35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שאול
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 06, 2024 10:36 pm

35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול »

איך שטיי בסייעתא דשמיא ביי די טויזענטסטע תגובה.
און איך טוה קודם דאנקן דעם הייליגן באשעפער פארן מיר געבן די שטארקייט אנצוגיין יעדן טאג צו קענען ברענגען פארן ערליכן ציבור כשר’ע נייעס און אינטערעסאנטע סחורה.

כמנהג המקום האב איך אוועקגעגעבן די 1000’טע תגובה פאר עפעס דיפרענד, עפעס זיס צו ליינען.
למעשה אזוי זוכנ’דיג האב איך זיך אנגעשטויסן אין אסאך געדאנקן. עס האט גענומען איבער 2 שעה און דאן איז מיר בייגעפאלן:

פינף און דרייסיג אינטערסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן:

1. ’יוליסעס סימפסאן גרענט’ דער 18’טער פרעזידענט פון אמעריקא איז געווארן ארעסטירט פארן דרייוון שנעל זיין פערד און וואגן... דער פאליציאנט איז געווען וויליאם וועסט וואס האט אים אפגעשטעלט פארן דרייוון שנעל אויפן וואשינגטאן די סי גאס. ער איז נישט גענומען געווארן צום פאליציי סטאנציע, אבער די לעיבעל איז געבליבן אויף אים אלץ דער איינציגסטער אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן ארעסטירט. ער האט שפעטער באצאלט א טיקעט פון 20 דאלער פארן ספידן (אין היינטיגע געלט איז עס ווערד 514 דאלער).

2. דער יוליסעס איז אויך געווארן צוויי מאל ארעסטירט נאך פארן ווערן פרעזידענט, זייענדיג א גענעראל. ביידע מאל צוליב דרייוון שנעל.. איינמאל האט ער גערעדט מיט חוצפה צום אפיציר וואס האט אים אפגעשטעלט און ביים שטעלן זיך צום שופט האט דער שופט אים פארגעהאלטן היתכן א גענעראל איז נישט קיין גוטע ביישפיל פאר אנדערע.. די צווייטע מאל האט ער סתם אזוי ליצנות געמאכט מיט הומאר פונעם אפיציר.

3. גוט צו וויסן אז עיברעהעם לינקאלן איז געווען די העכסטע פרעזידענט, זייענדיג הויעך 6 פיס און 4 אינטשעס (טראמפ איז 6 פיס און 3 אינטשעס).

4. פילמאר איז די ערשטע פרעזידענט וואס קומט פון א שווערע שטוב... אויפוואקסענדיג ביי זיין שטוף מאמע.

5. גארפילד איז שוין געווען דער 20’סטער פרעזידענט אין די רייע, אבער דער ערשטער געלינקטער... (נישט אין פאליטיק... דארט איז ער געווען רעכט געשטימט).

6. דער איינציגסטער פרעזידענט וואס האט זיך געלערנט צו ווערן א דאקטער איז וויליאם הענרי העריסאן - דער ניינטער פרעזידענט. (ביידען איז דער ערשטער און האפנטליך דער לעצטער צו זיצן גאר אפט ביים דאקטער... עהה... ח"ו)

7. אין די צייטן פון ביל קלינטאן האט זיך געעפנט די ערשטע אפציעלע וועבסייט פון די ווייסע הויז (תשנ”ד).
ביל קלינטאן איז אויך געווען דער ערשטער פרעזידענט צו שיקן א אימעיל.. (עריז נאכנישט געווען דעמאלטס פרעזידענט) אין 1994 למס’ האט קלינטאן געשיקט א אימעיל צו דזשאן גלאן אן אסטראנאט פון נאס"א וואס האט זיך דעמאלטס געפונען אין ספעיס.

8. טעדי רוזעוועלט (26’טע פרעזידענט) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו פארן מיט א קאר (אנדערע זאגן אז וויליאם טעפט)
און זיין קאזין פרענקלין דנעלא רוזעוועלט (32’טע פרעזידענט) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו פארן מיט א ערעפלאן.

