אודך ה׳ כי אנפת בי

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

קומט מען אזוי אן צום דאקטאר היינט, נאר געוואר צו ווערן אז מ׳דארף שוין צום 6׳סטן מאהל דורכגיין די מציאת פון זיך געזעגענען מיט א קינד וואס וואלט ווען געדארפט געבוירן ווערן.

שטייט א מענטש פאר א ברירה. אדער זיין צושאסן אדער דאנקן דעם אייבערשטער אויף אלע חסדים ביז אהער און פאר די קינדער וואס ער האט מיר געגעבן ברוב רחמיו וחסדיו.

עס איז אבער נישט גרינג אליינס. אדרבה, קומט אריין ווי אזוי א צווייטער האט געדאנקט דעם אייבערשטער אין א פארנעפעלטע מצב.

איין מעשה וואס איך האב אמאל געהערט. געווען א איד וואס האט ל”ע געהאט א שריפה אין שטוב ווי אלעס איז געגאנגען. ער איז געבליבן בשמחה, אפילו נאכדעם. האט אים איינער געפרעגט, ווי אזוי טוסטו דאס?
זאגט ער, גיב א קוק. איך האב געמאכט א חשבון און די אינשורינס גייט מיר געבן מער געלט וויפיל איך האב פארלוירן. סא מיין איינציגסטע ווייטאג וואלט געקענט זיין פארוואס האט מיר דער רבש”ע נישט אנגערופן פארדעם פרעגן. משה איך זאל פארברענען דיין הויז, וועסט האבן א חודש עגמת נפש, אבער וועסט מאכן גאר אסאך ריוח? איך וואלט זיכער געענטפערט אז יא.

נו, ווייל ער האט מיר נישט געפרעגט פארדעם, זאל איך ארומגיין ווי אן אפגעוועטשטע שמאטע??

די זעלבע ביי מיר. הקב”ה טוט דאך נאר מיין טובה. ווען איך ווייס ווען וואס די טובה איז, וואלט איך געטאנצן אין די גאסן. ווייל ער האט דאס פאר א סוד, זאל איך יעצט זיין צובראכן און אים נישט דאנקן??

ווער עס האט אזאנע מעשיות געהערט אדער מיטגעהאלטן, קומט ארויף פאר אנדערע אידן.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
king
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm
לאקאציע:אויפן שטול 

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

אויך מיטגעמאכט אזא מעשה, (נישט קיין זעקס ב"ה).

אבער נאר פון אריינטראכטן און די שווערעקייטן פון יא געבוירן אזא קינד און זיך אפמוטשענען א גאנץ לעבן, האט מיר מוראדיג בארואיגט און געהאלפן דורכגיין די שווערע תקופה.
שעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2023 8:46 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעה »

💔😥
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך ווייס נישט דיין מציאות ווי די האלטס, וויפל געזונטע קינדער די האסט יא, און ביי וויפל חדשים די נישט גוטע בשורה איז אנגעקומען צו דיר.

אבער וויסן זאלסטו אז די אויבערשטער פירט זיין וועלט מיט א געניטשאפט, ער האט א פלאן פאר יעדע טאטע/מאמע, און ער האט א פלאן פאר יעדע נשמה וואס קומט אראפ אויף די וועלט.
אז דאס האט פאסירט קענסטו זיין ״זיכער״ אז עס איז לטובה, און אי״ה וועסטו מיט דיין בני בית זוכה זיין צו געזונטע לעכטיגע קינדער בעזרת השם, אין די ריכטיגע צייט, און וועסט נאך אסאך שימחות פראווענען.

