א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טיפע חשבונות
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:00 pm

Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע חשבונות »

נואך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 10:53 am
טיפע חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 10:35 am
נואך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:51 am
טיפע חשבונות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:41 pm
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:38 pm
די זעלבע סייענטיסטן האלטן אז די וועלט שטייט שוין מיליאנען יארן...
זיי האבן נישט קיין אנונג וואס זיי רעדן...

אגב עס איז דא גדרים ביז ווי מען מעג טראכטן אלס מה למעלה וכו’
זיך זארגן אז די וועלט גייט חרוב ווערן איז געווען די דור הפלגה’ס דאגות,

הנגהת העולם איז אסור פארן מענטש צו טראכטן אין עוסק זיין,
והוא ”לבדו” עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!!
האסט שוין אמאל געהערט מענטשען דאגה'נען, אדער איז בארעכטיגט צו דאגה'נען, וואס עס וועט זיין אויב אמעריקע, רוסלאנד און טשיינע גייען אין קריג, צו דער וועלט קען נישט חרוב ווערן פון אלע נוקליארע באמבעס?
א נאקליארע קריג קען נישט חרוב מאכן די וועלט די זארג איז אז עס קען אין גענצליך חרוב מאכן שטעט און הארגענען צענדליגע און מעגליך 100טער
מילאנען מענטשן און נאך צענדליגע מילאנען פאוואנדירטע אבער חרוב מאכן די וועלט קען דאס נישט.
וואס איז נוקלוארע וואפן? שעדליכע גאזן וואס הארגעט מענטשען. עס איז דא היינט צוטאגס גענוג דערפון צו הארגענען יעדע ברי' אויפן ערד קוגל.
וואס איז קלימאטן טויש? שעדליכע גאזן, וואס קען ברענגען צום אומקום פון אסאך מענטשן.
וואס האסטו געטראכט? אז גלאבאלע אנווארעמינג גייט נעמען דער וועלט און עס מאכן פאר פאטעטאס??
נאקליארע באמבעס האט גארנישט מיט קיין גאז עס איז די זעלבע סארט אופרייס ווי א געווענטליכע באמבע נאר אויף אסאך א
שטארקירע פארנעם וואס מאכט פלאך אין א סקינדע עטליכע סקווער מייל וויפיל קען דאס הארגענען?
ווענד זיך פון וועלכע סקווער מייל מרעד אויב איז עס אין א וויסטע מדבר קיינער אויב ח"ו נו יארק סיטי...
דו ביסט גערעכט אז נוקלעארע וואפן זענען נישט גאז-באזירט, נאר זיי ברענגען טויט און פארניכטונג דורך מאסיווע עקספלאדזשענס. אבער ביידע, א נוקלעארער קריג און גלאבאלע אנווארעמונג, קענען האבן קאטאסראפישע אפעקטס. א גרויסע נוקלעארער מלחמה קען ברענגען א "נוקלעארע ווינטער," וואס קען ח"ו פירן צו א גלאבאלע אפקילונג, ענליך צו די שעדליכע אפעקטס וואס גלאבאלע אנווארעמונג קען ברענגען, כאטש זיי קומען פון אנדערע וועגן.
יואלי פערל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 2:03 pm

Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי פערל »

אין אויב איז עס אמת?
קענסט עפעס טון פאר דעם?
פלעסטיג בעגס, שטרוי'ס, וכ'ו גייט העלפן?
אפשר דארף מען שרייען?
דו גלייבסט סייענטיסטן?

איך גלייב אז דער אייבערשטער איז: יָשֵׂ֣ם נְהָר֣וֹת לְמִדְבָּ֑ר וּמֹצָ֥אֵי מַ֝֗יִם לְצִמָּאֽוֹן: אֶ֣רֶץ פְּ֭רִי לִמְלֵחָ֑ה מֵ֝רָעַ֗ת יֹ֣שְׁבֵי בָֽהּ: יָשֵׂ֣ם מִ֭דְבָּר לַֽאֲגַם-מַ֑יִם וְאֶ֥רֶץ צִ֝יָּ֗ה לְמֹצָ֥אֵי מָֽיִם: וַיּ֣וֹשֶׁב שָׁ֣ם רְעֵבִ֑ים וַ֝יְכוֹנְנ֗וּ עִ֣יר מוֹשָֽׁב: וַיִּזְרְע֣וּ שָׂ֭דוֹת וַיִּטְּע֣וּ כְרָמִ֑ים וַ֝יַּעֲשׂ֗וּ פְּרִ֣י תְבֽוּאָה:
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