9. אז מען רעדט שוין פון דער צווייטער רוזעוועלט, ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט צו דינען אין אמט מער ווי צוויי מאל, וועגן די צווייטע וועלט מלחמה איז ער געווארן אויסגעוועלט 4 מאל.
מען קען אריינגיין א פיצי טיפער אין דעם: דזשארדזש וואשינגטאן איז געווען דער וואס האט איינגעפירט אז מען זאל נישט דינען מער ווי צוויי מאל אלץ פרעזידענט, למעשה ווען ער האט אפגעטרעטן - נאכן דינען צוויי מאל - האט ער געזאגט אז ער טרעט אפ צוליב זיין עלטער (עריז געווען דעמאלטס אלט סה"כ 65 יאר... גיי דערצייל עס פאר זיידי ביידן ווי פרי מען דארף אפטרעטן... שוין. גענוג חוזק געמאכט... ), און טאקע נאך די פיר קאנדענצן פון מיסטער רוזעוועלט האט מען באשטעטיגט א געזעץ אין קאנגרעס אז מען קען נאר זיין פרעזידענט צוויי מאל ד. ה. אכט יאר.

10. דער ערשטער רוזעוועלט איז געווען דער ערשטער צו אפציעל אנרופן די פלאץ ווי דער פרעזידענט וואוינט: ’’די ווייסע הויז’’. פארדעם פלעגט מען עס אנרופן ’די פאלאץ פונעם פרעזידענט’ אדער ’די הויז פונעם פרעזידענט’ אדער ’די עקזעקעטיוו מענשן’ (היימיש גערעדט: די מנהלים שטיבל...).

11. אין ווייסן הויז איז דא א באקאנטע וואנט וואס דארט טוען די פרעזידענטן אונטערשרייבן זייער נאמען. יעדער שרייבט אונטער אויף א צווייטע וועג.. כשם שפרצופיהן ודעותיהן וחתימותיהן שונות.

12. אלע פרעזידענטן פלעגן וואוינען אין די ווייסע הויז, חוץ איינער, כ’זאג דיר גייסט נישט חלום’ען ווער, דזשארדזש וואשינגטאן.. ער פלעגט טאקע קעיר נעמען אלעס זאל דארט אנגיין געהעריג אבער ער האט געוואוינט אין שיינע הייזער אין ניו יארק און אין פילעדעלפיע.

13.דשעימס מעדיסאן איז געעוען די נידריגסטע פרעזידענט זייענדיג 5 פיס און 4 אינטשעס.

14. גארפילד איז געווען מורא’דיג טאלאנטפול, צווישן זיינע טאלאנטן איז אז ער פלעגט קענען שרייבן יווניש (גריכיש) מיט איין האנט און מיט די צווייטע שרייבן לייטאניש.

15. דזשאן עדעמס (צווייטע פרעזידענט) און טאמעס דזשעפרעסאן (דריטע פרעזידענט) האבן געהאט א מורא’דיגע נאנטשאפט איינער צום צווייטן אין די אינגע יארן, זיי האבן צוזאמען אראפגעשטעלט מיט וואשינגטאן די דעקלעראציע פון זעלבסשטענדיגקייט אויף אמעריקע אין 1776 למס’, און שפעטער זענען זיי געווארן בלוט שונאים וועלנדיג ווערן ערוועלט אלץ פרעזידענט, און די פאן פעקט איז אז זיי זענען ביידע געשטארבן אפאר שעה גערוקט אין יולי 4 שטייענדיג פונקטליך 50 יאר נאכן גרונדן צוזאמען אמעריקא. עדעמס איז געשטארבן 6:20 נאכמיטאג, זיינע לעצטע ווערטער פארן שטארבן איז געווען: ”טאמעס דזשעפרעסאן לעבט נאך...”, נישט וואוסענדיג אז ער איז געשטארבן 12:50 מיטאג דעם זעלבן טאג... דער זוהן פון דזשעפרעסאן האט געזאגט אז עס איז א הימל זאך אז ביידע זענען געשטארבן דעם זעלבן טאג.

