שלומי! נעם אן די מציאות/ריעליטי.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

שלומי! נעם אן די מציאות/ריעליטי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

בס"ד

שלומי איז א וואויל יונגעל. אין ישיבה איז ער אלס געווען פון די פלייסיגע לערנערס נישט געמאכט קיין סאך טראובל.
שלומי איז אבער נישט קיין מעקעלע ער ווייסט וואס ער וויל, ווען זאכן גיין נישט זיין וועג איז ער נישט מסכים, ער וועט עסק'ענען טון, מאכן, ארלעדיגן ביז ער זעט אז די הנהלה טוישט איר גאנג.
ער איז קיינמאל נישט גרייט אנצונעמען א מציאות וואס ארבעט נישט פאר אים.
עס האט אים שוין עטליכע מאל געמאכט פראבלעמען ווען ער האט נישט געקענט שלום מאכן מיט די מציאות, אבער נישט געפערליך.
ווען ער האט באקומען א רום וואס האט אים נישט געפאלן איז ער א גאנצע זמן געווען באבלאזן.
ווען זיין חברותא איז נישט געווען וואס ער האט געוואלט האט ער נישט געקענט לערנען, נישט ווייל יענער האט נישט קיין גוטע קאפ, יענער האט פיין געלערנט, נאר, "דאס איז נישט מיין חברותא!"
ער קען שטיין און זיך שלאגן מיט א מציאות כאילו עס עקזיסטירט נישט, ער וועט בלאזן און זיך רעגן, אבער ער נעמט נישט אן אז זאכן גיין נישט ווי ער וויל.
אבער ב"ה די יארן זענען שיין געפארן.
יעצט האלט שוין שלומי ביי די חתונה און ב"ה זיין פיינע נאמען איז הולך לפניו, און ער האט געטראפן א פיינע שידוך א לייטישע זאך.
אלע האבן געזאגט די בעסטע גריסן, און עס איז טאקע אמת, נאך די חתונה זעט שלומי אז ער האט ב"ה א פיינע אשת חיל. זיין שווער'ס שטוב איז א שיינע שטוב, תורה מיט אביסל גדולה, אלעס איז געוואלדיג, ווי עס פאסט זיך פאר אזא חשובע יונגערמאן ווי אונזער ר' שלמה.

עס האט אבער נישט לאנג גענומען און שלומי הייבט אן באמערקן זאכן אין זיין ב"ב וואס שטערן אים, נישט קיין ווייס איך וואס, אבער ביי שלומי איז נישטא אזא זאך, אלעס מוז זיין אויפן בעסטן אופן, און שלומי איז נישט דער וואס וועט מסכים זיין צו א בדיעבד. אלעס מוז קלאפן.
און דא האט שלומי אנגעהויבן זיך שלאגן מיט די מציאות פנים אל פנים.
שלומי הייבט אן ארומקגיין מיט אן אראפגעלאזטע נאז.
הלמאי, פארוואס קען זי נישט קאכן…
פארוואס איז איר משפחה אזוי יאנטשי/מאדערן?
פארוואס מוז זי גיין צו קאנטרי, אדער פארוואס קען זי נישט גיין צו קאנטרי?
פארוואס רעדט זי נישט מער אדער פארוואס רעדט זי אזוי סאך?

ער הייבט אן טראכטן,
"דאס איז נישט וואס איך האב געוואלט".
זי איז פיין, אבער איך דארף אז זי זאל זיין אנדערש.
איך וויל אז "דער" פרוי זאל האבן אנדערע נאטורן. [וויאזוי?]
איך בין נישט גרייט אנצונעמן אז איךדער מעכטיגע שלומי האט א ב"ב וואס האט חסרונות.
איך קען נישט האבן אז זי זאל האבן זאכן וואס שטערן מיך, דאס ארבעט נישט ביי מיך.
עס גייט שוין אזוי ווייט אז ער פארגעסט שוין אז זי איז מלא מעלות, ער איז באר פארנומען זיך צו שלאגן מיט די מציאות און עס פרובירן צו טוישן!!

זיין נישט אנערקענען ריעליטי הייבט אים אן אראפצושלעפן מער און מער.
ער איז נישט גרייט צו זאגן, דאס איז מיין ב"ב און מיט דעם ארבעט איך, ניין, שלומי וועט נישט אקצעפטירן די ריעליטי, ער וועט עס טוישן!!! אבער רבש"ע, וויאזוי?????

