראל און געזוכט מכשיל צו זיין די אידישע קינדער מיט עבירות און זיי דערווייטערן פונעם אייבישטער. די מדינים וועלכע זענען געווען אין די זעלבע חבורה און עצה פון בלעם און בלק, האבן געוואלט קאַליע מאכן די צורה פון כלל ישראל און אריינברענגן א קרירות און א שוואכקייט אין אידישע קינדער אז זיי זאלן אנהייבן צו מאכן פונעם עיקר א טפל און פון די טפל אן עיקר. און ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים א רמז אז די לעצטע אותיות פון בל'עם און ב'לק זענען 'עמלק' ווייל אט דאס האבן זיי געוואלט, זיי האבן געוואלט ממשיך זיין מיט די טומאה פון עמלק אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶּרֶךְ, וואס האט אריינגעברענגט א קאלטקייט אין אידן.

ממילא ווען מ'גייט נוקם זיין די הייליגע נקמה און אונטערברענגן די שרעקליכע קליפה פון מדין, פעלט זיך אויס שלימות'דיגע צדיקים וואס זענען אינגאנצן ערליך און אויסגעהאלטן עד הסוף. און ווי חז"ל זענען מרמז דייקא מיט די מצוה פון תפלין, ווייל תפלין דאס איז אונזער צייכן און קשר וואס פארבינדט אונז אינגאנצן מיט'ן אייבישטער, ווי מיר זאגן יעדן טאג אינעם נוסח פון 'לשם יחוד' ביי הנחת תפלין, וְצִוָּנוּ לְהָנִיחַ עַל הַיָּד... וְשֶׁהִיא נֶגֶד הַלֵב לְשַׁעְבֵּד בָּזֶה תַּאֲוַת וּמַחְשְׁבוֹת לִבֵּנוּ לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ, וְעַל הָרֹאשׁ נֶגֶד הַמֹּחַ שֶׁהַנְּשָׁמָה שֶׁבְּמֹחִי עִם שְׁאָר חוּשַׁי וְכֹחוֹתַי כֻּלָּם יִהְיוּ מְשֻׁעְבָּדִים לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ. די מצוה פון תפלין ברענגט ארויס אז מיר אידישע קינדער זענען זיך אינגאנצן משעבד און מבטל אונזערע גשמיות'דיגע תאוות און רצונות צו הקב"ה, מיר לעבן א העכערע סארט לעבן פון וויסן באמת וואס איז וויכטיג און וואס נישט, וואס דער אייבישטער וויל פון אונז און וואס נישט.

דייקא די עבודה איז געווען וויכטיג ווען מען איז געגאנגען מלחמה האלטן און מכניע זיין די קליפה פון מדין און עמלק וואס ווילן דאס אויסרייסן און אוועקנעמען פון אונז.

ביים באשעפער איז אלעס א עיקר
אז מיר דערהערן דאס אלעס, ווי לעכטיג און ווי שיין קענען מיר מקשר זיין דעם ענין בדרך רמז מיט פרשת מסעי וואס גייט אינאיינעם מיט פרשת מטות.

ווי באקאנט רעכנט די תורה אויס אין פרשת מסעי אלע מסעות וואס כלל ישראל איז געגאנגען אין מדבר, און ביי יעדע מסע ווערט דערמאנט סיי דער 'וַיִסְעוּ' פון וואו מ'האט זיך אוועקגעצויגן, און סיי דער 'וַיַּחֲנוּ' וואו מ'האט גערוהט. און דערנאך איז די תורה ממשיך מיט'ן קומענדיגן מסע אז מ'האט זיך אוועקגעצויגן פונעם רוה-ארט וואס שטייט אינעם פריערדיגן פסוק, און מ'האט ממשיך געווען צו די נעקסטע סטאנציע. לדוגמא, וַיִּסְעוּ מֵאֵילִם וַיַּחֲנוּ עַל יַם סוּף, וַיִּסְעוּ מִיַּם סוּף וַיַּחֲנוּ בְּמִדְבַּר סִין, וַיִּסְעוּ מִמִּדְבַּר סִין וַיַּחֲנוּ בְּדָפְקָה, און אזוי ווייטער.
לכאורה קען מען מדייק זיין פארוואס פעלט אויס די גאנצע אריכות אויסצורעכענען יעדע פלאץ צוויי מאל, עס וואלט דאָך געווען גענוג ווען די תורה שרייבט בלויז א רשימה פון אלע מקומות וואו מ'האט זיך געפונען לויט'ן סדר, און פון דעם וועלן מיר אליינס פארשטיין אז עס איז פאָרגעקומען א 'וַיִסְעוּ' און א 'וַיַּחֲנוּ' פון איינעם צום אנדערן. [אזויווי עס איז די שטייגער פון מענטשן צו זאגן "איך בין געפארן קיין בארא פארק און דערנאך קיין מאנסי", און יעדער פארשטייט אליינס אז אינצווישן איז מען טאקע געווען אין בארא פארק, און מ'דארף נישט אויסשמועסן אז מ'האט געוויילט אין בארא פארק און שפעטער אוועקגעפארן פון דארט].

