Re: א ניכטערע בליק בנוגע קלימאט טויש
טאמער די סייענס איז קאנווינסינג ווערט עס נישט אפגעפרעגט מיט די פרייוועט דשעטס. און אויב פאטשי האט גערעדט שטותים האט מיין GPS אין טיילענאל נישט אויפגעהערט צו ארבייטען, דשענערעלי סייענס וואס ווערט אנגענומען אויף די וועלט איז אמת, נאר פארן אומאיטלעלקטואל עס צו גלייבן דארף מען ווארטן ביז ער זעהט עס מיט אויגן.יאנאש האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:25 pmקום איך אקארשט פונעם פידיעטרישען מיט מיין פיצלס וואס שלעפט זיך דעם אויער, און פארפירנדיג א גאנצע נאכט. בעת’ן זיצן אין אפיס דארט הער איך ווי דעם דאקטערס רעבעצין רופט אים אריין אז זייער קינדער דאקטער האט פערסקרייבט אמאקסעסילען פאר זייער קליינטשיקס פאר אן אויער אינפעקציע, הער איך ווי מיין דאקטער מורמלט אריין אינעם טרייבל ’עסק הים פאר סאומטינק עלס, דיס נעווער ווארקס פאר נאו וואן’.
ווען ער קומט אריין צוריק צו מיר און נאכן דרוקן אהער און אהין פארשרייבט ער אמעקסעסילען פאר מיינעם, וואס ברויך איך יעמאלט אים זאגן?
ווען די גרויסע ריזיגע קלימאטן קאנפרענצן קומען פאר, קומען צו פליען ’הונדערטער’ פריוואטע דשעטס וועלכע אנטהאלטן קוים איין צוויי פארשטייער איטליכע. אויב די אויסגאנג פון אזא קאנפרענץ איז אז יאנאש זאל ווינציגער פארן מיט זיין קאר, וואס ברויך איך יעמאלט זאגן?
איך האב אסאך געקלערט איבער אונזער אויפפירונג בעת קאוויד, ווען פולע האבן געפרעגט מיט וואונדער אויפן עם נבון וחכם. אמת אז זייער אסאך מענטשן האבן זיך אויסגעלאכט פון אנהייב, אבער רובא דרובא האבן יא גענומען געוויסע מאסנאמען ערענסט.
פארלוירן דעם ציבור האט מען ווען מס. פעלאוסי איז געזיצן אין פארלאור מאכן אירע האר, און ווען פולע אנדערע פרעדיגער זענען געכאפט געווארן אליינס עובר זיין אויף די גיידליינס.
די גמ’ זאגט ’טול קורה מבין עיניך’, ווילאנג זיי אליין גלייבן נישט קיין אות אחת וואס קומט ארויס פון זייערע ליפן איבער קלימאט טויש, איז פרעגן ’היתכן מיר אידן טשעקן נישט אריין דערין’ אבסורד.
באקאנט דער נקודה, פארוואס פאר אן אפאראציע פרעגט מען זיך גוט נאך איבער’ן דאקטער משא”כ אויפן פילאט פון דיין פליגער ווייסטו גארנישט. דער חילוק איז סימפל, דער דאקטער גייט אהיים ביינאכט ריגארדלעסס פונעם אויסקום בעת וואס דער פילאט’ס גורל איז געבינדן אין מיינס.
ווילאנג די גרעסטע אפלאכער פונעם האוקס זענען די פארקויפער זעלבסט מיטן ’טוה וואס איך הייס, נישט וואס איך טוה’ עדיטוד, ביטע דריי נישט קיין קאפ איבער מיינע פליכטן צו ראטעווען די וועלט.