איך שטיי בסייעתא דשמיא ביי די טויזענטסטע תגובה.
און איך טוה קודם דאנקן דעם הייליגן באשעפער פארן מיר געבן די שטארקייט אנצוגיין יעדן טאג צו קענען ברענגען פארן ערליכן ציבור כשר’ע נייעס און אינטערעסאנטע סחורה.
כמנהג המקום האב איך אוועקגעגעבן די 1000’טע תגובה פאר עפעס דיפרענד, עפעס זיס צו ליינען.
למעשה אזוי זוכנ’דיג האב איך זיך אנגעשטויסן אין אסאך געדאנקן. עס האט גענומען איבער 2 שעה און דאן איז מיר בייגעפאלן:
פינף און דרייסיג אינטערסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן:
1. ’יוליסעס סימפסאן גרענט’ דער 18’טער פרעזידענט פון אמעריקא איז געווארן ארעסטירט פארן דרייוון שנעל זיין פערד און וואגן... דער פאליציאנט איז געווען וויליאם וועסט וואס האט אים אפגעשטעלט פארן דרייוון שנעל אויפן וואשינגטאן די סי גאס. ער איז נישט גענומען געווארן צום פאליציי סטאנציע, אבער די לעיבעל איז געבליבן אויף אים אלץ דער איינציגסטער אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן ארעסטירט. ער האט שפעטער באצאלט א טיקעט פון 20 דאלער פארן ספידן (אין היינטיגע געלט איז עס ווערד 514 דאלער).
2. דער יוליסעס איז אויך געווארן צוויי מאל ארעסטירט נאך פארן ווערן פרעזידענט, זייענדיג א גענעראל. ביידע מאל צוליב דרייוון שנעל.. איינמאל האט ער גערעדט מיט חוצפה צום אפיציר וואס האט אים אפגעשטעלט און ביים שטעלן זיך צום שופט האט דער שופט אים פארגעהאלטן היתכן א גענעראל איז נישט קיין גוטע ביישפיל פאר אנדערע.. די צווייטע מאל האט ער סתם אזוי ליצנות געמאכט מיט הומאר פונעם אפיציר.
3. גוט צו וויסן אז עיברעהעם לינקאלן איז געווען די העכסטע פרעזידענט, זייענדיג הויעך 6 פיס און 4 אינטשעס (טראמפ איז 6 פיס און 3 אינטשעס).
4. פילמאר איז די ערשטע פרעזידענט וואס קומט פון א שווערע שטוב... אויפוואקסענדיג ביי זיין שטוף מאמע.
5. גארפילד איז שוין געווען דער 20’סטער פרעזידענט אין די רייע, אבער דער ערשטער געלינקטער... (נישט אין פאליטיק... דארט איז ער געווען רעכט געשטימט).
6. דער איינציגסטער פרעזידענט וואס האט זיך געלערנט צו ווערן א דאקטער איז וויליאם הענרי העריסאן - דער ניינטער פרעזידענט. (ביידען איז דער ערשטער און האפנטליך דער לעצטער צו זיצן גאר אפט ביים דאקטער... עהה... ח"ו)
7. אין די צייטן פון ביל קלינטאן האט זיך געעפנט די ערשטע אפציעלע וועבסייט פון די ווייסע הויז (תשנ”ד).
ביל קלינטאן איז אויך געווען דער ערשטער פרעזידענט צו שיקן א אימעיל.. (עריז נאכנישט געווען דעמאלטס פרעזידענט) אין 1994 למס’ האט קלינטאן געשיקט א אימעיל צו דזשאן גלאן אן אסטראנאט פון נאס"א וואס האט זיך דעמאלטס געפונען אין ספעיס.
8. טעדי רוזעוועלט (26’טע פרעזידענט) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו פארן מיט א קאר (אנדערע זאגן אז וויליאם טעפט)
און זיין קאזין פרענקלין דנעלא רוזעוועלט (32’טע פרעזידענט) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו פארן מיט א ערעפלאן.
9. אז מען רעדט שוין פון דער צווייטער רוזעוועלט, ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט צו דינען אין אמט מער ווי צוויי מאל, וועגן די צווייטע וועלט מלחמה איז ער געווארן אויסגעוועלט 4 מאל.
