דברים - די אחריות ליגט אויף דיר!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

דברים - די אחריות ליגט אויף דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אצינד האלטן מיר שוין אין ספר דברים, די ספר וואס ווערט אנגערופן 'משנה תורה' וויבאלד עס איז ווי א חזרה אויף די גאנצע תורה און אלע מצוות וואס מיר האבן געהאט ביז אהער. משה רבינו שטייט שוין געציילטע טעג אוועק איידער זיין הסתלקות, און ער לערנט און חַזר'ט איבער מיט כלל ישראל אלעס וואס השי"ת האט איהם באפוילן, ווי אויך זאגט ער זיי מוסר און הדרכה וואס זיי זאלן וויסן און געדענקן אויף שטענדיג.

די תורה הייבט אָן מיט די ווערטער אֵלֶה הַדְבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר מֹשֶׁה אֶל כָּל יִשְׂרָאֵל - דאס זענען די ווערטער וואס משה רבינו האט גערעדט צו גאנץ כלל ישראל. און די תורה דערציילט וואו ער האט גערעדט צו זיי, בְּעֵבֶר הַיַּרְדֵּן בַּמִּדְבָּר בָּעֲרָבָה מוֹל סוּף בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן וַחֲצֵרֹת וְדִי זָהָב, וואס בפשטות קוקט דאס אויס ווי א רשימה פון סימנים אז מ'זאל וויסן וואו פונקטליך עס איז פאָרגעקומען די מעמד, אבער רש"י ברענגט שוין אז דא ליגט באהאלטן 'רמזים' מיט וואס משה רבינו איז מרמז און ווינקט פאר כלל ישראל פארשידענע מקומות וואו זיי האבן זיך אויפגעפירט נישט ווי עס דארף צו זיין. "לפי שהן דברי תוכחות ומנה כאן כל המקומות שהכעיסו לפני המקום בהן, לפיכך סתם את הדברים והזכירם ברמז מפני כבודן של ישראל", צוליב די כבוד פון כלל ישראל האט משה רבינו נישט געוואלט ארויסזאגן קלאר און אפן די אלע עבירות, דערפאר זאגט ער עס נאר בקיצור דערמאנענדיג בלויז די נעמען פון די ערטער וואו די זאכן זענען פאָרגעקומען.

און מיט דעם ערקלערט רש"י אֵלֶה הַדְבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר מֹשֶׁה "אֶל כָּל יִשְׂרָאֵל" פארוואס איז די תורה הקדושה מדגיש אז משה רבינו האט דא גערעדט צו גאנץ כלל ישראל צוזאמען, "אילו הוכיח מקצתן, היו אלו שבשוק אומרים אתם הייתם שומעים מבן עמרם ולא השיבותם דבר מכך וכך, אילו היינו שם היינו משיבין אותו, לכך כנסם כולם ואמר להם הרי כלכם כאן כל מי שיש לו תשובה ישיב", אויב וואלט משה רבינו גערעדט נאר צו א חלק כלל ישראל און זיי געזאגט די מוסר רייד, דאן וואלטן די איבריגע אידן, אֵלו שבשוק - די וואס זענען געבליבן אין מארק, געקענט שפעטער אוועקמאכן זיינע ווערטער, און זיי וואלטן געזאגט צו די אידן וואס האבן יא אויסגעהערט די מוסר, איר זענט דארט געווען און איר האט נישט צוריק געענטפערט אזוי אדער אזוי? אויב מיר וואלטן דארט געווען וואלטן מיר דאס נישט פארשוויגן, מיר וואלטן איהם אפגעענטפערט אין פנים אריין. דעריבער האט משה רבינו געמאכט זיכער צוזאמצונעמען אלע אידן, יעדער זאל זיין אנוועזנד, און ווער עס האט וואס צו זאגן זאל זיך אנרופן.

