35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שאול
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 06, 2024 10:36 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול »

והמבין יבין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:36 pm
מזל טוב שאול
מזל טוב פארן פארנעמען כאטשיג 500 אישיס קאמענטארן
מזל טוב פארן נישט ווערן אויסגעברענט פון ניק קשה עורף׳ס
ווי קענעך ציען דיין אויער
יישר כח!
לגבי מיין אויער..
פון קאוויד האט מען אויפגעהערט צו געבן די הענט
און פון טראמפ אטענטאט האט מען אויפגעהערט צו געבן די אויער...
חלק קטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 03, 2024 1:04 am

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק קטן »

שכוח....

הערליך
אוועטאר
שמן ששון
שר האלפיים
תגובות: 2510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

קאנגראטולאציעס @שאול צום אלפ'ל!
און א הערצליכן דאנק פון די דעלישעס ארטיקל!

שטייצעך איין הערה...
פארד איז געווארן פרעזידענט אכט חדשים נאך ניקסאן ווערן איינגעשוואוירן צום צווייטן טערמין אין 1972,
ניקסאן האט געדינט א פולע ערשטע טערמין פון 1968.
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm
29. פאר די טראמפ-ביידען עפאכע האבן רוב סורוועיס געצייגט אז דער ערגסטער פרעזידענט אין היסטאריע איז געווען ביוקענען.
און נאך זייער עפאכע ווער צייגט די ערגסטע ?
אוועטאר
חזרתי
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 8:30 am
לאקאציע:אייוועלט

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרתי »

שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm
איך שטיי בסייעתא דשמיא ביי די טויזענטסטע תגובה.
און איך טוה קודם דאנקן דעם הייליגן באשעפער פארן מיר געבן די שטארקייט אנצוגיין יעדן טאג צו קענען ברענגען פארן ערליכן ציבור כשר’ע נייעס און אינטערעסאנטע סחורה.

כמנהג המקום האב איך אוועקגעגעבן די 1000’טע תגובה פאר עפעס דיפרענד, עפעס זיס צו ליינען.
למעשה אזוי זוכנ’דיג האב איך זיך אנגעשטויסן אין אסאך געדאנקן. עס האט גענומען איבער 2 שעה און דאן איז מיר בייגעפאלן:

פינף און דרייסיג אינטערסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן:

1. ’יוליסעס סימפסאן גרענט’ דער 18’טער פרעזידענט פון אמעריקא איז געווארן ארעסטירט פארן דרייוון שנעל זיין פערד און וואגן... דער פאליציאנט איז געווען וויליאם וועסט וואס האט אים אפגעשטעלט פארן דרייוון שנעל אויפן וואשינגטאן די סי גאס. ער איז נישט גענומען געווארן צום פאליציי סטאנציע, אבער די לעיבעל איז געבליבן אויף אים אלץ דער איינציגסטער אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן ארעסטירט. ער האט שפעטער באצאלט א טיקעט פון 20 דאלער פארן ספידן (אין היינטיגע געלט איז עס ווערד 514 דאלער).

2. דער יוליסעס איז אויך געווארן צוויי מאל ארעסטירט נאך פארן ווערן פרעזידענט, זייענדיג א גענעראל. ביידע מאל צוליב דרייוון שנעל.. איינמאל האט ער גערעדט מיט חוצפה צום אפיציר וואס האט אים אפגעשטעלט און ביים שטעלן זיך צום שופט האט דער שופט אים פארגעהאלטן היתכן א גענעראל איז נישט קיין גוטע ביישפיל פאר אנדערע.. די צווייטע מאל האט ער סתם אזוי ליצנות געמאכט מיט הומאר פונעם אפיציר.

3. גוט צו וויסן אז עיברעהעם לינקאלן איז געווען די העכסטע פרעזידענט, זייענדיג הויעך 6 פיס און 4 אינטשעס (טראמפ איז 6 פיס און 3 אינטשעס).

4. פילמאר איז די ערשטע פרעזידענט וואס קומט פון א שווערע שטוב... אויפוואקסענדיג ביי זיין שטוף מאמע.

5. גארפילד איז שוין געווען דער 20’סטער פרעזידענט אין די רייע, אבער דער ערשטער געלינקטער... (נישט אין פאליטיק... דארט איז ער געווען רעכט געשטימט).

