דער בוך פון לעבן!!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

דער בוך פון לעבן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

דער בוך פון לעבן!
פרשת מטו''מ


ווען מ'נעמט אין בטראכט דער מענטש'ס לעבן
פונקט ווי א בוך אזוי מען טוט עס וועבן

א מעשה א לאנגע אויף קאפיטלעך צוטיילט
דאס לעבנס געשיכטע עס דערציילט

פארהאנען רוהיגע טעג, גליק די קאפיטלעך
עס שיינט מיט הצלחה, זיסע מינוט'לעך

דערנאך זענען דא אויף שטורעמישע וואסערן מ'דראפעט
שווארצע נעכט, טונקעלע צייטן, מען אטעמט פארסאפעט

מען וויל זיך טרעפן ביים ענדע פון ביכל
קיין שוועריקייטן באטרעפן די בלעטער פונעם לוח'ל

אבער א בוך איז נישט אינטערעסאנט
אויב אלעס פארט אזוי ווי געפלאנט

זה ספר תולדות אדם

דווקא ווען אלעס איז צומישט עס גיסט זיך א סאמעטוכע
דעמאלטס הנאה מען האט צום סוף פון א זיסע הצלחה

די אידן אין מדבר מ''ב מסעות געשפאנט
ביי איינס געוועהן עהרליך ביי אנדערע צושאנד

ביי עטליכע געוועהן זיס עטליכע געוועהן ביטער
אבער דווקא דורך די מסעות זיך ריקן א שטאפל, דער איד טוט ער

אן דעם נסיון אדער'ן שווערע געפיל
וואלט מען נישט געקענט דערגרייכן דעם ציל

ויסעו ויחנו, ויסעו ויחנו, אזוי טוט מען זיי אויסלויבן
ביסט געפאלן און געשטארקט, געפאלן און זיך ווידער געהויבן

א מענטש אין זיין לעבן טוט גיין מ''ב מסעות
א וועג צו דערגרייכן דערפון דא-איז

דער שטיינדעל איז אויפן וועג, אנשטאט זיך דערין אנקלאפן און בלייבן אין די לעכער
טו זיך דערויף אויפשטעלן און ווערן דערפון העכער!!

נו לאמער זיך צוזאמעו אנכאפן און זיך ארויס לאזן אויפן הייק
און ביזן לעצטן קאפיטל לאמער שרייען חזק חזק ונתחזק!!!


!א גוט שבת
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: דער בוך פון לעבן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

images.jpg
images.jpg (9.3 KiB) געזען 474 מאל
אוועטאר
ראש ישיבה
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:49 pm
לאקאציע:מגי''ש שטיבל

Re: דער בוך פון לעבן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש ישיבה »

👍👍
ראש ישיבה פארוואס?
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: דער בוך פון לעבן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

ראש ישיבה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 10:37 am
👍👍
שכח!!
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דער בוך פון לעבן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

זייער שיין!

ווען געפילן געט אוועק קריכל
נעמעך דעם געדאנק פונעם ביכל

ווייל דוקא די שרעקעדיגע פארט
איז אויף וואס די ליינער ווארט...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: דער בוך פון לעבן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

על פי פשטות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:40 am
זייער שיין!

ווען געפילן געט אוועק קריכל
נעמעך דעם געדאנק פונעם ביכל

ווייל דוקא די שרעקעדיגע פארט
איז אויף וואס די ליינער ווארט...
שכח! שיינע גראמען מאכסטו! ווען קומט עפעס א שטיקל פאעזיע פון דיר?
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דער בוך פון לעבן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

מיינע געדאנקען האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:06 am

שכח! שיינע גראמען מאכסטו! ווען קומט עפעס א שטיקל פאעזיע פון דיר?
גראדע האבעך שוין ארויפגעלייגט אפאר, אבער זעענדיג די שוואכע אנפראגע דעראויף לייג איך מער נישט.


זיין ציל אלץ מגי"ש

קוילן - היינטיגע צייטן

קאראנע

אטאקעס
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: דער בוך פון לעבן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

על פי פשטות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:21 am
מיינע געדאנקען האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:06 am

שכח! שיינע גראמען מאכסטו! ווען קומט עפעס א שטיקל פאעזיע פון דיר?
גראדע האבעך שוין ארויפגעלייגט אפאר, אבער זעענדיג די שוואכע אנפראגע דעראויף לייג איך מער נישט.


זיין ציל אלץ מגי"ש

קוילן - היינטיגע צייטן

קאראנע

אטאקעס
די היינטיגע עולם פארשטייט שוין נישט צו דעם.

גיימער אויסטשעקן דיינע זאכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”