חידה: נומבער דיווידעד ביי זעראו?
א גרויסע קריג האט אויסגעבראכן אין א דערנעבען שטעטל, די אישו איז געווען וואס איז די ריכטיגע תירוץ אויף די מאטאמאטישן שאלה 0º65 יעדער איינער האט געשריגן אנדערש, מאנכע האבן געשריגן אז עס בלייבט 65, ווייל אז מען האט 65 און מען געט עס נישט פאר קיינעם בלייבט דאך איבער די גאנצע 65, אבער די צד שכנגד האט גע'טענה'ט אויב אזוי וואלט ווען 3º6 געדארפט זיין 0, ווייל אז דו האסט זעקס און דו געסט אלעס אוועק בלייבסטו דאך מיט גארנישט, אלא מה איז ווען דו דריקסט דעם = צייכן ווילסטו וויסן וויפיל דער עולם האט נישט וויפיל דער טיילער בלייבט מיט, קומט אויס אין אונזער פאל איז דער ענטפער 0, ווייל אז פון 65 האט קיינער גארנישט באקומען, האט יעדער גארנישט.
מיט דעם קאלקיולעטער איז די מאנסע אזוי, מיין סעלל'ס זאגט אן E דהיינו איך ווייס נישט, מיין קאמפיוטער דאגעגן איז עטוואס קלוגער, ער שרייט אויב האב איך נישט קיין תירוץ מוז זיין אז מען קען דאס נישט טון בלשונו cannot divide by zero.
לאמיר זעהן וואס אונזערע קרעטשמע חכמים וועלן אויפקומען.