6. דער איינציגסטער פרעזידענט וואס האט זיך געלערנט צו ווערן א דאקטער איז וויליאם הענרי העריסאן - דער ניינטער פרעזידענט. (ביידען איז דער ערשטער און האפנטליך דער לעצטער צו זיצן גאר אפט ביים דאקטער... עהה... ח"ו)

7. אין די צייטן פון ביל קלינטאן האט זיך געעפנט די ערשטע אפציעלע וועבסייט פון די ווייסע הויז (תשנ”ד).
ביל קלינטאן איז אויך געווען דער ערשטער פרעזידענט צו שיקן א אימעיל.. (עריז נאכנישט געווען דעמאלטס פרעזידענט) אין 1994 למס’ האט קלינטאן געשיקט א אימעיל צו דזשאן גלאן אן אסטראנאט פון נאס"א וואס האט זיך דעמאלטס געפונען אין ספעיס.

8. טעדי רוזעוועלט (26’טע פרעזידענט) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו פארן מיט א קאר (אנדערע זאגן אז וויליאם טעפט)
און זיין קאזין פרענקלין דנעלא רוזעוועלט (32’טע פרעזידענט) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו פארן מיט א ערעפלאן.

9. אז מען רעדט שוין פון דער צווייטער רוזעוועלט, ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט צו דינען אין אמט מער ווי צוויי מאל, וועגן די צווייטע וועלט מלחמה איז ער געווארן אויסגעוועלט 4 מאל.
מען קען אריינגיין א פיצי טיפער אין דעם: דזשארדזש וואשינגטאן איז געווען דער וואס האט איינגעפירט אז מען זאל נישט דינען מער ווי צוויי מאל אלץ פרעזידענט, למעשה ווען ער האט אפגעטרעטן - נאכן דינען צוויי מאל - האט ער געזאגט אז ער טרעט אפ צוליב זיין עלטער (עריז געווען דעמאלטס אלט סה"כ 65 יאר... גיי דערצייל עס פאר זיידי ביידן ווי פרי מען דארף אפטרעטן... שוין. גענוג חוזק געמאכט... ), און טאקע נאך די פיר קאנדענצן פון מיסטער רוזעוועלט האט מען באשטעטיגט א געזעץ אין קאנגרעס אז מען קען נאר זיין פרעזידענט צוויי מאל ד. ה. אכט יאר.

10. דער ערשטער רוזעוועלט איז געווען דער ערשטער צו אפציעל אנרופן די פלאץ ווי דער פרעזידענט וואוינט: ’’די ווייסע הויז’’. פארדעם פלעגט מען עס אנרופן ’די פאלאץ פונעם פרעזידענט’ אדער ’די הויז פונעם פרעזידענט’ אדער ’די עקזעקעטיוו מענשן’ (היימיש גערעדט: די מנהלים שטיבל...).

11. אין ווייסן הויז איז דא א באקאנטע וואנט וואס דארט טוען די פרעזידענטן אונטערשרייבן זייער נאמען. יעדער שרייבט אונטער אויף א צווייטע וועג.. כשם שפרצופיהן ודעותיהן וחתימותיהן שונות.

12. אלע פרעזידענטן פלעגן וואוינען אין די ווייסע הויז, חוץ איינער, כ’זאג דיר גייסט נישט חלום’ען ווער, דזשארדזש וואשינגטאן.. ער פלעגט טאקע קעיר נעמען אלעס זאל דארט אנגיין געהעריג אבער ער האט געוואוינט אין שיינע הייזער אין ניו יארק און אין פילעדעלפיע.

13.דשעימס מעדיסאן איז געעוען די נידריגסטע פרעזידענט זייענדיג 5 פיס און 4 אינטשעס.

14. גארפילד איז געווען מורא’דיג טאלאנטפול, צווישן זיינע טאלאנטן איז אז ער פלעגט קענען שרייבן יווניש (גריכיש) מיט איין האנט און מיט די צווייטע שרייבן לייטאניש.

