אוועירנעס איבער די נושא פון ווילדע מסוכן'דיגע דרייווען אין מאנסי אומגעגענט

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4572
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

אוועירנעס איבער די נושא פון ווילדע מסוכן'דיגע דרייווען אין מאנסי אומגעגענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עס איז ווייטאגליך צו דארפן שרייבן דערפון, אבער ההכרח לא יגונה.

די מצב פון ווילדע דרייווערס אין די מאנסי אומגעגענט איז געווארן איום ונורא.


אמאל האט מען געדרייווט נארמאל אין מאנסי. אמת, עס איז געווען א קליינע אייט אויף טיין קאמיוניטי, און היינט איז עס א גרויסע שטאט. מען קען נישט עספעקטען מער אז איעדער וועט דיר געבן common courtesy on the road. אבער וואס מען קען נאך יא ערווארטן, און מיר מוזן דאס ערווארטן, איז אז מען זאל נישט אריינלייגן מענטשען אין א סכנה!

עס גייט נישט אדורך א טאג וואס עס איז נישט דא קיין "כמעט" עקסידענדס, און גאר אסאך פון זיי וואלט געקענט זיין ממש פאטאל ר"ל. ווען עס איז ליידער דא א אומגליק, פרעגט איעדער, "וואס האט פאסירט". אבער די חידוש איז נישט אויף די עקסידענס וואס זענען יא געשען. די חידוש איז איעדן טאג אויף וואס עס איז נישט געשען. מען זעט אפענע ניסים ממש איעדן טאג! אבער חז"ל זאגן אונז אין סומכין על הנס. נעכעטן אליינס, האב איך געהאט 3 (!) שיעור עקסידענס אויף 3 אנדערע פלעצער! איך האב אלעס אויף מיין דעש קעמערע.

רבותי, וואס גייט פאר מיט אונז? ווי מעג מען אריינלייגן זיך מיט אנדערע אין א סכנה?


און עס קומט קלאר נישט פון שלעכטקייט. מען איז פאריאגט, מען לעבט מיט פרעשור. אבער דאס איז נישט קיין תירוץ. מען טאר דאס נישט טוהן!

מיינע 3 ניסים נאר אין איין טאג אליינס!


ערשטע נס.
פאר איך מיך אזוי אויף טשעטנאט רידז ראוד. די ספיעד לימיט איז 45. און איך זע א לעקסוס ווארט ביי א זייטיגע ראוד אריינצופארן אין די מעין ראוד. ער זעט מיך, מאכט איי קאנטעקט (זעט איך א היימישע איד וואס וועט נישט ארויסטאנצן מיט א בעיסבאל בעט...) און געט א פליק אריין פארנט פון מיר. איך האב געהאט די ברירה צו מאכן א שארט סטאפ, און אפשר נאך אלטץ קראכן, אדער אריינפארן אין די אנדערע לעין... וואס איך האב געטהון. צו מיין מזל איז געווען די ראוד געדריידט, איך האב נישט געקענט זען פאראויס, און א סקול באס איז געקומען צו פליען... ערעב אינגערמאנטשיקל, פארוואס???? מילא אויב דא איז ווי טווין פארט אריין אין יוניען, און מען ווארט חדשים צו קענען זיך איינדרייען... איך בין דא געווען די לעצטע קאר אין א רייע קארס.... האסט געקענט מאכן א סעיף טורן גלייך נאך מיר. פארוואס האסטו מיך שיעור געהארגעט??? יא, איך רעדט צום אינגערמאן אינעם ווייסן לעקסוס. איך לייג נישט ארויף די ווידיאוי, ווייל מען זעט דיך מיט דיין פלעיטס גאנץ קלאר, און איך בין נישט קיין ווי-דזשי-לאנ-טי. אבער פארוואס???

צווייטע נס:
די זעלבע ראוד, שוין אין ספריג וואלי, ווי ראוט 45 טרעפט זיך מיט ראוט 55. איך בין אין די לינקע לעין, איך ווארט מען זאל זיך קענען איינדרייען לינקס אויפן 55. ביסט געקומען צו פליען פון אונטער מיר און פראבירט אריינצוקאטן מיך מיט אלע אנדערע. עס האט גראדע נישט אויסגעזען ווי די יאגסט דיך, האסט פשוט געוואלט מאכן די לייט. איך האב דיר נישט געזען ביז די לעצטע סכנה, וואס אויב מאך נישט נישט קיין שארט סטפא, וואלט איך דיר סיידסווייפט. דאס איז וויאזוי קארס דרייען זיך איבער אין לאו ספיעד. פארוואס???????

דריטע נס:
איך פאר מיך אויפן 306 ארויף צו וועסלי הילס. ביים קארנעם פון וויאוילע איז דא א לעפט טורנינג לעין. איך וויל פארן גראד, איך בין ערשט ביי די לייט. אזוי ווי אסאך אנדערע אינטערסעקשאנס, די לעפט טורן סיגנעל צינד זיך אן קודם.... למעשה, עס ווערט גרין צו פארן גראד, איך הייב אן פארן, און פון ערגעץ געט א קאר א פלי אריין פון די לעפט טורן לעין! אויף גאר א הויעכע ספיעד! נאכאמאל, אויב ברעיק איך נישט וואלט געווען אן עקסידענט! פארוואס!!!!!??????????????????
איך רעד שוין נישט פון קלענערע פארלעצונגען וואס גייט פאר איעדן טאג. עס איז דא זיראו אינפארסמענט!
למשל...