איין טאג האט שלומי אריינגעוואנדערט אין ישיבה, צו זיין מזל האט ער אנגעטראפן זיין אלטע מגיד שיעור, דער וואס פלעגט אים אלס זאגן, "שלמה'לע אזוי גייט דער לעבן, נעם אן די מציאות".
יענער זעט אויף אים אז עפעס טויג נישט, ער פרעגט אים וואס גיייט פאר.
שלומי דרייט זיך ארויס, עה גארנישט.
דער מגי"ש לאזט זיך נישט איינרעדן, ער כאפט גלייך לויט ווי ער קען שלומי אז ער שלאגט זיך מיט די מציאות אין שטוב.
מגי"ש: וויאזוי גייט אלעס.
שלומי: ב"ה .
מגי"ש : וויאזוי ביסטו צופרידן אין שטוב?
ש: ב"ה.
מגי"ש: וואס טוסטו ווען זאכן גיין נישט ווי דו ווילסט?
ש:[מיט א איינגעפאלענע טאון] איך געב מיך אן עצה….
דער מגי"ש כאפט שוין אויף זיין טענה'דיגע מח.
מגי"ש: און דיין שווער און די קהילה וויאזוי געפעלט דיר עס?
ש: יא גוט, פיין.
מגי"ש" און כולל, חברים?
ש: יא אלעס גוט. אהממממ…

דער מגי"ש שמעקט אז שלומי'ס נאטור קלאפט אים אין פנים. ער שלאגט זיך מיט די מציאות.
ער זאגט אים, הער מיר צו שלמה'לע, דו מוזט מיר נישט פארציילן, אבער איך קען דיך פון ישיבה, איך קען זיך פארשטעלן… איך גיי דיך יעצט עפעס זאגן, איך וועל עס זאגן קורץ, איך מיין דא דיין טובה, הער מיך גוט צו, חזר דיך עס איין, אולי וועט דיך עס זיין א טובה.
ש: נו, נו.
מגי"ש: דאס וואס איך וועל דיר זאגן האט נישט מיט דיך דוקא, עס איז עפעס וואס יעדע איינער קען האבן ניצן דערפון. רוב מענטשן מוטשענען זיך עטוואס מיט דעם.
שלומי: [עס ווערט אים שוין לייכטער אויסצוהערן] או קעי, לאמיר הערן.
זיי זעצן זיך אראפ און דער מגי"ש געבט אים איבער א קלארקייט איבער וויאזוי צו קוקן אויף דער וועלט. וויאזוי מען מוז אננעמען די מציאות, ACCEPTEN ריעליטי, און ערשט נאכדעם קען מען זיכן צו פארבעסערן די מצב, זען וואס מען קען יא טוישן.
====================

דא האט איר א תמצית פון וואס דער מגי"ש האט אים געזאגט.



אויפגעבן
איינס פון די וויכטיגע זאכן פאר א מענטש צו קענען אנגיין רואיג און צופרידן אין לעבן איז,
אויפגעבן!

וואס מיינט דא אויפגעבן ?
וואס זאל ער אויפגעבן ?
וויאזוי זאל ער אויפגעבן ?
פארוואס דארף ער אויפגעבן ?

א מענטש קען נישט האבן אלעס וואס ער וויל, אזוי האט דער באשעפער באשאפן די וועלט.
אבער פון די אנדערע זייט וויל דאך א מענטש יא האבן אלעס גוטס, און ער שתדל'ט פאר דעם, און ווען ער ווערט צי פארנומען צו שתדל'ן און טראכטן פון אלעם וואס ער וויל, קען ער אריינגיין אין א מצב ווי ער וויל אלעס אויספירן און ער איז נישט גרייט אויפצוגעבן, ער מוז האבן וואס ער וויל.
וואס דאס מאכט אבער איז אז ער ווערט אומצופרידן, ווייל ביים סוף וועט ער דאך נישט האבן אלעס, וועגן דעם איז זייער וויכטיג פאר די אייגענע וואוילזיין צו קענען אויפגעבן, אויפגעבן מיינט נישט אז מען הערט אויף שתדל'ן, עס מיינט אז מען איז אפן צו די פאקט אז צום סוף איז לאו דוקא אז מען וועט אויספירן.