15. דזשאן עדעמס (צווייטע פרעזידענט) און טאמעס דזשעפרעסאן (דריטע פרעזידענט) האבן געהאט א מורא’דיגע נאנטשאפט איינער צום צווייטן אין די אינגע יארן, זיי האבן צוזאמען אראפגעשטעלט מיט וואשינגטאן די דעקלעראציע פון זעלבסשטענדיגקייט אויף אמעריקע אין 1776 למס’, און שפעטער זענען זיי געווארן בלוט שונאים וועלנדיג ווערן ערוועלט אלץ פרעזידענט, און די פאן פעקט איז אז זיי זענען ביידע געשטארבן אפאר שעה גערוקט אין יולי 4 שטייענדיג פונקטליך 50 יאר נאכן גרונדן צוזאמען אמעריקא. עדעמס איז געשטארבן 6:20 נאכמיטאג, זיינע לעצטע ווערטער פארן שטארבן איז געווען: ”טאמעס דזשעפרעסאן לעבט נאך...”, נישט וואוסענדיג אז ער איז געשטארבן 12:50 מיטאג דעם זעלבן טאג... דער זוהן פון דזשעפרעסאן האט געזאגט אז עס איז א הימל זאך אז ביידע זענען געשטארבן דעם זעלבן טאג.

אגב, פרעזידענט מאנרא איז אויך געשטארבן אין יולי 4.

16. ביוקענען איז געווען די אייציגסטע פרעזידענט וואס איז נישט געווען חתונה געהאט.

17. אכט פרעזידענטן זענען נישט געבוירן אין אמעריקא, מען קען נישט לויפן פאר פרעזידענט אויב איז מען נישט געבוירן דא, אבער ווייל זיי זענען געבוירן נאך פאר 1776 למס’ איז עס נישט קיין פראבלעם.

18. דער איינציגסטער פרעזידענט נישט צו ווערן אויסגעוועלט דורך די בירגער איז געווען פארד, ער איז געווארן פרעזידענט נאך וואס ניקסאן האט זיך אפגעזאגט נאך אכט חדשים זיין פרעזידענט, און דאן האט זיין וויצע איבערגענומען די שטול פאר מער ווי דריי יאר.

19. גראָווער קליוולאַנד איז דערווייל געווען דער איינציגסטער פרעזידענט צו דינען צוויי טערמינען אפגעטיילט. ער איז געווען די 22’טע און אויך 24’טע פרעזידענט. (עס איז גאנץ מעגליך אז נאך א ביישפיל איז אויפן וועג...)

20. טעילאר איז געווען דער פרעזידענט מיט די מערסטע קינדער, ער האט געהאט 15 קינדער.

21. טאמעס דזשעפרעסאן האט געהאט די מערסטע קנעכט, ער האט געהאט אזויפיל ווי 600 קנעכט אינעם ווייסן הויז.

22. וויליאם הענרי העריסאן (ניינטער פרעזידענט) האט גערעדט די לענגסטע איינשווערונגס רעדע, ער האט גערעדט א שעה און 45 מינוט, ער האט גערעדט אן א הוט און רעקל, און שפעטער געכאפט א לינדן אנטצינדונג און נאך א חודש געשטארבן..

23. דזשעימס פאלק (11’טע פרעזידענט) איז געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט געוואלט לויפן פאר נאך א קאדענץ. (דא ביי ביידן איז עס נישט אזוי, וויבאלד ער האט אנגעהויבן זיין קאמפיין, און ארויסגעוואקט אינמיטן א קאמפיין, יענער האט בכלל נישט אנגעהויבן)

24. ענדרעי דזשאנסאן (17’טער פרעזידענט) האט מען באגראבן לייגנדיג די קאנסטעטעטוציע אונטער זיין קאפ...

25. גראָווער קליוולאַנד(22-24) פלעגט אליינס אויפהייבן די טעלעפאנען אין ווייסן הויז.

26. רוזעוועלט (26) האט דערגרייכט די גרעסטע נומער פון געבן די הענט פאר מענטשן אין איין טאג, ביי א ריזיגע קבלת פנים אינעם ווייסן הויז האט ער געגעבן די הענט פאר 8,513 מענטשן.

27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).

28. ריטשארד ניקסאן (37) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו באזוכן אין אלע פופציג סטעיטס. דערנאך האבן קלינטאן, דזשארדזש w בוש, און אבאמע געטוהן די זעלבע. בכל מדינות מלכותו.

29. פאר די טראמפ-ביידען עפאכע האבן רוב סורוועיס געצייגט אז דער ערגסטער פרעזידענט אין היסטאריע איז געווען ביוקענען.