אגב, פרעזידענט מאנרא איז אויך געשטארבן אין יולי 4.

16. ביוקענען איז געווען די אייציגסטע פרעזידענט וואס איז נישט געווען חתונה געהאט.

17. אכט פרעזידענטן זענען נישט געבוירן אין אמעריקא, מען קען נישט לויפן פאר פרעזידענט אויב איז מען נישט געבוירן דא, אבער ווייל זיי זענען געבוירן נאך פאר 1776 למס’ איז עס נישט קיין פראבלעם.

18. דער איינציגסטער פרעזידענט נישט צו ווערן אויסגעוועלט דורך די בירגער איז געווען פארד, ער איז געווארן פרעזידענט נאך וואס ניקסאן האט זיך אפגעזאגט נאך אכט חדשים זיין פרעזידענט, און דאן האט זיין וויצע איבערגענומען די שטול פאר מער ווי דריי יאר.

19. גראָווער קליוולאַנד איז דערווייל געווען דער איינציגסטער פרעזידענט צו דינען צוויי טערמינען אפגעטיילט. ער איז געווען די 22’טע און אויך 24’טע פרעזידענט. (עס איז גאנץ מעגליך אז נאך א ביישפיל איז אויפן וועג...)

20. טעילאר איז געווען דער פרעזידענט מיט די מערסטע קינדער, ער האט געהאט 15 קינדער.

21. טאמעס דזשעפרעסאן האט געהאט די מערסטע קנעכט, ער האט געהאט אזויפיל ווי 600 קנעכט אינעם ווייסן הויז.

22. וויליאם הענרי העריסאן (ניינטער פרעזידענט) האט גערעדט די לענגסטע איינשווערונגס רעדע, ער האט גערעדט א שעה און 45 מינוט, ער האט גערעדט אן א הוט און רעקל, און שפעטער געכאפט א לינדן אנטצינדונג און נאך א חודש געשטארבן..

23. דזשעימס פאלק (11’טע פרעזידענט) איז געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט געוואלט לויפן פאר נאך א קאדענץ. (דא ביי ביידן איז עס נישט אזוי, וויבאלד ער האט אנגעהויבן זיין קאמפיין, און ארויסגעוואקט אינמיטן א קאמפיין, יענער האט בכלל נישט אנגעהויבן)

24. ענדרעי דזשאנסאן (17’טער פרעזידענט) האט מען באגראבן לייגנדיג די קאנסטעטעטוציע אונטער זיין קאפ...

25. גראָווער קליוולאַנד(22-24) פלעגט אליינס אויפהייבן די טעלעפאנען אין ווייסן הויז.

26. רוזעוועלט (26) האט דערגרייכט די גרעסטע נומער פון געבן די הענט פאר מענטשן אין איין טאג, ביי א ריזיגע קבלת פנים אינעם ווייסן הויז האט ער געגעבן די הענט פאר 8,513 מענטשן.

27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).

28. ריטשארד ניקסאן (37) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו באזוכן אין אלע פופציג סטעיטס. דערנאך האבן קלינטאן, דזשארדזש w בוש, און אבאמע געטוהן די זעלבע. בכל מדינות מלכותו.

29. פאר די טראמפ-ביידען עפאכע האבן רוב סורוועיס געצייגט אז דער ערגסטער פרעזידענט אין היסטאריע איז געווען ביוקענען.

30. 15 וויצע פרעזידענטן זענען געווארן שפעטער אויסגעקליבן אלץ פרעזידענט.

31. צוויי וויצע פרעזידענטן האבן געדינט אונטער צוויי אנדערע פרעזידענטן.