זאל די אויבערשטער אויפרעכטן ״אלע״ אידן וואס מיטשענען זיך אין די ענינים, גרינג און אן קיין צער.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אשריך @בגבעון דום !
איר האט א עקסטערע זכיה צו קענען מחזק זיין אנדערע אין שווערע מצבים, איך באגרייף ב”ה נישט דיין צער, אבער עס גיבט חיזוק פאר אונזער קליינע טאג טעגליכע אזוי גערופענע פראבלעמען...
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

געהאט אפאר מאל אזאנס, ב"ה מ'קען לויבן און דאנקען עד אין לשער, קטונתי מכל החסדים.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
שבת שטוב
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:24 am

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת שטוב »

עי' במס' ע"ז ג' ע"ב ברביעות מאי עביד וכו. וברש"י שם
אפשר א חיזוק פאר דיר
עס האט מיר שטארק מחזק געווען ווען איך בין דורך אן ענדליכע שווערע פאל
זיי זענען און גיטע הענט
וועלן צירוק קומען צו דיר בשעת תחית המתים כמבואר
king
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm
לאקאציע:אויפן שטול 

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

באקומען אין אישי פראגעס איבער מיין פריערדיגע תגובה וואס איך מיין צו זאגן "געבוירן אזא קינד און זיך אפמוטשענען א גאנץ לעבן".

איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים, אבער געווענליך איז אזא קינד נישט געווען קיין געזונטע און אויב ווערט עס יא געבוירן קען מען זיך מוטשען א גאנץ לעבן מיט דעם קינד,
ממילא איז עס א מתנה פונעם באשעפער אז מען גייט אריבער דעם קלענערן צער און נישט ח"ו קיין צער וואס קען זיך ציען פאר לאנגע יארן.
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

king האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:37 pm
באקומען אין אישי פראגעס איבער מיין פריערדיגע תגובה וואס איך מיין צו זאגן "געבוירן אזא קינד און זיך אפמוטשענען א גאנץ לעבן".

איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים, אבער געווענליך איז אזא קינד נישט געווען קיין געזונטע און אויב ווערט עס יא געבוירן קען מען זיך מוטשען א גאנץ לעבן מיט דעם קינד,
ממילא איז עס א מתנה פונעם באשעפער אז מען גייט אריבער דעם קלענערן צער און נישט ח"ו קיין צער וואס קען זיך ציען פאר לאנגע יארן.
און איין טאג באקומט מען עס צוריק, אויפגעוואקסן ביים אייבערשטן אליינס!
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
king
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm
לאקאציע:אויפן שטול 

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

חאטצקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:39 pm

און איין טאג באקומט מען עס צוריק, אויפגעוואקסן ביים אייבערשטן אליינס!
גערעכט.

איך האב באקומען דעמאלטס חיזוק פון א גוטע איד, האט ער מיר געזאגט אז יעדע איינס האט א נשמה, און די אלע נשמה'לעך גייען אויפשטיין צו תחיית המתים און זיך צוריק פאראייניגן מיט די עלטערן.

זאל מיר שוין זוכה זיין בקרוב.
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

טף למה באו ליתן שכר למביאיהם
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=155
קוקט דא דעם שטיקל ד"ה שמעתי
◄ ווייז ספוילער
שכר למביאיהם1.jpg
שכר למביאיהם1.jpg (126.05 KiB) געזען 1390 מאל
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

עפעס ליגט מיר אין קאפ פון א הארציגע בריוו וואס @למעלה משבעים האט ארויף געלייגט איבער אזא מצב, ווער קען ברענגען?
computer expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 5:05 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך computer expert »

איך זיץ און איך וויין, שוין ליידער אויך געהאט א פאר אזעלכע, איך פארשטיי דיין צעמישעניש, ס'איז נישט גרינג צו אריבערגיין,
שחיטה
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

צום פוינט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:24 pm
טף למה באו ליתן שכר למביאיהם
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=155
קוקט דא דעם שטיקל ד"ה שמעתי
◄ ווייז ספוילער
שכר למביאיהם1.jpg
ער רעדט ווען עס ווערט יא געבוירן
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אוטש!!!
זייער זייער פעינפול.
בוסט מיר אויך מחזק.

דער אייבישטער האלט אונז זייער נאנט צו אים יעצט פאר משיח צדקינו.

