אז דו קענסט נישט קיין ענגליש- ביסטו פטור
נו וואס איז די פראבלעם?
די פראבלעם איז אז זיי האלטן אין איין נוצן ענגךישע ווערטער [רוב מאל מיט אידישע בוכשטאבן] וואס ווייזט אז זייער ידיעה אין די ווערטער וועלכע זיי נוצן, איז ארעמער פון ארים.
כ'ווייס אז זיי זענען מיר גארנישט שולדיג, און כ'קען פון זיי גארנישט פארלאנגען, אבער מיר מאכט עס לאכן.
פארוואס?
פשוט, אז דו מוזט עפעס און טוסט עס בדיעבד'דיג, דאן זאל זיין וויאזוי ס'איז, אבער אז דו קענסט נישט קיין ענגליש, וואס איז דער חיוב עס צו שפרעכן?
קלארשטעלונג:
מיין פראבלעם איז נישט איצט אז מ'נוצט ענגלישע ווערטער ווי @fiena nieas און אנדערע האבן געמיינט
מיין פראבלעם איז מיט שרייבן די ענגלישע ווערטער אויף אן אופן אז ס'איז ניטאמאל דומה צום אריגינעלן ווארט