32. דו קוקסט אן דעם פרעזידענט ווי ער שטייט ביים אויפנאמע און איינשווערונגס צערעמאניע אזוי בכבוד... לאמיר געבן א קוק אויף אפאר פרעזידענטס וואס זיי זענען פונקטליך געווען פארדעם:
דזשימי קארטער איז געווען א פארמער פון פינאטס..
ראנאלד רעיגן איז געווען א לייפגארד ביים שווימען און אויך מאווי סטאר.
און לינקאלן פלעגט שניידן און שיין מאכן אייזערנע געיטס..

33. הענרי העריסאן איז געווען טאקע די קורצטע צייט פרעזידענט, דינענדיג נאר פאר 31 טעג, אבער ער איז געווען דער ערשטער צו ווערן פאטאגראפירט מיט א בילד אלץ פרעזידענט.

34. קעלווין קאלידזש (30) איז געבוירן געווארן יולי 4 1872 למס’.

35. דזשאו ביידן (46) איז אלץ קינד געווארן גע’בולי’ט דורך סטודענטס אין סקול, און פון דעם האט ער געקעקעצט, ער איז עס אבער איבערגעקומען.


און צום לעצט דארפן אונז אידן געדענקן אז ”שלא עשני גוי” איז געזאגט געווארן אויפן גרעסטן פאלעטישן, אונז זענען סאך העכער, אשר בחר בנו מכל עם.

איך האף אז ענק האבן הנאה געהאט, און א יישר כח פארן ליינען.
לעצט פארראכטן דורך שאול אום דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רבא מברניש
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:מ'שוועבט

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

וואף! וואס דער קען אלס, גיימיר זיך זעצן ליינען
א פאזיטיווער מענטש איז אויך פאזיטיוו צו נעגעטיוויטי!
אוועטאר
monroe
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 5:41 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe »

וואף זייער אונטרעסאנט ש'כח @שאול און מזל טוב פאר די אלף תגובה
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסן צו 845-243-0215
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

מזל טוב!
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

הערליך און אינטערעסאנט. בעפאר איך געב א קליינע קריטיק, דארף איך איבערבעטן אז אנשטאט מכיר טוב זיין, זעה איך די שווארצע פינטל אינעם שיינעם בלעטל. איך קען מיך אבער נישט איינהאלטן, די ספעלינג פון די 22'סטע (און 24'סטע) פרעזידענט האט מיר געגרידזשעט אין די אויגן: די ריכטיגע ספעלינג איז "גראָווער קליוולאַנד" און נישט "גרויבער קליבלאנד"...

נאכאמאל, איך פארשטיי אז איר האט אריינגעגלייגט אסאך צייט, כח אונז צו מהנה זיין, בלי שום תשלום גמול, איך איך אפרישיעט עס.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm

35. דזשאו ביידן (46) איז אלץ קינד געווארן גע’בולי’ט דורך סטודענטס אין סקול, און פון דעם האט ער געקעקעצט, ער איז עס אבער איבערגעקומען...
איבערגעקומען וואס??

מיינסט צו זאגן איבערגעדרייט... (דאס לאנד...)

עניוועי, מזל טוב שאול!
קיפ איט אפ!
ווי ניד יא היר!
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
שאול
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 06, 2024 10:36 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול »

נברא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:19 pm
הערליך און אינטערעסאנט. בעפאר איך געב א קליינע קריטיק, דארף איך איבערבעטן אז אנשטאט מכיר טוב זיין, זעה איך די שווארצע פינטל אינעם שיינעם בלעטל. איך קען מיך אבער נישט איינהאלטן, די ספעלינג פון די 22'סטע (און 24'סטע) פרעזידענט האט מיר געגרידזשעט אין די אויגן: די ריכטיגע ספעלינג איז "גראָווער קליוולאַנד" און נישט "גרויבער קליבלאנד"...