חד גדיא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:29 am
יענקעלע סוחר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 11:38 pm
חד גדיא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 10:03 pm
אוודאי איז אחרונות מכחיש את הראשונות, די טאכנאלאגיע ווערט אלס בעסער און בעסער, און די סייענטיסטן ווערן גיוואר נייע זאכן וואס פריער האבן זיי אנדערש גיהאלטן, דאס מאכט זיי פאר ליגענערס? ניין, און נאכאמאל ניין,
והא ראי' אמאל האבן זיי גיהאלטן אז די וועלט איז פלאך, היינט איז פארקערט, נאכדעם האבן זיי גיהאלטן אז מען וואוינט אינעם באלי און היינט וויסן מיר אז מוואוינט אינדרויסן, אמאל האבן דאקטורים נישט געוואוסט וואס זיי ווייסן היינט, דאס מאכט אים פאר א אומבאגלייבטע דאקטאר? קענסט נישט האקן אויף די סייענטיסטן ווייל עס שטימט נישט מיט דיין אדזשענדע, ברענג ראיות אויפצואווייזן אז וואס די האלסט איז ריכטיג, ווילאנג די האסט נישט קיין ראיות און די שרייסט ווי א קינד און חדר און עס ווערט א shouting contest וועל איך אים ענדערש גלייבן, דאס מיינט נישט אז עס מוז טאקע אזוי זיין ווי ער זאגט, קען זיין אז אין 10 יאר ארום וועט ער האלטן אנדערש, אבער פאר נאו האב איך גוד ריזן אים צו גלייבן מער ווי דיר,
ווילאנג יענער ווערט אויך געשטיפט פון א אדזשענדע, קען מען יענעם אויך נישט גלייבן.
100%,
כזאג אויך אזוי מער ווייניגער, אבער ווי לאנג ער ברענגט ראיות צו זיין טענה דורך סייענטיפישע באווייזן (וואס איך און די פארמאגן נישט) האב איך א צד אים צו גלייבן מער ווי איינער וואס פארמאגט דאס נישט נאר שרייט סתם אבי אין די וועלט אריין,
יא, ער גייט זיכער טוישן זיין מיינונג אין עטליכע יאר ארום ווייל סייענס און טאכנאלאגיע וועט אים דאמאלס זאגן אנדערש, פונקט ווי דער דאקטאר וועט אויך גיבן אנדערע מעדיצינען ווי זיי גיבן היינט, דאס דיסקוואליפייד דעם דאקטער?, ווייל אין אפאר יאר ארום וועט די מעדיניצישע וועלט האלטן אנדערש ווי וואס זיי האלטן היינט,
איך הער וואס איר זאגט, אבער מיין דאקטער ווערט נישט געשטופט פון א אגענדע, משא"כ די סייענטיסטן ווערן יא געטריבן פון א אגענדע, ממילא גלייב איך נישט וואס זיי זאגן, איי די דאקטער, טוישט אויך זיין מיינונג?, ער איז מער באגלייבט. ווען ער געבט א נייע רפואה, איז עס באשטעטיגט דורך די עף די עי, ווס. גלאובעל ווארמונג וואס איז נישט באשטעטיגט
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

באקומען אין אישי
היות דאהי אין מאנטריאל איז די לעצטערע יארן געווען היבש ווייניגער שניי פון ווען איך בין אהערגעקומען אזא 20 יאר צוריק, בין איך געגאנגען עס נאכקוקן, איז אינטרעסאנט צו זען אז די סיבה פארוואס איך געדענק אז ס'איז געווען מער שניי איז ווייל אין 2007-2008 איז געווען זייער זייער אסאך שניי... און נישט אז לעצטענס איז אסאך ווייניגער ווי די עוורעדזש.

https://montreal.weatherstats.ca/charts ... early.html
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
זאלצמאן
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

צי דו גלייבסט אין קלימאטן טויש צי נישט, איז קלימאט קאנטראל אן ערשטקלאסיגן סקעם.

איין וואלקאן אויסברוך ברענגט מער עמישאן אין די לופט ווי טויזנטער קארס אינאיינעם.

נעכטן איז ארויסגעקומען א שטודיע וואס צייגט אז די פאריעריגע וואלדפייער אין קאנאדע האט ארויסגעגעבן מער פארפעסטעטע לופט ווי די אויל, נאטורליכע גאז, און קוילן פראדוקציע, פון אלע לענדער חוץ אמעריקע כינע אין אינדיע (כ'האב נישט פארשטאנען צי מ'רעדט פון אלע צוזאמען אדער עקסטער, נישט נוגע).

יעצט זאל מיר דער אויסגעקראכענע קאפ קומען זאגן אז ווען איך גיי דרייוון א עלעקטעריק קאר, לייגן סאלאר פאנעלן אויפן דאך, און נוצן פאפירענע בעגס, גייט עס עפעס אויסמאכן אויפן קלימאט סטאטוס.