30. 15 וויצע פרעזידענטן זענען געווארן שפעטער אויסגעקליבן אלץ פרעזידענט.

31. צוויי וויצע פרעזידענטן האבן געדינט אונטער צוויי אנדערע פרעזידענטן.

32. דו קוקסט אן דעם פרעזידענט ווי ער שטייט ביים אויפנאמע און איינשווערונגס צערעמאניע אזוי בכבוד... לאמיר געבן א קוק אויף אפאר פרעזידענטס וואס זיי זענען פונקטליך געווען פארדעם:
דזשימי קארטער איז געווען א פארמער פון פינאטס..
ראנאלד רעיגן איז געווען א לייפגארד ביים שווימען און אויך מאווי סטאר.
און לינקאלן פלעגט שניידן און שיין מאכן אייזערנע געיטס..

33. הענרי העריסאן איז געווען טאקע די קורצטע צייט פרעזידענט, דינענדיג נאר פאר 31 טעג, אבער ער איז געווען דער ערשטער צו ווערן פאטאגראפירט מיט א בילד אלץ פרעזידענט.

34. קעלווין קאלידזש (30) איז געבוירן געווארן יולי 4 1872 למס’.

35. דזשאו ביידן (46) איז אלץ קינד געווארן גע’בולי’ט דורך סטודענטס אין סקול, און פון דעם האט ער געקעקעצט, ער איז עס אבער איבערגעקומען.

און צום לעצט דארפן אונז אידן געדענקן אז ”שלא עשני גוי” איז געזאגט געווארן אויפן גרעסטן פאלעטישן, אונז זענען סאך העכער, אשר בחר בנו מכל עם.

איך האף אז ענק האבן הנאה געהאט, און א יישר כח פארן ליינען.
וואלה שכח זייער שיין
א ווארט איז אזוי ווי א ביס פין א ''שארק'' ס'קען הרג'נען וואטש וואס די זאגסט פאר א צווייטן
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער ערגסטער פרעזידענט (לויט די סורוועי) איז ביוקענען וואס ער איז די איינציגסטע וואס איז געווען א בחור...
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
וואטסאפ
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:53 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואטסאפ »

און שוין! האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 5:56 pm
מזל טוב!!!
און א ריזיגען יישר כח פאר אלע נייעס און באריכטן מיט אן אריגינעלע קנייטשן!

נאך א קרישקעלע, די שווערסטע פרעזידענט איז געווען הארווארד וויליאם טרעפט (27) ביי 340 פונט
די גרינגסטע איז געווען דזשעימס מעדיסען (4) ביי 122 פונט
טרעפט איז צוליב זיין גרויסקייט איינמאל געווארן סטאק אין וואנע. אין מהאט געדארפט האבן עטליכע מענטשן אים ארויסצושלעפן פון דארט,
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm
11. אין ווייסן הויז איז דא א באקאנטע וואנט וואס דארט טוען די פרעזידענטן אונטערשרייבן זייער נאמען. יעדער שרייבט אונטער אויף א צווייטע וועג.. כשם שפרצופיהן ודעותיהן וחתימותיהן שונות.

איך האף אז ענק האבן הנאה געהאט, און א יישר כח פארן ליינען.
איז דא א בילד דערפון?.

יישר כח מיר האבן זייער הנאה געהאט
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
דאני
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

א גרויסן שכח @שאול זייער אינטערסאנט

מזל טוב קיפ איט אפ!!
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יישר כח ר׳ שאול פאר׳ן צושטעלן היימישע נייעס. ממש רואיג, סאליד, איידל, אזא סטייל ווי נארמי.

ס׳קומט מיר אן זייער שווער זיך צו איינהאלטן נישט צו פרעגן, שרייבן אין דיין נייעס אשכול. איך וויל זיין א סעמפל פאר אנדערע…

איך האב עטליכע פראגעס וואס כ׳וואלט דיר געוואלט אינטערוויאען. כ׳קען דיר שיקן די פראגעס ב׳אישי, דערנאך וועט מען עס אהערשטעלן.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