נאכאמאל, איך פארשטיי אז איר האט אריינגעגלייגט אסאך צייט, כח אונז צו מהנה זיין, בלי שום תשלום גמול, איך איך אפרישיעט עס.
ש’כח
כ’האב עס געטוישט
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm


ביל קלינטאן איז אויך געווען דער ערשטער פרעזידענט צו שיקן א אימעיל.. (עריז נאכנישט געווען דעמאלטס פרעזידענט) אין 1994 למס’ האט קלינטאן געשיקט א אימעיל צו דזשאן גלאן אן אסטראנאט פון נאס"א וואס האט זיך דעמאלטס געפונען אין ספעיס.
ער איז יא געווען פרעזידענט 1994


און טאקע נאך די פיר קאנדענצן פון מיסטער רוזעוועלט האט מען באשטעטיגט א געזעץ אין קאנגרעס אז מען קען נאר זיין פרעזידענט צוויי מאל ד. ה. אכט יאר.
כ'מיין ביזט זיך טועה מיט טרומאן


12. אלע פרעזידענטן פלעגן וואוינען אין די ווייסע הויז
נאר זינט ס'איז געבויט געווארן, נאך אסאך יאר


18. דער איינציגסטער פרעזידענט נישט צו ווערן אויסגעוועלט דורך די בירגער איז געווען פארד, ער איז געווארן פרעזידענט נאך וואס ניקסאן האט זיך אפגעזאגט נאך אכט חדשים זיין פרעזידענט, און דאן האט זיין וויצע איבערגענומען די שטול פאר מער ווי דריי יאר.
אנדערע וויצעס פון פארשטארבענע פרעזידענטן, א שטייגער ווי זשאנסאן?




27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).
אלע פרעזידענטן גיבן עס פאר טשערעטי, און לאזן פאר זיך 1 דאלער

ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
רבא מברניש
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:מ'שוועבט

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm


1. ’יוליסעס סימפסאן גרענט’ דער 18’טער פרעזידענט פון אמעריקא איז געווארן ארעסטירט פארן דרייוון שנעל זיין פערד און וואגן... דער פאליציאנט איז געווען וויליאם וועסט וואס האט אים אפגעשטעלט פארן דרייוון שנעל אויפן וואשינגטאן די סי גאס. ער איז נישט גענומען געווארן צום פאליציי סטאנציע, אבער די לעיבעל איז געבליבן אויף אים אלץ דער איינציגסטער אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן ארעסטירט. ער האט שפעטער באצאלט א טיקעט פון 20 דאלער פארן ספידן (אין היינטיגע געלט איז עס ווערד 514 דאלער).
לייסענס האט ער יא געהאט? כמיין וואס איז געווען די ספיד לימיט אויף יענע גאס?
א פאזיטיווער מענטש איז אויך פאזיטיוו צו נעגעטיוויטי!
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

ענדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:26 pm
שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm


ביל קלינטאן איז אויך געווען דער ערשטער פרעזידענט צו שיקן א אימעיל.. (עריז נאכנישט געווען דעמאלטס פרעזידענט) אין 1994 למס’ האט קלינטאן געשיקט א אימעיל צו דזשאן גלאן אן אסטראנאט פון נאס"א וואס האט זיך דעמאלטס געפונען אין ספעיס.
ער איז יא געווען פרעזידענט 1994


און טאקע נאך די פיר קאנדענצן פון מיסטער רוזעוועלט האט מען באשטעטיגט א געזעץ אין קאנגרעס אז מען קען נאר זיין פרעזידענט צוויי מאל ד. ה. אכט יאר.
כ'מיין ביזט זיך טועה מיט טרומאן


12. אלע פרעזידענטן פלעגן וואוינען אין די ווייסע הויז
נאר זינט ס'איז געבויט געווארן, נאך אסאך יאר


18. דער איינציגסטער פרעזידענט נישט צו ווערן אויסגעוועלט דורך די בירגער איז געווען פארד, ער איז געווארן פרעזידענט נאך וואס ניקסאן האט זיך אפגעזאגט נאך אכט חדשים זיין פרעזידענט, און דאן האט זיין וויצע איבערגענומען די שטול פאר מער ווי דריי יאר.
אנדערע וויצעס פון פארשטארבענע פרעזידענטן, א שטייגער ווי זשאנסאן?