מען קען אריינגיין א פיצי טיפער אין דעם: דזשארדזש וואשינגטאן איז געווען דער וואס האט איינגעפירט אז מען זאל נישט דינען מער ווי צוויי מאל אלץ פרעזידענט, למעשה ווען ער האט אפגעטרעטן - נאכן דינען צוויי מאל - האט ער געזאגט אז ער טרעט אפ צוליב זיין עלטער (עריז געווען דעמאלטס אלט סה"כ 65 יאר... גיי דערצייל עס פאר זיידי ביידן ווי פרי מען דארף אפטרעטן... שוין. גענוג חוזק געמאכט...
), און טאקע נאך די פיר קאנדענצן פון מיסטער רוזעוועלט האט מען באשטעטיגט א געזעץ אין קאנגרעס אז מען קען נאר זיין פרעזידענט צוויי מאל ד. ה. אכט יאר.
10. דער ערשטער רוזעוועלט איז געווען דער ערשטער צו אפציעל אנרופן די פלאץ ווי דער פרעזידענט וואוינט: ’’די ווייסע הויז’’. פארדעם פלעגט מען עס אנרופן ’די פאלאץ פונעם פרעזידענט’ אדער ’די הויז פונעם פרעזידענט’ אדער ’די עקזעקעטיוו מענשן’ (היימיש גערעדט: די מנהלים שטיבל...).
11. אין ווייסן הויז איז דא א באקאנטע וואנט וואס דארט טוען די פרעזידענטן אונטערשרייבן זייער נאמען. יעדער שרייבט אונטער אויף א צווייטע וועג.. כשם שפרצופיהן ודעותיהן וחתימותיהן שונות.
12. אלע פרעזידענטן פלעגן וואוינען אין די ווייסע הויז, חוץ איינער, כ’זאג דיר גייסט נישט חלום’ען ווער, דזשארדזש וואשינגטאן.. ער פלעגט טאקע קעיר נעמען אלעס זאל דארט אנגיין געהעריג אבער ער האט געוואוינט אין שיינע הייזער אין ניו יארק און אין פילעדעלפיע.
13.דשעימס מעדיסאן איז געעוען די נידריגסטע פרעזידענט זייענדיג 5 פיס און 4 אינטשעס.
14. גארפילד איז געווען מורא’דיג טאלאנטפול, צווישן זיינע טאלאנטן איז אז ער פלעגט קענען שרייבן יווניש (גריכיש) מיט איין האנט און מיט די צווייטע שרייבן לייטאניש.
15. דזשאן עדעמס (צווייטע פרעזידענט) און טאמעס דזשעפרעסאן (דריטע פרעזידענט) האבן געהאט א מורא’דיגע נאנטשאפט איינער צום צווייטן אין די אינגע יארן, זיי האבן צוזאמען אראפגעשטעלט מיט וואשינגטאן די דעקלעראציע פון זעלבסשטענדיגקייט אויף אמעריקע אין 1776 למס’, און שפעטער זענען זיי געווארן בלוט שונאים וועלנדיג ווערן ערוועלט אלץ פרעזידענט, און די פאן פעקט איז אז זיי זענען ביידע געשטארבן אפאר שעה גערוקט אין יולי 4 שטייענדיג פונקטליך 50 יאר נאכן גרונדן צוזאמען אמעריקא. עדעמס איז געשטארבן 6:20 נאכמיטאג, זיינע לעצטע ווערטער פארן שטארבן איז געווען: ”טאמעס דזשעפרעסאן לעבט נאך...”, נישט וואוסענדיג אז ער איז געשטארבן 12:50 מיטאג דעם זעלבן טאג... דער זוהן פון דזשעפרעסאן האט געזאגט אז עס איז א הימל זאך אז ביידע זענען געשטארבן דעם זעלבן טאג.
אגב, פרעזידענט מאנרא איז אויך געשטארבן אין יולי 4.
16. ביוקענען איז געווען די אייציגסטע פרעזידענט וואס איז נישט געווען חתונה געהאט.
17. אכט פרעזידענטן זענען נישט געבוירן אין אמעריקא, מען קען נישט לויפן פאר פרעזידענט אויב איז מען נישט געבוירן דא, אבער ווייל זיי זענען געבוירן נאך פאר 1776 למס’ איז עס נישט קיין פראבלעם.
18. דער איינציגסטער פרעזידענט נישט צו ווערן אויסגעוועלט דורך די בירגער איז געווען פארד, ער איז געווארן פרעזידענט נאך וואס ניקסאן האט זיך אפגעזאגט נאך אכט חדשים זיין פרעזידענט, און דאן האט זיין וויצע איבערגענומען די שטול פאר מער ווי דריי יאר.