לגבי תחית המתים;
די הייליגע רבי ר׳ אלימלך זצוק״ל פרעגט דעם פראגע וואס איך האב שוין געהאט יארן: ווען א נשמה קומט נאכאמאל אראפ אויף די וועלט, קומט עס דאך אריין אין א צווייטע גוף, אלזא מיט וועלכע גוף וועט די נשמה אויפשטיין ווען משיח וועט קומען?
ענטפערט די רבי, אז די נשמה וועט אויפשטיין אין דעם גוף וואס האט זיך די מערסטע אויסגעארבייט!
עד כאן וואס עס שטייט אין ספר נועם אלימלך.

לפי זה קומט דאך אויס אז נישט יעדער וועט אויפשטיין?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

אין פענטסערלעך אין מאמענט האט ער אמאל ארום גערעדט דערפון.
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
שחיטה
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:03 am
אוטש!!!
זייער זייער פעינפול.
בוסט מיר אויך מחזק.

דער אייבישטער האלט אונז זייער נאנט צו אים יעצט פאר משיח צדקינו.

לגבי תחית המתים;
די הייליגע רבי ר׳ אלימלך זצוק״ל פרעגט דעם פראגע וואס איך האב שוין געהאט יארן: ווען א נשמה קומט נאכאמאל אראפ אויף די וועלט, קומט עס דאך אריין אין א צווייטע גוף, אלזא מיט וועלכע גוף וועט די נשמה אויפשטיין ווען משיח וועט קומען?
ענטפערט די רבי, אז די נשמה וועט אויפשטיין אין דעם גוף וואס האט זיך די מערסטע אויסגעארבייט!
עד כאן וואס עס שטייט אין ספר נועם אלימלך.

לפי זה קומט דאך אויס אז נישט יעדער וועט אויפשטיין?

די בני יששכר שרייבט אז אויב מען צינד חנוכה לעכט ווערט א פרישע רוח מיט וואס די גוף וועט אויפשטיין אפי' אויב די נשמה העט אויפשטיין מיט א גוף פון אן אנדערע גולגול
דאכט זיך מיר אז ער ברענגט עס נאך בשם דעם זוהר הק'
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שחיטה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:10 am

אה, יישר כח.
ווייל איך ציטער שוין וואס איז אויב אין א צווייטע גלגול האבעך מער געארבייט אויף עבודת השם?
כ׳האב עס שוין געוואלט אויסשמועסן מיט א ערליכע איד א אייניקעל פונעם הייליגן רבין ר׳ אלימלך זצ״ל.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

בגבעון דום האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:00 pm
קומט מען אזוי אן צום דאקטאר היינט, נאר געוואר צו ווערן אז מ׳דארף שוין צום 6׳סטן מאהל דורכגיין די מציאת פון זיך געזעגענען מיט א קינד וואס וואלט ווען געדארפט געבוירן ווערן.

שטייט א מענטש פאר א ברירה. אדער זיין צושאסן אדער דאנקן דעם אייבערשטער אויף אלע חסדים ביז אהער און פאר די קינדער וואס ער האט מיר געגעבן ברוב רחמיו וחסדיו.

עס איז אבער נישט גרינג אליינס. אדרבה, קומט אריין ווי אזוי א צווייטער האט געדאנקט דעם אייבערשטער אין א פארנעפעלטע מצב.

איין מעשה וואס איך האב אמאל געהערט. געווען א איד וואס האט ל”ע געהאט א שריפה אין שטוב ווי אלעס איז געגאנגען. ער איז געבליבן בשמחה, אפילו נאכדעם. האט אים איינער געפרעגט, ווי אזוי טוסטו דאס?
זאגט ער, גיב א קוק. איך האב געמאכט א חשבון און די אינשורינס גייט מיר געבן מער געלט וויפיל איך האב פארלוירן. סא מיין איינציגסטע ווייטאג וואלט געקענט זיין פארוואס האט מיר דער רבש”ע נישט אנגערופן פארדעם פרעגן. משה איך זאל פארברענען דיין הויז, וועסט האבן א חודש עגמת נפש, אבער וועסט מאכן גאר אסאך ריוח? איך וואלט זיכער געענטפערט אז יא.