סטאפ סיינס

ביי אן אלל וועי סטאפ סיין געט מען נישט די רייט אוו וועי, ביי אינטערסעקשענס ווי עס איז דא פאר איינעם א סאטפ סיין און פאר איינעם נישט, פליעט מען אדורך דעם סאטפסיין, און מען צווינגט דעם דרייווער וואס האט די רעכט צו פארן צו מאכן א שארט סטאפ.

סעלפאונס

וואס פאר א גיט יאר איז איעדער צווייטער דרייווער אויפן סעלפאון???

סקול באסעס
שווער צו גלייבן אז אין תשפ"ד געשעט עס נאך, אבער איך האב גערעדט צו א באס רבי. כאטשיק 7-8 מאל א טאג פארט איינער אדורך זיין באס ווען די לייטס פלעשען... און דערנאך האט מען טענות אז די באסעס האבן געלאזט אריינלייגן קעמערעס וואס שיקן טיקעטס...

דאס איז אויך די פלאץ צו בעטן די בישביליס צו איינזען אז די ראוד איז נישט זייערס! פארקט נישט ארויסגעשטעקט אויף די ראוד אז מען קען נישט נארמאל אודרכפארן! פארק נישט אנטקעגן די טרעפיק מיט דיין העדלייטס! עס שטערט די נארמאלע דרייווערס זען! נעם נישט אויף 2 פארקינג ספאטס ביי ראקלענד קאושער! און פאר נישט 30 ווי די ספיעד לימיט איז 45 ווייל דיין נאז איז אין דיין פאון!!!

און רבותי, פארט נישט ווילד! מאנסי איז היום הזה בליעה"ר פיהל מיט קינדער! מען קען נישט וויסן ווען א קינד וועט ארויסלויפן כאפן א באלי. און פייפט נישט ווען איך האב די חוצפה צו זיין נארמאל און זיך אפשטעלן ביי א סטאפ סיין.

טייערע אידן, מען מוז מאכן אוועירנעס וועגן ווילדע דרייווען אין מאנסי אומגעגענט. זאל השי"ת אונז אלע היטן און באשיצן.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: אוועירנעס איבער די נושא פון ווילדע מסוכן'דיגע דרייווען אין מאנסי אונגעגענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

וועלכע ראוד הייסט 55?

די דריטע נס, איז דער קאר געקומען צו פליען א לעפט טורן פון קעגן איבער? ד.ה. ער קומט פון ניו העמפסטעד און פארט ארויף צו וויאלע? אויב פון די מאנסי זייט, זעה איך נישט פארוואס עס זאל שטערן דיין רייזע קיין וועסלי
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4572
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אוועירנעס איבער די נושא פון ווילדע מסוכן'דיגע דרייווען אין מאנסי אונגעגענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אותות ומופתים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:29 pm
וועלכע ראוד הייסט 55?
סארי, 59.
I am getting old...


די דריטע נס, איז דער קאר געקומען צו פליען א לעפט טורן פון קעגן איבער? ד.ה. ער קומט פון ניו העמפסטעד און פארט ארויף צו וויאלע? אויב פון די מאנסי זייט, זעה איך נישט פארוואס עס זאל שטערן דיין רייזע קיין וועסלי

אני הקטן, גרין.
בישבילי, רויט.
בישבילי 1.jpg
בישבילי 1.jpg (239.32 KiB) געזען 402 מאל
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: אוועירנעס איבער די נושא פון ווילדע מסוכן'דיגע דרייווען אין מאנסי אומגעגענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

👍
כ'בין לעצטענס אריבער געפארן די מעין טיר פון א ישיבה קטנה אין מאנסי, פלוצלינג רייסט זיך אויף די טיר, און א בחור וואס וואוינט פינקט קעגן איבער פליט דורך אין פארנט פון מיין קאר.... כ'האב מיך דערמאנט פון דיינע קאמפייןס צו דרייווען נארמאל און אבאכט גיבן וויאזוי מ'גייט אריבער די גאס.
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: אוועירנעס איבער די נושא פון ווילדע מסוכן'דיגע דרייווען אין מאנסי אומגעגענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

נאכדעם איז דא נאך א פראבלעם,
טייל אירע ווען זיי יאגן זיך נישט (איך האב א געפיל אז סאיז די זעלבע חברה וואס ווען זיי יאגן זיך יא קען מען שיעור געהרגט ווערן ביי זיי), קענען זיצן אויפן פאון און הייבן נישט אהן פארן וויז סווערט גרין.
זיי ווארטן אפישעלי אז מזאל פייפן פאר זיי, ווייל ביז דעמאלטס איז דאך א שאד אראפצוגיין פונם פאון.
אדער קענען זיי זיך אפשטעלן שמועסן מיט אן אנדערע קאר אינמיטן גאס, בלאקן אפ די גאנצע גאס פון ביידע זייטן און ריקן זיך נישט ביז מפייפט.
די חברה מיינען אז די ראוד (און די וועלט) געהערט צו זיי, און אז די ווער ווי נארמאלע מענטשן communicate איז מיט פייפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”