_חכמה_ב'ליבעראלן'_אל_תאמין
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16546
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פורים קטן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:00 pm
עס דערמאנט די מעשה ווי א דאקטער האט מסביר געווען פארן פאציענט, אז ער מוז זאפארט אויפהערן רייכערן, ווייל זיינע לונגען זענען פארשווארצט וכו' וכו'. און באותו מעמד נעמט דער דאקטער ארויס זיין ציגאר, און פארציהט עס מיט אפעטיט. ווען דער פאציענט האט אים אנגעקוקט מיט וואונדער, האט דער דאקטער נאטורליך ערקלערט, אז זיין פריוואטע לעבן מיט זיין פראפעסיע, זענען גענצליך געטיילט.

והמבין יבין.
דער משל מיטן נמשל זענען כלל נישט דומה, די מעשה גייט אזוי;

דער פאציענט נעמט ארויס א ציגרעטל און דער דאקטער כאפט עס ארויס פונעם, גלייך אריין אין זיין אייגן פיסק...

ווילאנג דיין פראפעסיע איז בלויז רעדן דאן קענען דיינע אייגענע מעשים (אפשר) ווערן אפגעטיילט, די מינוט וואס דו צווינגסט מיך צו טון מעשים, ביטע זייטשע מוחל און שווייגט...
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

זאלצמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 5:08 pm
צי דו גלייבסט אין קלימאטן טויש צי נישט, איז קלימאט קאנטראל אן ערשטקלאסיגן סקעם.

איין וואלקאן אויסברוך ברענגט מער עמישאן אין די לופט ווי טויזנטער קארס אינאיינעם.

נעכטן איז ארויסגעקומען א שטודיע וואס צייגט אז די פאריעריגע וואלדפייער אין קאנאדע האט ארויסגעגעבן מער פארפעסטעטע לופט ווי די אויל, נאטורליכע גאז, און קוילן פראדוקציע, פון אלע לענדער חוץ אמעריקע כינע אין אינדיע (כ'האב נישט פארשטאנען צי מ'רעדט פון אלע צוזאמען אדער עקסטער, נישט נוגע).

יעצט זאל מיר דער אויסגעקראכענע קאפ קומען זאגן אז ווען איך גיי דרייוון א עלעקטעריק קאר, לייגן סאלאר פאנעלן אויפן דאך, און נוצן פאפירענע בעגס, גייט עס עפעס אויסמאכן אויפן קלימאט סטאטוס.

_חכמה_ב'ליבעראלן'_אל_תאמין
וואלד פייערן און וואלקעינאוס איז אייביג געווען. פארוואס ווערט די קלימאט ווארימער פונקט די לעצטערע יארן?
טראמפ: די פראבלעם איז נישט אז די אקעאן וועט זיך אויפהייבן 500 יאר ארום מיט א פערטל אינטש. די פראבלעם איז די נוקלעארעאנווארעמונג...
זאלצמאן
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 5:26 pm
זאלצמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 5:08 pm
צי דו גלייבסט אין קלימאטן טויש צי נישט, איז קלימאט קאנטראל אן ערשטקלאסיגן סקעם.

איין וואלקאן אויסברוך ברענגט מער עמישאן אין די לופט ווי טויזנטער קארס אינאיינעם.

נעכטן איז ארויסגעקומען א שטודיע וואס צייגט אז די פאריעריגע וואלדפייער אין קאנאדע האט ארויסגעגעבן מער פארפעסטעטע לופט ווי די אויל, נאטורליכע גאז, און קוילן פראדוקציע, פון אלע לענדער חוץ אמעריקע כינע אין אינדיע (כ'האב נישט פארשטאנען צי מ'רעדט פון אלע צוזאמען אדער עקסטער, נישט נוגע).

יעצט זאל מיר דער אויסגעקראכענע קאפ קומען זאגן אז ווען איך גיי דרייוון א עלעקטעריק קאר, לייגן סאלאר פאנעלן אויפן דאך, און נוצן פאפירענע בעגס, גייט עס עפעס אויסמאכן אויפן קלימאט סטאטוס.

_חכמה_ב'ליבעראלן'_אל_תאמין
וואלד פייערן און וואלקעינאוס איז אייביג געווען. פארוואס ווערט די קלימאט ווארימער פונקט די לעצטערע יארן?
דאס זאלן זיי ענטפערן...

ערנסט, דאס האב איך ארויסגעברענגט, אז אפילו טאמער איך וועל אננעמען אז די וועלט ווערט ווארעמער, איז נישט אונזער פאלושען וואס מאכט עס ווארימער, און נישט אויפהערן ארויסגעבן פאלושען גייט עס אפשטעלן.

והא לך ראיה, די זעלבע סייענטיסטן האבן באשטעטיגט אז נאטורליכע אורזאכן געבן ארויס פי כמה אזויפיל פאלושען, און מיט דעם אלעם שטייט שוין די וועלט טויזנטער יארן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”