היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל
(פאר חלק אלף און בית viewtopic.php?p=5295963#p5295963 )
א וויכטיגע און אינטעגרואלע חלק פון די אלט-שטאט - איז די "שכונת המוגרבים", וואס האט זיך געפינען צווישן די רובע היהודי און די כותל המערבי, און האט געווען די גורם צו פילע פרטים/מעשיות וכו' וואס האבן פאסירט אין די רובע היהודי און די כותל המערבי במשך השנים.
די געגנט האט זיך געגרעניצט מיט די (אלטע) רחבת הכותל פון מזרח, און די רובע היהודי פון מערב זייט.
די געגנט איז אויפגעבויעט געווארן דורך צלאח-א-דין (וואס האט נאך א הויפט גאס אין מזרח-ירושלים נקרא על שמו, עד היום הזה), די סולטאן פון די מוגרבי'שע אימפעריע, אן אראבישן מלוכה וואס האט זיך געפינען אין די לענדער פון 'צפון אפריקע' (מצרים-ליביע-טוניזיע-מרוקו), ער האט עס געבויעט נאכן כובש זיין ירושלים, אלץ א פלאץ וואו די מוסלמענער עולי רגל פון יענע מדינות זאלן וואוינען.
די געגענט איז געווען גאר א אלטן און צושטופטן - זייענדיג געבויט אזויפיל יארן צוריק - און איז אויטאמאטיש פארוואנדלט געווארן אין א נידריגע ווילדע געגנט, ווי צוהיצטע ארימע איסלאמיסטן האבן געוואוינט.
אלע יארן ווען די אידן האבן אדורך די געגענט אויפן וועג צום כותל המערבי, האבן זיי זיך אנגעליטן צרות און רדיפות פון די ארטיגע איינוואוינער, אויך פלעגן ארויסגיסן זייער שמוציגע וואסער און... אריין אינעם רחבת הכותל, וואס האט מונע געווען אידן פון דאווענען דארט ביישוב הדעת.
י"א אז די לעגענדע פון די באדעקטע כותל מיט מיסט... איז געשען (אויב ס'איז בכלל געשען...) דורך זיי...
ווי באוואוסט איז די רחבת הכותל ביז תש"ח געווען גאר גאר א שמאלע פלאץ, קוים לאזנדיג פלאץ פאר די מתפללים צו דאווענען בהרחבה, און ווער רעדט נאך פון געהעריג צוטיילען צווישן מענער און פרויען מיט א מחיצה, אדער ברענגען א ארון קודש, ספרי קודש, טישן, סטענדערס וכו' וכו'.
דאס אלעס איז געווען צוליב וואס די מוגרבים האבן געוואוינט ממש כמעט ביזן כותל.
א אלטע חלום האבן די ירושלים'ע אידן געהאט: צו אויסקויפן די געגנט און פלאך מאכן, און פילפאכיג פארגרעסערן און פארשענערן די רחבת הכותל (א שטייגער ווי בזמן הזה).
אין יאר תרמ"ה, האט באראן ראטשילד געווען טיף אינמיטן א משא ומתן מיט די הויפטן פונעם געגנט, איבער אפקויפן די גאנצע געגנט און עס פארוואנדלען אין א הערליכע מקום תפילה פאר כלל ישראל... און צושטעלן אלטערנאטיווע וואוינערטערפאר די אראבישע איינוואוינער.
אבער די לעצטע מינוט האט דער מוסלמענער מופטי צוריקגעצויגען פונעם פלאן, צוליב פאליטישע און רעליגיעזע פרעשור.
תשעה באב שנת תרפ"ט איז געווען די טרויעריג בארימטע מארש צום כותל דורך פרייע יונגען און מוידן (בית"ר), און ביים מארש האט הראי"ה אויסגערופן (די באוואוסטע קאנטערווערסיאלע כרוז) "הכותל כותלינו" און גערופן אז מען זאל ציווארפען דעם געגנט, און איבערגעבן פאר כלל ישראל, וואס האט אויסגערופן בייז בלוט ביים אראבישן און מוסלמענעם באפעלקערונג...
און האט (זיכער א חלק) גורם געווען אין די שוידערליכע פרעות תרפ"ט, וואס האבן פאסירט יענעם חודש אב, אין חברון צפת ועוד, דורך צעיוזשעטע בלוט- און-נקמה-דארשטיגע אראבישע אינגען... וואס האבן גערויבט פארשוועכט און געפלינדערט אידישע נפשות אין רכושים, הי"ד.
אין די שפעטערדיגע יארן - נענטער צום ייסוד המדינה - ווען די קאנפליקט האט שוין געפלאקערט אין יעדע זייט צווישן די הגנה-אצל-לחי און די אראבישע באנדעס, האט די מעגליכקייט אנצוקומען צום כותל - דורך די 'שכונת המוגרבים' זיך גאר שטארק פארשמעלערט... און כמעט וואס אידן האבן נישט זוכה געווען צוציקומען צום הייליגן וואנט שלא זזה שכינה...
במשך די מלחמה תש"ח אין די אלטשטאט, אזוי אויך די קומענדיגע 19 יאר וואס די אלטשטאט איז געווען אונטער די ירדן'ער לעגיאנערן, האט די שכונה אינגאנצען פאר'חורבה'ט געווארן, און איז אפגזיצען אלץ פוסטע חורבות.
בשנת תשכ"ז, ווען די ישראל'ישע מיליטער האט איינגענומען די מערב ברעג, ובתוכם די עיר העתיקה, האטדי דעמאלטדיגע ראש העיר 'טדי קולק' ארויסגעגעבן א באפעל צו ציווארפן פלאך מאכן און מפנה זיין די אלע חורבות, כדי אויפצושטעלן די ריזיגע "רחבת הכותל" וואס געפינט זיך היינט למרגלות הכותל המערבי, מיט עקסטערע פלעצער פאר מענער און פרויען וכו', מיט ריזיגע בולדאוזערס האבן פארפלאכט און אויסגעריסן די חורבות.
אזוי שנעל ווי יום טוב שבועות תשכ"ז, (נאך פאר די נשא תורה...) ווען צענדליגע טויזנטע אידן האבן געשטראמט צום כותל האבן זיי זיך אנגעטראפן אין די הערליכע ברייטע רחבת הכותל וואס אונז קענען מיר כהיום הזה.