27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).
אלע פרעזידענטן גיבן עס פאר טשערעטי, און לאזן פאר זיך 1 דאלער

ענדיג קיין איינס פון דיינע הערות איז נישט אמת

געווען ביי טרומאן אבער וועגן רוזעוועלט

פרעזידענטן נעמען דאס געהאלט פאר זיך

קלינטאן האט געאימעלט פאר 1994, 1994 איז דזשאסט נאך א אימעיל קרישקע געשיקט צו ספעיס

אלע וויצעס וואס האבן איבערגענומען איז געשען צוויי זאכן א' זענען געווען עלעקטעד צו זיין וויצע
ב' זיי האבן געוואונען נאך א טערמין צו זיין פרעזידענט
פארד האט קיין איינס נישט געהאט
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

@פאראיעריגער שניי
1. וויפיל טערמינען האט טרומאן געהאט? ביטע טשעק פארן שרייבן
2. איך האב געשריבן אז קלינטאן איז געווען פרעזידענט 1994, און דו שרייבסט אז ס'נישט אמת. סאו ווען איז ער געווארן פרעזידענט?
3. מיט וואס איז פארד אנדערש פון דזשאנסאן?
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm

27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).
שעמטס ענק קאפערעיט מידיע!!! בושה תכסה פניכם!!! טראמפ האט שוין צענדליגע מאל געזאגט אז ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט און היסטאריע צוריקציווייזן די פעי טשעק און איך מיז געוואויר ווערן פון שאול אז דאס איז א פרעכע ליגענט??? ווי זענען אלע ענקערע פאקט טשעקערס??
#ענעמי אוו די פיעפעל...

און אגב א ריזיגע שכח פאר אלע באריכטן ווידיאס און ארטיקלען!!
קמץ
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2024 6:37 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמץ »

Wow wow
א גוטע ארבעט שכח און מזל טוב צום טויזנטער אויף געזינט לאנגע יארן
Two Impeachments Four Indictments 34 Convictions 91 Charges TWO Assassination Attempts Every single effort to take Trump down has missed the point
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

טרומאן דאכט זיך האט געהאט איינס א האלב
ער וואלט נאך געקענט האבן נאך איינס (כווייס נישט צו וועגן די היינטיגע געזעצן און מ'רעכנט נישט די ערשטע צו ווייל ס'איז געווען פאר די נייע געזעץ) אלענפאלס מ'האט געמאכט די געזעץ וועגן רוזעוועלט השני נישט וועגן אים

כזאג אז ס'איז נישט קיין קשיא אויפן שיקן ערשטען אימעיל פארן ווערן פרעזידענט ווייל ס'איז צוויי מעשיות

פארד איז קיינמאל נישט געווען עלעקטעד ווייס פרעזידענט דזשאנסאן יא.

פארד האט קיינמאל נישט געווינען קיין אייגענע טערמין אלץ פרעזידענט דזשאנסאן יא.
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:33 pm
אלע וויצעס וואס האבן איבערגענומען איז געשען צוויי זאכן א' זענען געווען עלעקטעד צו זיין וויצע
ב' זיי האבן געוואונען נאך א טערמין צו זיין פרעזידענט
פארד האט קיין איינס נישט געהאט
צו בעסער ארויסברענגן, פארד איז נישט געווען דער אריגיניעלע וויצע פון ניקסאן, נאר איז אויסגעקליבן געווארן נאך וואס די אריגניעלע וויצע האט זיך געדארפט אפזאגן, און דערנאך האט זיך ניקסאן געדארפט אפזאגן (פאר אנדערע סיבות)
- די וואס האבן געארבעט אויף די אריגניעלע וויצע'ס אפזאגונג האבן געהאט אין חשבון אז ניקסאן וועט זיך עווענטועל דארפן אפזאגן און האבן נישט געוואלט אז ער זאל איבערנעמען
Illegitimi non carborundum
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

ענדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:45 pm
@פאראיעריגער שניי
1. וויפיל טערמינען האט טרומאן געהאט? ביטע טשעק פארן שרייבן
2. איך האב געשריבן אז קלינטאן איז געווען פרעזידענט 1994, און דו שרייבסט אז ס'נישט אמת. סאו ווען איז ער געווארן פרעזידענט?
3. מיט וואס איז פארד אנדערש פון דזשאנסאן?
1- טרומען האט אויסגעדינט כמעט א גאנצע טערמין וואס ער האט איבערגענומען פון רוזעוואלט, דאן געווארען עלעקטעד פאר איין פול טערמין דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין..