א צווייטע מיך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:14 pm
ענדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:45 pm
@פאראיעריגער שניי
1. וויפיל טערמינען האט טרומאן געהאט? ביטע טשעק פארן שרייבן
2. איך האב געשריבן אז קלינטאן איז געווען פרעזידענט 1994, און דו שרייבסט אז ס'נישט אמת. סאו ווען איז ער געווארן פרעזידענט?
3. מיט וואס איז פארד אנדערש פון דזשאנסאן?
1- טרומען האט אויסגעדינט כמעט א גאנצע טערמין וואס ער האט איבערגענומען פון רוזעוואלט, דאן געווארען עלעקטעד פאר איין פול טערמין דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין..
איך מיין אז אויב די טערמין וואס מען האט איבער גענומען איז נישט צוויי יאר, הייסט עס נישט קיין טערמין און מען קען לויפן פאר נאך צוויי טערמינען. דאס הייסט אז מען קען זיין פרעזידענט פאר 10 יאר.
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:09 pm
שקר גמור האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:47 pm
שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm

27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).
שעמטס ענק קאפערעיט מידיע!!! בושה תכסה פניכם!!! טראמפ האט שוין צענדליגע מאל געזאגט אז ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט און היסטאריע צוריקציווייזן די פעי טשעק און איך מיז געוואויר ווערן פון שאול אז דאס איז א פרעכע ליגענט??? ווי זענען אלע ענקערע פאקט טשעקערס??
#ענעמי אוו די פיעפעל...

און אגב א ריזיגע שכח פאר אלע באריכטן ווידיאס און ארטיקלען!!
טראמפ איז די איינציגסטע וואס האט עס נישט גענומען, די צווייטער האט עס גענומען און געגעבן פאר טשערעדי.

----

שכח שאול, גאר אינטערעסאנט, אינטערעסאנטער ווי דיין ערשטע פלאן...
נישט ריכטיג.
טראמפ האט עס יא גענומען און געגעבן פאר די פארק דיפארטמענט, איינע פון די טשעקס.
לויט ווי איך געדענק אויפן מינוט.
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

כ'האב דאס שוין מגיב געווען פריער
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

א גרויסן דאנק רבי שאול!!
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:43 pm
כ'האב דאס שוין מגיב געווען פריער
נישט באמערקט.
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
קופקע פירער
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 3:00 pm
לאקאציע:אינמיטען די קופקע

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קופקע פירער »

@שאול יא מעיד מיי דעי
סארי!! בעד קאנעקשן. מיין אוועטאר האלט זיך נאך אינמיטן לוידען , וועסט מיזען אויסווארטען
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

Wow wow👌👏

יישר כח @שאול !!!!

ש טענדיג דא מיט אינטערסאנטע זאכן און גוטע נייעס
א לעמאל א קלוג ווארט, ווי יעדער זעהט און פארשטייט עס
ו ואונדערליך ווי איין מענטש באוואזן קען עס
ל עכטיג מאכן אזויפיל אידישע קינדער באמת ...
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

חלק אלקי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:43 pm
את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:09 pm
שקר גמור האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:47 pm
שאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:00 pm

27. הערבערט הובער (31) און דאנאלד טראמפ (45) האבן נישט גענומען קיין פעי טשעק אלץ פרעזידענט. הובער פלעגט טס טיילן פאר טשערעדי (גוי’אישע צדקות להבדיל).
שעמטס ענק קאפערעיט מידיע!!! בושה תכסה פניכם!!! טראמפ האט שוין צענדליגע מאל געזאגט אז ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט און היסטאריע צוריקציווייזן די פעי טשעק און איך מיז געוואויר ווערן פון שאול אז דאס איז א פרעכע ליגענט??? ווי זענען אלע ענקערע פאקט טשעקערס??
#ענעמי אוו די פיעפעל...

און אגב א ריזיגע שכח פאר אלע באריכטן ווידיאס און ארטיקלען!!
טראמפ איז די איינציגסטע וואס האט עס נישט גענומען, די צווייטער האט עס גענומען און געגעבן פאר טשערעדי.

----

שכח שאול, גאר אינטערעסאנט, אינטערעסאנטער ווי דיין ערשטע פלאן...
נישט ריכטיג.
טראמפ האט עס יא גענומען און געגעבן פאר די פארק דיפארטמענט, איינע פון די טשעקס.
לויט ווי איך געדענק אויפן מינוט.
איך האב געשריבן מיין תגובה נאכן ליינען דא די פאקטן, איך קען זיך נישט אויס אבער אזוי איז געשטאנען דא.