איינס פון די פלעצער ווי עס קומט שטארק אריין דעם ענין פון אויפגעבן איז אין שטוב, שלום בית.
עס איז נישט מעגליך צו האבן שלום בית אן דעם וואס מען געבט אויף, כדאי צו האבן שלום בית מוז א יונגערמאן אויפגעבן, ער מוז זיין צופרידו מיט וואס ער האט,
ווען צוויי מענטשן קומען וואוינען צוזאמען זענען דא אסאך זאכן וואס קענען באדערן,
זי איז אנדערש פון דיך,
געוויסע זאכן פון איר נאטור קענען דיך שטערן,
איר באנעמונג צו דיך קען דיך אביסל שטערן,
אפילו די בעסטע ב"ב וואס איז מכבד את בעלה וועט אויך געווענליך זיין כמה זאכן וואס זי טוט און פירט זיך אויף צו אים וואס שטערן אים.

יעצט איינער וואס איז מקפיד אז אלעס זאל אים גיין 100% גוט, ער וויל דווקא מצליח זיין אין יעדע הינזיכט, איז ווען עפעס גייט אים נישט גוט, וועט ער עס פייטן, ער וועט פרובירן יעדע זאך צו זען אז דער מצב זאל זיין וויאזוי ער וויל, וויאזוי עס איז גוט פאר אים,
דאס ברענגט געווענטליך, אומצופרידנהייט, אנגעצויגנטקייט, פארקלאפטקייט, און די מצב ווערט געווענליך נאר ערגער מיט אזא שטרענגקייט.
אזי די ערשטע זאך מוז מען וויסן אז זאכן גיין נישט קלאפן אויף 1000%.
אודאי דארף מען פרובירן צו פארבעסערן די מצב און זען דערצו אז אלעס זאל גיין גוט אין לעבן, אבער נאר וויפיל מען קען, מען קען נישט טוישן די וועלט, דער באשעפער פירט די וועלט, און ער האט אויסגעשטעלט אז יעדע מענטש וועט האבן זאכן וואס גיין אים נישט פונקט ווי ער וויל.
במילא, פארוואס זאלסטו זיך שלאגן דערמיט.

אסאך מאל מיינט מען אז נאר ווען מען שלאגט זיך דערמיט און מען איז נישט מסכים צו האבן עפעס ווייניגער פון 100%, נאר דעמאלטס וועט מען פרובירן צו פארבעסערן די מצב, ווייל איינמאל איך נעם אן אז נישט אלעס גייט קלאפן, וועל איך דאך שוין מסכים זיין צו די יעצטיגע מצב און עס נישט פרובירן צו טוישן, במילא האט מען מורא פון זיך בארואיגן און מען האלט אן די בלאזעניש,
אבער ניין עס איז נישט אזוי, מען קען פרובירן צו טוישן און פארבעסערן אפילו ווען מען איז גרייט אנצונעמען אז נישט אלעס דארף 100% קלאפן.
און אסאך מאל איז ערשט דעמאלטס קען מען טוישן די מצב, נאר נאכן זיך בארואיגן קען מען מצליח זיין צו טוישן.
=================
לעבן אין רעאליטעט – ריעליטי

א מענטש מוז לעבן מיט די ריעליטי נישט נאר בחיצניות נאר בפנימיות אויך, און בעיקר בפנימיות,
די ערשטע טריט 'אויפצוגעבן', 'אנצונעמען' די מציאות, הייבט זיך אן מיט'ן לעבן מיט ריעליטי,
פרויביר נישט צו טוישן די מציאות,
בעסער געזאגט, נעם אן די מציאות,
לעב מיט דעם,
נעם עס אריין אין דיך,
זיי מסכים דערצו,
דערנאך, פרוביר עס צו טוישן [אויפן גוטן אופן].

אננעמען די ב"ב כמו שהוא
איינס פון די גרעסטע זאכן ווי עס קומט אריין דאס לעבן מיטן מציאות, ריעליטי, איז אננעמען די ב"ב אזוי ווי זי איז,
אוי.... אוי.... אוי....
דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן דאס ברענגט אריין אזא השראה פון שמחה און אהבה אין א יודישע שטוב,
וואס קען זיין בעסער פאר א יודישע מאמע ווי צו וויסן אז איר מאן נעמט איר אן אזוי ווי זי איז, נעמט איר אן אינגאנצן אן קיין שום שלעכט געפיל, ער נעמט איר אן מיט אירע מעלות מיט אירע חסרונות, ער נעמט אן איר נאטור כאילו עס וואלט געווען זיינס.

