באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,
הייליגער באשעפער, איך טו גארנישט אליינס פארמאגן,
אלע מיינע חפצים, קומען דאך נאר פון דיר,
נייג צו אן אויער צו מיין געבעט, און הער'זשע וואס איך טו זאגן,
מיינע תפילות הער אויס, און טאטע ביטע ענטפער מיר,
הייליגער באשעפער, איך בעט דיר ביטע העלף מיר,
היט מיר אפ מיין נשמה, באשעפער, איך בעט זיך ביי דיר,
איך נעם נישט נקמה אין מיינע פיינט, אפילו ווען עס איז מיר מעגליך,
העלף מיר באשעפער, ווייל איך פארזיכער מיר אין דיר טעגליך,
דורכאויס דעם לאנגן גלות, נאר צו דיר טו איך שרייען,
באשעפער שענק מיר אלעס גוטס, טו מיר דערפרייען,
נאר צו דיר טו איך זיך ווענדן, ביי יעדע פראבלעם אדער צרה,
שענק מיר אלעס גוטס, דאס איז דאך דיין מטרה,
הייליגער באשעפער, איך בעט זיך ביי דיר,
אין מיין הארץ האב איך אינזין נאר דיר,
הייב אויף מיין זעל, ווייל איך בין דיין קנעכט,
דעריבער מיין גאט, דערפריי מיר עכט,
יעדעמ'ס טובה טוסטו זוכן, דו ביזט דאך מיט חסד פיל,
מיט דיין גרויס רחמנות, ביזט פאר יעדעם אלעס מוחל,
אלעס טוסטו נאכגעבן, ווען איינער טוט תשובה אצינד,
און מיט אן אמת'ע חרטה, טוסטו פארגעבן אלע זינד,
הייליגער באשעפער, הער אויס מיין געבעט,
מיינע תחנונים הער אויס, בעפאר עס ווערט שפעט,
צו מיינע תפילות, נייג צו דיין אויער,
און פונעם שערי דמעות עפן אויף דעם טויער,
דעם היינטיגן טאג, טו איך דיר רופן,
איך בין געקומען צום הכרה,
איך ווייס דו גייסט מיר העלפן,
ווייל איך בין אין א צרה,
ברענג שוין משיח, און צום ביטערן גלות ברענג שוין אן עק,
אלע פעלקער, צום לעכטיגן מציאות שוין ערוועק,
אלע גוים וואס האסט באשאפן, וועלן דאס איינזען אצינד,
און געבן כבוד פאר דיין נאמען, און פאר דיר זיך בוקן געשווינד,
האסט באשאפן די וועלט, נאך בעפאר די מלאכים אפילו,
עס האט דיר קיינער געדארפט העלפן, האסט עס געטון אליין,
די פעלקער וועלן דאס איינזען, און מיט וואונדער פילע,
דיר אפגעבן כבוד, און דיין נאמען מכבד זיין,
הייליגער באשעפער, דעם דרך ה' לערן מיר אויס,
איך וויל גיין אין דיינע דרכים, און קיינמאל נישט ארויס,
עכטע ריינע יראת שמים פלאנץ איין אין מיין הארץ,
ווייל אן דעם, ווערט מיר מיין לעבן שווארץ,
איך וועל דיר שטענדיג דאנקען, איין מאל און נאכאמאל,
דיין נאמען וועל איך מכבד זיין, אלץ און אלעמאל,
מיט מיין גאנצע הארץ, וועל איך דיר פאר אלעמען לויבן,
און אפגעבן א שבח והודי', פון היינט אנגעהויבן,
השי"ת, בייזוויליגע מענטשן נעמען זיך אויף מיינע ביינער,
און קעגן מיר שארפן זיי זיך די ציינער,
א באנדע גיבורים, האבן פון דיר נישט מורא,
און נעמען זיך איבער מיר, אפילו קעגן די תורה,
הייליגער באשעפער, דיין חסד איז אזוי גרויס
פארלענגערסט דיין צארן, און טוסט פיל גענאדע,
ביזט דאך פיל מיט רחמנות, העלף מיר ארויס,
נאר צו דיין הילף, קוק איך ארויס אוודאי,
איך בין דיין קנעכט, איך בין דיר פולשטענדיג אונטערטעניג,
קער זיך צו מיר, און העלף מיר שטענדיג,
שענק מיר הילף, און שטיי צו מיין האנט,
געב מיר שטארקקייט, און ראטעווע מיר פון מיינע פיינט,
טו מיט מיר פיל גוטס, אז אלע זאלן זען,
אז דו ביזט מיט מיר, אלעמאל געווען,
זאלן זיי אנערקענען, און זיך שעמען היינט,
אז דו השי"ת, האסט מיר געראטעוועט פון זייער האנט,
עס איז דאך אזא שיינע תפילה, טא פארוואס זיך אזוי פרייען עס אויסצולאזן און שפרינגען גראד צו בית יעקב?