וואס באמת איז דאס א וואונדער, לויט ווי מיר פארשטייען רעדט מען דאָך נישט פון קיין דערהויבענע אידן, מ'רעדט פון "אלו שבשוק" אידן וואס געפונען זיך בקצה המחנה, די יושבי קרנות און לֵצים וואס ווילן נישט קומען און הערן מוסר, פארוואס דארף מען בכלל קלערן אז זיי וועלן זוכן אפצוּווענדן און חוזק צו מאכן פון די מוסר רייד. און אפילו אויב יא, זייט ווען רעכנט מען זיך מיט זיי און זייערע טענות? און די תורה געפונט פאר וויכטיג דאס אונז צו דערציילן אז מ'האט זיך גערעכנט מיט די אלו שבשוק אז זיי זאלן קומען און זאגן אויב זיי האבן טענות. וואס לערנט אונז דער ענין?

די פסוק פון אַיֶכָּה און די דריי מאל אֵיכָה
אביסל ווייטער געפונען מיר (פסוקים ט' וי"ב) אין די ווערטער פון משה רבינו ווי ער האט געזאגט "לֹא אוּכַל לְבַדִי שְׂאֵת אֶתְכֶם" איך קען אייך נישט טראגן אליינס, אדער "אֵיכָה אֶשָׂא לְבַדִי טָרְחֲכֶם וּמַשַּׂאֲכֶם וְרִיבְכֶם" וויאזוי קען איך טראגן אליינס אייער מוטשעניש, אייער לאַסט, און אייערע קריגערייען [דאס הייסט אז די אידן זענען געווען אין מדבר לעול ולמשא, זיי האבן געזוכט מטריח צו זיין און מאכן שווער פאר משה, און משה רבינו באקלאגט זיך אז ס'איז נישט מעגליך צו שלעפן אליינס און טראגן דעם עול].

חכמינו ז"ל דַרש'ענען אויפן פסוק אֵיכָה אֶשָׂא לְבַדִי, אז עס האט שייכות מיט נאך צוויי אנדערע מאל וואו מיר געפונען די זעלבע ווארט 'אֵיכָה'. אין די הפטורה פון אונזער פרשה, די באקאנטע הפטורה פון שבת חזון, זאגט דארט ישעי' הנביא צווישן זיינע מוסר רייד 'אֵיכָה' הָיְתָה לְזוֹנָה קִרְיָה נֶאֱמָנָה, וויאזוי האט זיך ירושלים די הייליגע שטאט דערקייקלט צו אזא שפל-המצב און א נידריגע שטאפל רח"ל. און די דריטע איז "אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד" מיט וואס ירמי' הנביא הייבט אָן מגילת איכה וועלכע מיר ליינען תשעה באב.

אין ווי דער מדרש (איכ"ר א' א') ברענגט א משל, "אמר רבי לוי משל למטרונה שהיו לה שלשה שושבינין, אחד ראה אותה בשלוותה, ואחד ראה אותה בפחזותה, ואחד ראה אותה בניוולה. כך משה ראה את ישראל בכבודם ושלוותם ואמר איכה אשא לבדי טרחכם, ישעי' ראה אותם בפחזותם ואמר איכה היתה לזונה, ירמי' ראה אותם בניוולם ואמר איכה ישבה". דאס איז א משל צו א חשובע פרינצעסין וואס זי האט געהאט דריי גוטע פריינט אין דריי אנדערע תקופות, איינער האט איר געקענט אין אירע גוטע יארן ווען אלעס איז איר געגאנגען גוט מיט כבוד און רייכטום און זי האט זיך געפירט ווי עס דארף צו זיין, די צווייטע האט איר באגלייט דורכאויס איר שווערע תקופה ווען זי האט אנגעהויבן צו פאַלן, זי האט פארלוירן איר כבוד און עהרע און זי האט זיך גע'חבר'ט מיט פראסטע עלעמענטן וכדומה, און די דריטע האט איר געקענט צום סוף ווען זי איז שוין ליידער געווען אינגאנצן פאר'מיאוס'ט און דערנידערט און ס'איז נישט געבליבן קיין זכר פון איר אמאליגע גלאנץ רח"ל.

