דער מאן א געפילישער און די ב"ב איז לאגיש, שטארקער און קאלטער. וואס טוט מען?
עס איז אנגענומען אין די וועלט צו זאגן, אז מענער זענען מער לאגיש און די פרויען מער געפיליש. מענער מער שטארק און פרויען מער ווייך.
למעשה אבער זענען דא זייער אסאך מענער [עיין באנקעטע] וואס פילן אז זיי זענען אסאך מער געפיליש ווי זייערע ב"ב, זיי פילן ווי זיי זענען די ווייכע און די ב"ב די שטארקערע.
און זיי ווארטן שוין צו זען עפעס געפיליש און ווייך אין שטוב אבער עס קומט נישט אן.
און זיי פרעגן, וואס טוט מען?
וואס ליגט אויף זיי צו טון?
וואס איז די עצה?
איך וועל פרעגן אזוי,
איז דא וואס צו טון?
קען מען עס טוישן?
וואס איז די ריכטיגע צוגאנג?
איז דא איינער וואס ספעציעליזירט זיך אין דעם?
קומט אריין העלפן א איד, אזויווי ער האט געשריבן, "כ'גלייב עס וואלט געווען א גרויסע הילף פאר אסאך אינגעלייט".
לאמיר דא צולייגן לינקס צו אשכולות פונעם לעכטיגן אמאל ווי איך האב געשריבן איבער דעם נושא. קראו ותחי נפשכם.
פארוואס האט מען חתונה. מלך מלך מלך.
אין יענע אשכול וועסטו טרעפן אוצרות רבות ונחמדות פון אסאך הוגי דיעות וואס לאזן זיך הערן מיט גוטע רעיונות איבער דעם און אנדערע נושאים.
דא האסטו נאך איינס פון דארטן, ליין דעם שטיקל און נאך פון די אנדערע משיבים.
אין וואס טיט מען ווען די ווייב איז די קליגע
דא האסטו נאך א שיינע אשכול.
וויאזוי ריספאנד איך בשעת די ווייב קאנטראלט מיך
עס איז אביסל א לאנגע אשכול אבער עס איז דא דארט הערליכע שמועסן צווישן דער עולם, איבער וואס צו טון מיט א "שטארקע" ווייב, וואס דארף זי א.א.וו.
אגב, ווי איז @דער קעניג פארשוואונדן?