3- פארד איז געווארן אריינגעשטעלט נאך די עלעשאן און נישט געווינען אויפן בעללאט
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

מזל טוב
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
עלעקטעריק
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 09, 2024 2:59 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטעריק »

שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm

11. אין ווייסן הויז איז דא א באקאנטע וואנט וואס דארט טוען די פרעזידענטן אונטערשרייבן זייער נאמען. יעדער שרייבט אונטער אויף א צווייטע וועג.. כשם שפרצופיהן ודעותיהן וחתימותיהן שונות.
מיינע קינדער האבן אויך די מנהג...
די כח פון א ווארט איז שטארק! מעכטיג! powerfull!

אבער נאך אלץ נישט גענוג צו טוישן א מציאות...
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

מזל טוב!!!
און א ריזיגען יישר כח פאר אלע נייעס און באריכטן מיט אן אריגינעלע קנייטשן!

נאך א קרישקעלע, די שווערסטע פרעזידענט איז געווען הארווארד וויליאם טרעפט (27) ביי 340 פונט
די גרינגסטע איז געווען דזשעימס מעדיסען (4) ביי 122 פונט
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

זייער אינטערעסאנט.

שכח @שאול !
שקר נוטל כסף דובר
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שקר גמור האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:47 pm
שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm

27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).
שעמטס ענק קאפערעיט מידיע!!! בושה תכסה פניכם!!! טראמפ האט שוין צענדליגע מאל געזאגט אז ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט און היסטאריע צוריקציווייזן די פעי טשעק און איך מיז געוואויר ווערן פון שאול אז דאס איז א פרעכע ליגענט??? ווי זענען אלע ענקערע פאקט טשעקערס??
#ענעמי אוו די פיעפעל...

און אגב א ריזיגע שכח פאר אלע באריכטן ווידיאס און ארטיקלען!!
טראמפ איז די איינציגסטע וואס האט עס נישט גענומען, די צווייטער האט עס גענומען און געגעבן פאר טשערעדי.

----

שכח שאול, גאר אינטערעסאנט, אינטערעסאנטער ווי דיין ערשטע פלאן...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

טראמפ האט עס אויך גענומען נאר סך הכל דאונעיטעד אויך פאר רעגירונג אגענטורן
לעצט פארראכטן דורך פאראיעריגער שניי אום דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איין
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

וואוו מזל טוב
די זעלבע וואס שרייען אז די עקאנאמיע איז די א מחיה יעצט אינטער ביידען
שרייען אז העריס גייט פיקסען די עקאנאמיע
וועריד
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

פרעזידענט ווילסאן האט צוריק אנגעהויבן פערזענליך אויפצורעטן מיט א סטעיט אוו די יוניאן אין קאנגרעס, און גייט אן ביז היינט. ביז דאן פלעגן די פרעזידענטן שיקן א געשריבענע סטעיט אוו די יוניאן צום קאנגרעס אנגעהויבן פון די דריטע פרעזידענט דזשעפערסאן. (וואשינגטאן און עדעמס האבן יא געגעבן פערזענליך).
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

מזל טוב שאול
מזל טוב פארן נעמען כאטשיג 50 אישיס קאמענטארן
מזל טוב פארן ווערן אויסגעברענט פון ניק קשה עורף׳ס
ווי קענעך ציען דיין אויער
אדער שיקן א שיבוטע
לעצט פארראכטן דורך והמבין יבין אום פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”