נו, ווייל ער האט מיר נישט געפרעגט פארדעם, זאל איך ארומגיין ווי אן אפגעוועטשטע שמאטע??

די זעלבע ביי מיר. הקב”ה טוט דאך נאר מיין טובה. ווען איך ווייס ווען וואס די טובה איז, וואלט איך געטאנצן אין די גאסן. ווייל ער האט דאס פאר א סוד, זאל איך יעצט זיין צובראכן און אים נישט דאנקן??

ווער עס האט אזאנע מעשיות געהערט אדער מיטגעהאלטן, קומט ארויף פאר אנדערע אידן.
.
a time" has a support text group for these mothers, its a place where they have others understand them and be mechazak each other"
i think she shuled contact them
לעצט פארראכטן דורך זייצפריילעך אום מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:28 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
שחיטה
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:14 am
שחיטה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:10 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:03 am
אוטש!!!
זייער זייער פעינפול.
בוסט מיר אויך מחזק.

דער אייבישטער האלט אונז זייער נאנט צו אים יעצט פאר משיח צדקינו.

לגבי תחית המתים;
די הייליגע רבי ר׳ אלימלך זצוק״ל פרעגט דעם פראגע וואס איך האב שוין געהאט יארן: ווען א נשמה קומט נאכאמאל אראפ אויף די וועלט, קומט עס דאך אריין אין א צווייטע גוף, אלזא מיט וועלכע גוף וועט די נשמה אויפשטיין ווען משיח וועט קומען?
ענטפערט די רבי, אז די נשמה וועט אויפשטיין אין דעם גוף וואס האט זיך די מערסטע אויסגעארבייט!
עד כאן וואס עס שטייט אין ספר נועם אלימלך.

לפי זה קומט דאך אויס אז נישט יעדער וועט אויפשטיין?

די בני יששכר שרייבט אז אויב מען צינד חנוכה לעכט ווערט א פרישע רוח מיט וואס די גוף וועט אויפשטיין אפי' אויב די נשמה העט אויפשטיין מיט א גוף פון אן אנדערע גולגול
דאכט זיך מיר אז ער ברענגט עס נאך בשם דעם זוהר הק'
אה, יישר כח.
ווייל איך ציטער שוין וואס איז אויב אין א צווייטע גלגול האבעך מער געארבייט אויף עבודת השם?
כ׳האב עס שוין געוואלט אויסשמועסן מיט א ערליכע איד א אייניקעל פונעם הייליגן רבין ר׳ אלימלך זצ״ל.
כ'האף אז וועסט נישט נאכלאזן אין עבודת השם אדאנק מיר...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אומר אני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:32 pm
עפעס ליגט מיר אין קאפ פון א הארציגע בריוו וואס @למעלה משבעים האט ארויף געלייגט איבער אזא מצב, ווער קען ברענגען?
מכתב פרידה לבנו היקר
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שחיטה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:20 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:14 am
שחיטה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:10 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:03 am
אוטש!!!
זייער זייער פעינפול.
בוסט מיר אויך מחזק.

דער אייבישטער האלט אונז זייער נאנט צו אים יעצט פאר משיח צדקינו.

לגבי תחית המתים;
די הייליגע רבי ר׳ אלימלך זצוק״ל פרעגט דעם פראגע וואס איך האב שוין געהאט יארן: ווען א נשמה קומט נאכאמאל אראפ אויף די וועלט, קומט עס דאך אריין אין א צווייטע גוף, אלזא מיט וועלכע גוף וועט די נשמה אויפשטיין ווען משיח וועט קומען?
ענטפערט די רבי, אז די נשמה וועט אויפשטיין אין דעם גוף וואס האט זיך די מערסטע אויסגעארבייט!
עד כאן וואס עס שטייט אין ספר נועם אלימלך.

לפי זה קומט דאך אויס אז נישט יעדער וועט אויפשטיין?

