באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19081
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הייליגער באשעפער, איך טו גארנישט אליינס פארמאגן,
אלע מיינע חפצים, קומען דאך נאר פון דיר,
נייג צו אן אויער צו מיין געבעט, און הער'זשע וואס איך טו זאגן,
מיינע תפילות הער אויס, און טאטע ביטע ענטפער מיר,

הייליגער באשעפער, איך בעט דיר ביטע העלף מיר,
היט מיר אפ מיין נשמה, באשעפער, איך בעט זיך ביי דיר,
איך נעם נישט נקמה אין מיינע פיינט, אפילו ווען עס איז מיר מעגליך,
העלף מיר באשעפער, ווייל איך פארזיכער מיר אין דיר טעגליך,

דורכאויס דעם לאנגן גלות, נאר צו דיר טו איך שרייען,
באשעפער שענק מיר אלעס גוטס, טו מיר דערפרייען,
נאר צו דיר טו איך זיך ווענדן, ביי יעדע פראבלעם אדער צרה,
שענק מיר אלעס גוטס, דאס איז דאך דיין מטרה,

הייליגער באשעפער, איך בעט זיך ביי דיר,
אין מיין הארץ האב איך אינזין נאר דיר,
הייב אויף מיין זעל, ווייל איך בין דיין קנעכט,
דעריבער מיין גאט, דערפריי מיר עכט,

יעדעמ'ס טובה טוסטו זוכן, דו ביזט דאך מיט חסד פיל,
מיט דיין גרויס רחמנות, ביזט פאר יעדעם אלעס מוחל,
אלעס טוסטו נאכגעבן, ווען איינער טוט תשובה אצינד,
און מיט אן אמת'ע חרטה, טוסטו פארגעבן אלע זינד,

הייליגער באשעפער, הער אויס מיין געבעט,
מיינע תחנונים הער אויס, בעפאר עס ווערט שפעט,
צו מיינע תפילות, נייג צו דיין אויער,
און פונעם שערי דמעות עפן אויף דעם טויער,

דעם היינטיגן טאג, טו איך דיר רופן,
איך בין געקומען צום הכרה,
איך ווייס דו גייסט מיר העלפן,
ווייל איך בין אין א צרה,

ברענג שוין משיח, און צום ביטערן גלות ברענג שוין אן עק,
אלע פעלקער, צום לעכטיגן מציאות שוין ערוועק,
אלע גוים וואס האסט באשאפן, וועלן דאס איינזען אצינד,
און געבן כבוד פאר דיין נאמען, און פאר דיר זיך בוקן געשווינד,

האסט באשאפן די וועלט, נאך בעפאר די מלאכים אפילו,
עס האט דיר קיינער געדארפט העלפן, האסט עס געטון אליין,
די פעלקער וועלן דאס איינזען, און מיט וואונדער פילע,
דיר אפגעבן כבוד, און דיין נאמען מכבד זיין,

הייליגער באשעפער, דעם דרך ה' לערן מיר אויס,
איך וויל גיין אין דיינע דרכים, און קיינמאל נישט ארויס,
עכטע ריינע יראת שמים פלאנץ איין אין מיין הארץ,
ווייל אן דעם, ווערט מיר מיין לעבן שווארץ,

איך וועל דיר שטענדיג דאנקען, איין מאל און נאכאמאל,
דיין נאמען וועל איך מכבד זיין, אלץ און אלעמאל,
מיט מיין גאנצע הארץ, וועל איך דיר פאר אלעמען לויבן,
און אפגעבן א שבח והודי', פון היינט אנגעהויבן,

השי"ת, בייזוויליגע מענטשן נעמען זיך אויף מיינע ביינער,
און קעגן מיר שארפן זיי זיך די ציינער,
א באנדע גיבורים, האבן פון דיר נישט מורא,
און נעמען זיך איבער מיר, אפילו קעגן די תורה,

הייליגער באשעפער, דיין חסד איז אזוי גרויס
פארלענגערסט דיין צארן, און טוסט פיל גענאדע,
ביזט דאך פיל מיט רחמנות, העלף מיר ארויס,
נאר צו דיין הילף, קוק איך ארויס אוודאי,