דער נמשל איז אויף די דריי מאל ווען די נביאים און צדיקים האבן דערמאנט דעם לשון איכה. משה רבינו רעדט צו כלל ישראל ווען זיי זענען געווען ברום המעלה, די שכינה האט גערוהט צווישן זיי און זיי זענען געווען הייליג און דערהויבן. ישעי' הנביא רעדט צו די אידישע קינדער און זאגט זיי מוסר ווען מ'האט זיך שוין ליידער נישט געפירט ווי עס דארף צו זיין און מ'איז געפאלן פון די מדריגות. און ירמי' הנביא איז געווען ביים חורבן, ווען כלל ישראל האט אינגאנצן פארלוירן איר געוועזענע כבוד און שיינקייט, אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד הָעִיר רַבָּתִי עָם הָיְתָה כְּאַלְמָנָה, די אמאליגע גרויסע און פראכטפולע שטאט וואס איז געווען באוואוינט און באזעצט מיט אזויפיל אידן, איז געבליבן ליידיג און עלנד ווי א איינזאמע אלמנה.

נאך געפונען מיר מענין לענין באותו ענין אין מדרש (במד"ר י"ט ט') "אמר רבי אבהו בשם ר' חנינא מה אדם הראשון הכנסתיו לתוך גן עדן וצויתיו ועבר על צוויי ודנתי אותו בשלוחין ובגרושין וקוננתי עליו אַיֶכָּה... אף בניו הכנסתים לארץ ישראל וצויתים ועברו על הצווי דנתי אותם בשלוחין ובגרושין וקוננתי עליהם אֵיכָה".

דער אייבישטער זאגט, איך האב אריינגעלייגט אדם הראשון אין גן עדן און כ'האב איהם באפוילן נישט צו עסן פונעם עץ הדעת, אבער ער האט געזינדיגט, און דעמאלטס האב איך איהם געפרעגט "אַיֶכָּה? וואו ביסטו?", ווי עס שטייט אין די פסוקים דארט (בראשית ג') אז אדם מיט חוה האבן זיך געשעמט נאכ'ן זינדיגן און דעריבער האבן זיי זיך באהאלטן כביכול פונעם אייבישטער, וַיִקְרָא ה' אֱלֹקִים אֶל הָאָדָם וַיֹּאמֶר לוֹ אַיֶּכָּה, און דאן האט דער אייבישטער גערופן צו אדם הראשון און איהם געפרעגט אַיֶכָּה.

דאס זעלבע האט שפעטער פאסירט מיט זיינע קינדער, דער אייבישטער האט זיי אריינגעפירט קיין ארץ ישראל, אבער צום סוף האבן זיי געזינדיגט, און דערפאר האבן זיי ליידער געמוזט גיין אין גלות, און דער אייבישטער האט געקלאגט אויף זיי מיט'ן ווארט "אֵיכָה" (וואס איז די זעלבע אותיות ווי אַיֶכָּה).

וואס איז די פנימיות הענין, די קשר און די שייכות צווישן די פראגע פון 'אַיֶכָּה' צו די קלאג פון 'אֵיכָה', און וואס האט דאס מיט די טענה פון משה רבינו צו כלל ישראל אין אונזער פרשה אֵיכָה אֶשָׂא לְבַדִי טָרְחֲכֶם וּמַשַּׂאֲכֶם וְרִיבְכֶם?

די מסקנא פון אין הדבר תלוי אלא בי
עס איז באקאנט וואס די גמרא דערציילט אין מסכת עבודה זרה (דף י"ז.) אז ס'איז געווען א גרויסע בעל עבירה מיט'ן נאמען אלעזר בן דורדיא, ער איז געווען א געפערליכע רשע און א חוטא אויף א שרעקליכע פארנעם, ביז איין טאג האט זיך ערוועקט אין איהם א פינק, און ער איז דערציטערט געווארן אז ער איז שוין אינגאנצן פארפאלן ח"ו און ער קען שוין נישט קיין תשובה טון. דערציילט די גמרא: הלך וישב בין שני הרים וגבעות, אמר הרים וגבעות בקשו עלי רחמים, אמרו לו עד שאנו מבקשים עליך נבקש על עצמנו... ער האט זיך געזעצט צווישן צוויי הויכע בערג און זיך געוואנדן צו זיי מיט א בקשה, בערג בערג רייסט איין פאר מיר און בעט'ס רחמים אויף מיין זינדיגע נשמה, אבער די בערג האבן איהם געענטפערט, מיר דארפן דאָך אליינס רחמים אז מיר זאלן בלייבן עקזיסטירן און נישט צוזאמפאלן, איז איידער מיר בעטן אויף דיר דארפן מיר בעטן אויף זיך.