אז דו זאגסט אנדערשט, איז נישט.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

וואוה!!! א הערליכע ארבעט @שאול !! איך האב עכט הנאה געהאט!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
זייער גערן!
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 26, 2024 5:39 am

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער גערן! »

אברעימל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2017 12:39 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעימל »

א צווייטע מיך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:14 pm

1- טרומען האט אויסגעדינט כמעט א גאנצע טערמין וואס ער האט איבערגענומען פון רוזעוואלט, דאן געווארען עלעקטעד פאר איין פול טערמין דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין..
טרומאן איז נישט געלאפן פאר א צווייטער פולע טערמין.

נישטאמת האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:00 pm
א צווייטע מיך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:14 pm
ענדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:45 pm
@פאראיעריגער שניי
1. וויפיל טערמינען האט טרומאן געהאט? ביטע טשעק פארן שרייבן
2. איך האב געשריבן אז קלינטאן איז געווען פרעזידענט 1994, און דו שרייבסט אז ס'נישט אמת. סאו ווען איז ער געווארן פרעזידענט?
3. מיט וואס איז פארד אנדערש פון דזשאנסאן?
1- טרומען האט אויסגעדינט כמעט א גאנצע טערמין וואס ער האט איבערגענומען פון רוזעוואלט, דאן געווארען עלעקטעד פאר איין פול טערמין דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין..
איך מיין אז אויב די טערמין וואס מען האט איבער גענומען איז נישט צוויי יאר, הייסט עס נישט קיין טערמין און מען קען לויפן פאר נאך צוויי טערמינען. דאס הייסט אז מען קען זיין פרעזידענט פאר 10 יאר.
גערעכט, און וועגן דעם האט פרעזידענט לינדאן זשאנסאן געקענט לויפן פאר א דריטער טערמין.
[און ער האט טאקע פרובירט צי לויפן, נאר ער האט זיך ארויסגעצויגן נאכ'ן אריינקומען שוואכער ווי ערווארטעט אין די פריימערי.]
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

אברעימל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:04 pm
א צווייטע מיך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:14 pm

1- טרומען האט אויסגעדינט כמעט א גאנצע טערמין וואס ער האט איבערגענומען פון רוזעוואלט, דאן געווארען עלעקטעד פאר איין פול טערמין דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין..
טרומאן איז נישט געלאפן פאר א צווייטער פולע טערמין.
וואס האב איך געשריבען?

געווארען עלעקטעד פאר טערמין... ליין איבער
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אברעימל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2017 12:39 pm

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעימל »

א צווייטע מיך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:52 pm
אברעימל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:04 pm
א צווייטע מיך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:14 pm

1- טרומען האט אויסגעדינט כמעט א גאנצע טערמין וואס ער האט איבערגענומען פון רוזעוואלט, דאן געווארען עלעקטעד פאר איין פול טערמין דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין..
טרומאן איז נישט געלאפן פאר א צווייטער פולע טערמין.
וואס האב איך געשריבען?

געווארען עלעקטעד פאר טערמין... ליין איבער
דו שרייבסט "דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין.." דאס מיינט אז ער איז געלאפן און פארלוירן, אויף דעם האב איך געשריבן אז ער איז בכלל נישט געלאפן פאר א צווייטער פולע טערמין.
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: 35 אינטערעסאנטע פאקטן ארום אמעריקאנע פרעזידענטן - שאול 1000

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

אברעימל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:11 pm
א צווייטע מיך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:52 pm
אברעימל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:04 pm
א צווייטע מיך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:14 pm

1- טרומען האט אויסגעדינט כמעט א גאנצע טערמין וואס ער האט איבערגענומען פון רוזעוואלט, דאן געווארען עלעקטעד פאר איין פול טערמין דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין..
טרומאן איז נישט געלאפן פאר א צווייטער פולע טערמין.
וואס האב איך געשריבען?

געווארען עלעקטעד פאר טערמין... ליין איבער
דו שרייבסט "דערנאך פארלוירן א צווייטע (עלעקטעד) טערמין.." דאס מיינט אז ער איז געלאפן און פארלוירן, אויף דעם האב איך געשריבן אז ער איז בכלל נישט געלאפן פאר א צווייטער פולע טערמין.
יעצט איבערגעטשעקט, גערעכט!
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”