די בני יששכר שרייבט אז אויב מען צינד חנוכה לעכט ווערט א פרישע רוח מיט וואס די גוף וועט אויפשטיין אפי' אויב די נשמה העט אויפשטיין מיט א גוף פון אן אנדערע גולגול
דאכט זיך מיר אז ער ברענגט עס נאך בשם דעם זוהר הק'
אה, יישר כח.
ווייל איך ציטער שוין וואס איז אויב אין א צווייטע גלגול האבעך מער געארבייט אויף עבודת השם?
כ׳האב עס שוין געוואלט אויסשמועסן מיט א ערליכע איד א אייניקעל פונעם הייליגן רבין ר׳ אלימלך זצ״ל.
כ'האף אז וועסט נישט נאכלאזן אין עבודת השם אדאנק מיר...
חלילה! דער אייבישטער האלט מיר יעצט אויך נאנט… טראסט מיר… איך גיי אדורך גאר גאר שווערע זמנים.
אין יעדע זמן מאכט דער אייבישטער זיינע peekaboo
צו ווייזן אז ער פירט די וועלט.

למשל;
די וואך בינעך ממש געווען פארפרוירן ווען כ׳האב געזעהן אז מיין קאר טוישט נישט גיער. דער אייבישטער ווייסט אז איך קען נישט יעצט עפארדן א נייע קאר, אדער א נייע טרענסמישן. מיין קאר איז 2008 נאך נישט קיין 150 טויזנט מייל… און יעצט שיפט עס נישט קיין גיער, און די גאנצע דעש בארד שיינט און בלינקט לעמפלעך… טשעק ענדשין, טרענסמישן, טרעקשן, ועוד.

ב״ה די ערקאנדישן האט געארבייט ווייל איך האב געשוויצט. קוים האב איך מיך דערשלעפט צוריק צום הויז, און ס׳האט אויך נישט געהעריג געוואלט בעקן…

למעשה האט מיר M&S געהייסן גיין צו א גוי אויפן 17M וואס טוהט טרענסמישאנס.
כ׳האב געהאט א דאקטארס אפוינטמענט יענעם טאג, א טשעיס אפוינטמענט, ביזנעס סקעדשעלס אן א קאר..

כ׳האב געטראגן דעם קאר צום גוי און געפארן זייער שטייט און עס אראפגעלייגט דארט. כ׳האב ארויסגענומען מיין היט מיט די באקס, און אלע אנדערע חפצים, ווייל די קאר קומט דאך נישט אהיים אזוי שנעל…

כ׳האב נישט געהאט קיין בלאסן אהנונג וויאזוי דער אייבישטער גייט מיר דא העלפן מיט געלט פאר די קאר. בזמן וואס איך האב אנדערע פיינענשל אבליגעישנס פונקט אונטער געקומען וואס איז מיר א עכטע קרייסיס. די קאר אישו איז געווען די טשערי אן טאפ.

מיין אידענע פרעגט מיר, וויאזוי ביסטו אזוי רואיג? דו שרייסט נישט, דו שמייכעלסט?
כ׳האב איר געזאגט אז ווען ס׳האלט שוין ביי אזא מצב, בינעך זיכער אז די ישועה איז דא. אונז דארפן נאר זעהן ״וויאזוי״ דער אייבישטער גייט עס מסדר זיין. דערווייל קען איך טוהן איין זאך. Acceptance.

כ׳האב זיך געשטארקט. כ׳האב געבעטן בזכות ר׳ חיים זאנוויל בן ר׳ משה זאל געשעהן א נס.

פעסט פארווערד נאך עטליכע טעקסיס, ארום געריקט מיטונגען, בינעך אהיים פון אפיס מיט… א טעקסי… א פיצעלע קאר׳עלע. כ׳האב שוין געטראכט אז אפשר וועל איך דאס דארפן איינהאנדלען, ווייל געלט פאר א גרעסערע זעה איך נישט דערווייל.

