איז דא א פראגראם/עפפ צו לימיטען אייוועלט באנוץ עטליכע שעה א טאג?
לעצטענ'ס האב איך געמאכט א שטיקעל חשבון הנפש אויף מיין באנוץ במשך דעם טאג אויף אייוועלט, און די רעזולטאטען פון דעם חשבון הנפש זענען ארויסגעקומען אז איך פארברענג דא צופיל צייט פון מיין טאג און מען דארף אביסעל איינצוימען די צייט וואס מען זיצט דא.
איז יעצט די קשיא צו עס איז דא בכלל א פראגראם אדער עפפ וואס מען קען אויפסעטן א מהלך צו פארמאכן אויף מיין קאמפיוטער אייוועלט עטליכע שעה א טאג?
אויב איינער ווייסט סיי וואס איבער א מעגליכע לעזונג זאל ביטע ארינקומען און ארויסהעלפן די מצב.