{ענין בפני עצמו.
דהיינו ער פירט זיך כאילו ער האט צוויי נאטורן צוויי רצונות איינס זיינס און איינס אירע,
ער פאפט נישט ארום ער רעדט זיך נישט איין אז ער מיט איר זענען די זעלבע ניין אונז זענען אנדערש אבער אונז ארבעטן צוזאמען!}

שטעל דיך פאר ווען דו מאן האסט דעם חסרון לאמיר זאגן פארשלעפטקייט,
וואלסטו נאך אלס זיך אנגענומען, געהאלטן אז מען דארף רעדן שיין צו דיך, געהאלטן אז מען טאר נישט מאכן צו א גרויסע מצב פון דעם חסרון, וואלסט זיך אקצעפטירט אפילו מיט דיין חסרון, עכ"פ איך האף אזוי, אבער בכל אופן ווילסטו כאטש, זיך אקצעפטירן כמו שהוא,
און אויך וואלסטו געוואלט אז אנדערע זאלן דיך אקצעפטירן, אפילו ווען זיי ווילן בעצם אז דו זאלסט פירן אנדערש, אבער זיי אקצעפטירן דיך לויט דיין יעצטיגע מצב.
און דער אקצעפטירן וואלט דיך געהאלפן זיך צו נעמען אין די הענט אריין כידוע, עס מאכט לייכטער אויפן הארצן.

עכ"פ, יעצט מיט דיין ב"ב טוה די זעלבע, נעם איר אן, נעם איר אן אינגאנצן,
[און אקצעפטירן דאס איז בעצם די מדה פון אהבה מער ווייניגער,]
פיל דיך באקוועם מיט איר אזוי ווי זי איז, מאך איר פילן באקוועם אזוי ווי זי איז, האב נישט קיין פרעשור אז זי מוז זיך טוישן, לייג נישט קיין פרעשור אז זי מוז זיך טוישן,
זי ווייסט אירע חסרונות,
זי וויל זיך טוישן,
עס טוט איר וויי,
דו, בוי איר אויף,
עס וועט איר מאכן לייכטער זיך צו טוישן,
דיין אננעמען 100%, וועט איר בויען, מאכן פרייליך, מאכן פאר א פרייליכע אשת חיל, א געשמאקע מאמע, וועסט צוריק באקומען בכפלי כפליים בזה ובבא אמן,
טראכט אזוי, אונז זענען צוויי מענטשן וואס בויען צוזאמען א שטוב,
אונז זענען צוויי מענטשן מיט אנדערע צרכים אנדערע נאטורן אנדערע רצונות, און אונז ארבעטן צוזאמען, אונז ארבעטן כאילו אונז ביידע האבן ביידע רצונות'ע סיי מיינס און סיי דיינס.

הצלחה רבה

הנאה געהאט? געב א לייק, א דאנק.
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:20 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: שלומי! נעם אן די מציאות/ריעליטי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

WOW
די ארטיקל גייט מאכן עקסערסייז אין מיין מח
קודם געפרינט, און אי"ה ליינען מיט ישוב הדעת
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
נעדי רעפאנק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 29, 2024 8:53 pm

Re: שלומי! נעם אן די מציאות/ריעליטי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעדי רעפאנק »

זייער @קלארערהייט געשריבן הגם סאיז א דבר פשוט אבער די קלארקייט איז צו משוגע ווערן
איך בין זייער נייגעריג צו עני באדי באמערקט אפי אזא אונטערשריפט סאו פליז אויב דוהאסט עס באמערקט לאמיר וויסן אין אישי אדער ברמיזא אויפן סייט ייש''כ פיצי
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: שלומי! נעם אן די מציאות/ריעליטי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

זייער קלאר
מענטל העלט
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:18 am

Re: שלומי! נעם אן די מציאות/ריעליטי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטל העלט »

אייזן גוט!!
זופ מאנדלען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:38 pm

Re: שלומי! נעם אן די מציאות/ריעליטי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מאנדלען »

זייער שטארק! איך דארף נאך פון די סחורה!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”