ממש פאר׳ן אנקומען אהיים קלינגט מיין פאון, די קאלער איידי ווייזט אז ס׳איז די מיקעניק. כ׳האב זיך געשטארקט און אויפגעהויבן…

מיסטער קליין?
יעס.
אקעי, יור קאר איז רעדי פאר פיק-אפּ
—— שאַק——-
העלאו? אַר יו דער?
יעס.
יו קען קאם פיק אפ יור וויקעל.
וואט וואז דע אישו?
עי ווייער… ביי.
—-שאק…——

איך האב שנעל געהייסן דעם טעקסי פארן ווייטער און מיר זאפארט טראגן צום מיקעניק.

אנקומענדיג אהין איז מיר קלאר געווארן אז ס׳איז געווען א נישטיגע אלטע ווייער וואס ברענגט די סיגנאל פון די ספיד צום טרענסמישאן, און אן וויסן די ספיד, איז די טרענסמישן בלינד! עס ווייסט נישט וועלכע גיער צו ניצן, אין אזא פאל ריקט זיך עס אריין אין ״לימבּאו״ מאוד, וואס איז די דריטע גיער, און בלייבט דארטן ביז מ׳פארעכט עס! ס׳איז געווען א נס אז כ׳האב נישט געשופט דעם קאר צו פארן אויף בערג און געפארן שטייט, ווייל מ׳קען לייגן שלאפן א טרענסמישן נאר פון פארן אין די נישט ריכטיגע גיער…

די גאנצע עסק האט מיר געקאסט עטליכע טעקסיס מיט ממש עטליכע דאלער צו קאנעקטן א קאמפיוטער צו ליינען די ערראר קאודס און אויספיגערן וואס גייט פאר און דערנאך צוריק קאננעקטן דעם ספיד ווייער צום טרענסמישן און אלעס ארבייט 100 פראצענט גוט ברוך השם!!

כ׳בין אהיים געפארן מיט׳ן קאר נישט קענענדיג גלייבן וואס דא האט פאסירט! כ׳האב געזאגט מזמור לתודה עטליכע מאל פון התרגשות. זאל קיינער נישט לאכן פון מיין אלטע 2008 טרעקל… ס׳פעלט ב״ה גארנישט דערפון… איך ווייס אז ס׳קען נישט נעמען די קאמע עי איי דעש קעמערע צו מאכן דרייוון אליין… איך קען ב״ה דרייוון אליין…

יעצט ווארט איך צו זעהן וויאזוי דער אייבישטער וועט אונז העלפן פיינענשאלי, און אויך אנדערע נסיונות.

א גוטע נאכט!😴

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

דער אויבשטער זאל אייך טרייסטען און מחזק זיין. עס איז דא אן ארגענזאציע ארויס צו העלפען אין דעם שווערען מצב בעיקור פאר די נשים צדקניות. 917-627-5528
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

@בגבעון דום שמך נאה לך! דום לה' והתחולל לו.

איך פארשטיי דיר אזוי שטארק, שוין דורך דאס כ"פ נישט מער געדאכט ולא תקפ"ץ.

ימלא ה' חסרונך און זאלסט זוכה זיין צו פיל נחת מיט אלעם גוטן.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: אודך ה׳ כי אנפת בי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

איך זעה ווי דער עולם לייגט דא אראפ די שווערע פעקלעך, און מ'טרייסט זיך איינער דעם צווייטן, זייער שיין, כה לחי, זאל יעדער זיין געטרייסט.

סאם האו ווען איך בין דאס דורך 2 מאל, און איינס דערפון גאר טראמאטיזירנד, שרעקעדיגער ווי איר מיינט, האב איך קיין רגע כמימרא נישט געטראכט פון מיר, נאר געקלעמט פאר די צער פון דער וואס האט געשלעפט דעם פעקל, און עד היום קוק איך איך עס אן ווי איר מיטמאכעניש. אוודאי האט מיר עס געשטערט עד דוכדוכה של נפש, אבער לענ"ד איז די מאנ'ס צער אין שאטן בעת ווען זי שטייט און כליפעט.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”