נאר כלל ישראל איז נאכגעגאנגען דעם אייבישטער אין מדבר מיט א הייליגע אמונה און התבטלות, און זיי האבן געוואוסט אז יעדע פלאץ וואו דער אייבישטער פירט זיי איז מיט א פונקטליכע חשבון, גארנישט איז א צופאל אדער בדרך אגב, נאר יעדע 'וַיִסְעוּ' און יעדע 'וַיַּחֲנוּ' איז מיט א תכלית און א ציל פאר זיך. און מ'האט זיך אוועקגעצויגן פון אֵילִם און גערוהט נעבן יַם סוּף פאר א סיבה, דאס עצם זיין דארט איז געווען רצון השי"ת, און דערנאך קומט א פרישע נסיעה וַיִּסְעוּ מִיַּם סוּף וַיַּחֲנוּ בְּמִדְבַּר סִין, אויך מיט א חשבון און א מטרה וואס דער אייבישטער האט געוואלט פון אונז דארט, און דערנאך וַיִּסְעוּ מִמִּדְבַּר סִין וַיַּחֲנוּ בְּדָפְקָה, און אזוי אויף יעדן אָרט באזונדער.

איז ווען די תורה הקדושה לערנט אונז אין פרשת מטות דעם יסוד וואס מיר דארפן וויסן און אנערקענען וואס איז א עיקר און וואס איז א טפל, הערן מיר אבער באלד דערנאך אז כלל ישראל האט פארשטאנען און געוואוסט אז יעדע ריר וואו א איד ווערט געפירט פון אויבן איז אן 'עיקר' פאר זיך און איז א ציווי מן השמים, ביים אייבישטער איז נישט פארהאן קיין 'טפל' וואס געשעט אזוי בדרך אגב אז מ'פארט שוין סייווי זאל מען זיך אפשטעלן דא אדער דארט אָן קיין סיבה.

אבער אונזער עבודה איז זיך שטענדיג מברר זיין דורכאויס אלע אונזערע אייגענע מסעות אין לעבן און זיך פרעגן, נוץ איך אויס מיינע טעג ווי עס דארף צו זיין? בין איך מקיים מיין תכלית ווי
א איד דארף זיך פירן? בין איך משעבד תאוות ומחשבות לבי לעבודתו יתברך שמו און איך מאך זיי בלויז פאר א טפל, געדענק איך וואס איז באמת וויכטיג אין לעבן און וואס דער אייבישטער וויל פון מיר?...

לסיכום געדענק:
• צו לייגן א דגוש נאר אויף זאכן וואס זענען א עיקר, און נישט אויף טפלים וואס זענען ח"ו גורם צו פארנאכלעסיגן די אמת'דיגע וויכטיגע זאכן, די אייגענע רוחניות, די שטוב, די קינדער.
• מ'דארף שטיין אויף די וואַך, ווייל צומאל רעדט מען זיך איין אז מ'וועט נאר עוסק זיין אביסל אינעם טפל, מ'קען גרינגערהייט ווערן פארזינקען דערין.
• א איד דארף זיך שטענדיג מעסטן, "אויב מ'וואלט מיך געגעבן נאך איין טאג צוריק צו קומען פון יענע וועלט, וואס וואלט איך געטוען דערמיט?"

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: מטו"מ - וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

נאכנישט געליינט, אבער קוקט אויס אז דו האסט גוט משקיע געווען דערינען.

נאדיר א גרינע פאר דעם אליינס!

שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”