איך בין דיין קנעכט, איך בין דיר פולשטענדיג אונטערטעניג,
קער זיך צו מיר, און העלף מיר שטענדיג,
שענק מיר הילף, און שטיי צו מיין האנט,
געב מיר שטארקקייט, און ראטעווע מיר פון מיינע פיינט,

טו מיט מיר פיל גוטס, אז אלע זאלן זען,
אז דו ביזט מיט מיר, אלעמאל געווען,
זאלן זיי אנערקענען, און זיך שעמען היינט,
אז דו השי"ת, האסט מיר געראטעוועט פון זייער האנט,

עס איז דאך אזא שיינע תפילה, טא פארוואס זיך אזוי פרייען עס אויסצולאזן און שפרינגען גראד צו בית יעקב?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

טאלאנט געמישט מיט געפיהל, באשפרענקלט מיט מח און שריפט.

א מעסטערפיעס דורך דוד המלך, א מעסטערפיעס דורך פאלעקס!
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

הערליך הערליך, ממש מן השמים, נעכטן איז געווען א ברית אין ביהמ"ד, און מען האט נישט געזאגט קיין תחנון, האט זיך אנגערופן א איד פון אהבת קדומים, זייער אן אינטערעסאנטע זאך, נאך קיינמאל נישט געהערט.

אז ביי "תפילה לדוד" פאר'ן יום שטייט מען זאגט עס נישט "בימים שאין אומרים תחנון."

האט יענער געזאגט אז דאס מיינט, נאר די "טעג" וואס מען זאגט "אפיציעל" נישט קיין תחנון אלס די "טאג" (אזוי ווי צב"ש חודש ניסן) - אבער אויב מען זאגט נישט, למשל וועגן א ברית, הייסט עס נישט "בימים" ממילא זאגט מען יא תפילה לדוד!

איינער האט שוין געהערט פון אזא נקודה אמאל?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19081
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קוואל וואסער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:23 pm

געהערט אבער איך מיין סיז נישט אזוי, און דער יעניגער האט ווארשיינליך סתם אזוי ליב צו געבן הוראות וואס מאכט דעם ציבור בייז... צ.ב.ש. יא זאגן תחנון יעדע טאג וואס איינער זאגט אז נישט וכדומה.

למעשה מיין איך זאגט מען נאר תפילה לדוד ווען מ'זאגט תחנון - אויסער אויב די אויסלאזן תחנון איז געווען שלא כדין... די פוינט איז אז די טעג וואס מ'זאגט עס זאל מען עס זאגן...
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1980
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

קוואל וואסער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:23 pm
הערליך הערליך, ממש מן השמים, נעכטן איז געווען א ברית אין ביהמ"ד, און מען האט נישט געזאגט קיין תחנון, האט זיך אנגערופן א איד פון אהבת קדומים, זייער אן אינטערעסאנטע זאך, נאך קיינמאל נישט געהערט.

אז ביי "תפילה לדוד" פאר'ן יום שטייט מען זאגט עס נישט "בימים שאין אומרים תחנון."

האט יענער געזאגט אז דאס מיינט, נאר די "טעג" וואס מען זאגט "אפיציעל" נישט קיין תחנון אלס די "טאג" (אזוי ווי צב"ש חודש ניסן) - אבער אויב מען זאגט נישט, למשל וועגן א ברית, הייסט עס נישט "בימים" ממילא זאגט מען יא תפילה לדוד!

איינער האט שוין געהערט פון אזא נקודה אמאל?
יאפ עס איז א טעות פונעם ציבור דאס נישט זאגן.
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

געפילן!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האף אז ס’קומען נאך אין דעם סעריע, עס טוישט דעם גאנצן דאווענען.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19081
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יאנאש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 9:56 am
איך האף אז ס’קומען נאך אין דעם סעריע, עס טוישט דעם גאנצן דאווענען.
איך האף אויך...

לאמיר האפן...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5229
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: באשעפער, מיינע שונאים לערן שפרינגען, און איך וועל זינגען,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow! דעיס איז א ארבעט! דאן טו פערפעקשאן!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”