19. גראָווער קליוולאַנד איז דערווייל געווען דער איינציגסטער פרעזידענט צו דינען צוויי טערמינען אפגעטיילט. ער איז געווען די 22’טע און אויך 24’טע פרעזידענט. (עס איז גאנץ מעגליך אז נאך א ביישפיל איז אויפן וועג...)
20. טעילאר איז געווען דער פרעזידענט מיט די מערסטע קינדער, ער האט געהאט 15 קינדער.
21. טאמעס דזשעפרעסאן האט געהאט די מערסטע קנעכט, ער האט געהאט אזויפיל ווי 600 קנעכט אינעם ווייסן הויז.
22. וויליאם הענרי העריסאן (ניינטער פרעזידענט) האט גערעדט די לענגסטע איינשווערונגס רעדע, ער האט גערעדט א שעה און 45 מינוט, ער האט גערעדט אן א הוט און רעקל, און שפעטער געכאפט א לינדן אנטצינדונג און נאך א חודש געשטארבן..
23. דזשעימס פאלק (11’טע פרעזידענט) איז געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט געוואלט לויפן פאר נאך א קאדענץ. (דא ביי ביידן איז עס נישט אזוי, וויבאלד ער האט אנגעהויבן זיין קאמפיין, און ארויסגעוואקט אינמיטן א קאמפיין, יענער האט בכלל נישט אנגעהויבן)
24. ענדרעי דזשאנסאן (17’טער פרעזידענט) האט מען באגראבן לייגנדיג די קאנסטעטעטוציע אונטער זיין קאפ...
25. גראָווער קליוולאַנד(22-24) פלעגט אליינס אויפהייבן די טעלעפאנען אין ווייסן הויז.
26. רוזעוועלט (26) האט דערגרייכט די גרעסטע נומער פון געבן די הענט פאר מענטשן אין איין טאג, ביי א ריזיגע קבלת פנים אינעם ווייסן הויז האט ער געגעבן די הענט פאר 8,513 מענטשן.
27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).
28. ריטשארד ניקסאן (37) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו באזוכן אין אלע פופציג סטעיטס. דערנאך האבן קלינטאן, דזשארדזש w בוש, און אבאמע געטוהן די זעלבע. בכל מדינות מלכותו.
29. פאר די טראמפ-ביידען עפאכע האבן רוב סורוועיס געצייגט אז דער ערגסטער פרעזידענט אין היסטאריע איז געווען ביוקענען.
30. 15 וויצע פרעזידענטן זענען געווארן שפעטער אויסגעקליבן אלץ פרעזידענט.
31. צוויי וויצע פרעזידענטן האבן געדינט אונטער צוויי אנדערע פרעזידענטן.
32. דו קוקסט אן דעם פרעזידענט ווי ער שטייט ביים אויפנאמע און איינשווערונגס צערעמאניע אזוי בכבוד... לאמיר געבן א קוק אויף אפאר פרעזידענטס וואס זיי זענען פונקטליך געווען פארדעם:
דזשימי קארטער איז געווען א פארמער פון פינאטס..
ראנאלד רעיגן איז געווען א לייפגארד ביים שווימען און אויך מאווי סטאר.
און לינקאלן פלעגט שניידן און שיין מאכן אייזערנע געיטס..
33. הענרי העריסאן איז געווען טאקע די קורצטע צייט פרעזידענט, דינענדיג נאר פאר 31 טעג, אבער ער איז געווען דער ערשטער צו ווערן פאטאגראפירט מיט א בילד אלץ פרעזידענט.
34. קעלווין קאלידזש (30) איז געבוירן געווארן יולי 4 1872 למס’.
35. דזשאו ביידן (46) איז אלץ קינד געווארן גע’בולי’ט דורך סטודענטס אין סקול, און פון דעם האט ער געקעקעצט, ער איז עס אבער איבערגעקומען.
און צום לעצט דארפן אונז אידן געדענקן אז ”שלא עשני גוי” איז געזאגט געווארן אויפן גרעסטן פאלעטישן, אונז זענען סאך העכער, אשר בחר בנו מכל עם.
איך האף אז ענק האבן הנאה געהאט, און א יישר כח פארן ליינען.