Re: די שווארצע מאנטאג פון 2024
ייש"כ!בן יוסף האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:42 pmאיך וויל מסביר זייו וואס איז געשען נעכטן אין דו מארקעט.
פאר 30 יאר האט יאפאן געהאט 0% אינטרעס רעיט אויף זייער קארענסי אלס א ריזאלט האבן אינוועסטארס געבארגט געלט פאר 30 יאר אהן דארפן צאלען אינטרעס דערויף זיי האבן אינוועסטיט דו געלט און אמעריקאנער סטאקס און אלעס האט זיך אויסגעארבעט פיין ביז לעצטע וואָך מיטוואך ווען פאר די ערשטער מאָל אין 17 יאר האט די באנק פון יאפאן געהעכרט זייער אינטערעס ראַטע צו 0.25%
אלס רעזולטאט פון די געהעכרטע אינטרעסט ראטעס און דער סיגנאל צום מארקעט זענען דו אינוועסטירער געווארען באזארגט אַז די געלט וואס זיי האבן געבארגט פאַר פריי איז שוין מער נישט פריי און וועגן דעם האבן זיי אנגעהויבן פארמאכן זייערע פאסישענס און האבן אנגעהויבן צריקשיקן די געלט צו יאַפּאַן וואס דאָס האָט געפירט צו א דאָמינאָ אַפעקט פון מער אינוועסטירער וואס האבן אנגעהויבן פארמאכן זייערע פאסישענס.
די געשאצטע פאַרלוסט וואס עס האט גורם געווען איז בערך 4 טריליאַן דאללאר
קענסט אפשר מסביר זיין וואס הייסט 0% אינטרעס רעיט אויף זייער קארענסי?