אלעזר בן דורדיא זעענדיג אז די בערג וועלן איהם נישט העלפן, האט ער פראבירט זיין מזל מיט די הימל און ערד, די זון מיט די לבנה, די שטערנס און די מזלות, צו יעדן איינעם האט ער זיך געוואנדן אז זיי זאלן איהם העלפן און בעטן רחמים אויף איהם אז ער זאל קענען תשובה טוהן, אבער זיי האבן אלע געענטפערט די זעלבע תשובה. "אמר שמים וארץ בקשו עלי רחמים, אמרו עד שאנו מבקשים עליך נבקש על עצמנו... אמר חמה ולבנה בקשו עלי רחמים, אמרו לו עד שאנו מבקשים עליך נבקש על עצמנו, אמר כוכבים ומזלות בקשו עלי רחמים, אמרו לו עד שאנו מבקשים עליך נבקש על עצמנו"...

נאכן הערן אז קיינער איז נישט גרייט איהם צו העלפן האט ער פארשטאנען אז נאר ער קען זיך אליינס העלפן, "אמר, אין הדבר תלוי אלא בי! הניח ראשו בין ברכיו וגעה בבכיה עד שיצתה נשמתו, יצתה בת קול ואמרה רבי אלעזר בן דורדיא מזומן לחיי העולם הבא".

דאס הייסט אז אלעזר בן דורדיא איז צוגעקומען צו די הכרה אז אלעס ווענדט זיך בלויז אין איהם אליינס, אין הדבר תלוי אלא בי! אויב איך וויל תשובה טוהן און מעורר רחמים זיין אויף זיך, דארף איך דאס טוהן אליין, איך דארף זיך זעלבסט נעמען אין די הענט אריין און מתפלל זיין אויף זיך, און נאר אזוי וועל איך אנקומען. און ער האט זיך טאקע געזעצט איינגעבויגנעהייט אויף די ערד מיט א שטארקע געוויין אויף זיין מצב, ביז ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה, און ס'איז ארויסגעקומען א בת קול פון הימל אז רבי אלעזר בן דורדיא געלאדענט און אנגעגרייט צו עולם הבא! און די גמרא פירט אויס אז רבי (רבינו הקדוש) האט געוויינט "יש קונה עולמו בשעה אחת" אין אזא קורצע צייט האט ער זיך קונה געווען עולם הבא, און נישט נאר מ'האט אנגענומען זיין תשובה, נאר די בת קול האט איהם נאך מכבד געווען און אנגערופן מיט'ן נאמען 'רבי' אלעזר בן דורדיא, עד כאן דברי הגמרא.

נישט באשולדיגן דעם אדער יענעם
עס ווערט נאכגעזאגט א טרעפליכע ביאור בדרך מוסר אין די כוונה פון די מעשה מיט ר' אלעזר בן דורדיא. עס זענען פארהאן מענטשן וואס דורכאויס זייער גאנץ לעבן זענען זיי פארנומען זיך צו דעקן מיט תירוצים, און תירוצים פעלט נישט ווי באקאנט, שערי תירוצים לא ננעלו. און ממילא אזא איינער איז קיינמאל נישט שולדיג און קיינמאל נישט פאראנטווארטליך אויף וואס ער טוט אין זיין לעבן, ווייל יעדער און אלעס ארום איהם זענען שולדיג אין זיינע מצבים נאר נישט ער. אויף סיי וועלכע זאך וואס גייט איהם נישט גוט אין לעבן, אדער סיי וועלכע זאך ער טוט נישט ווי עס דארף צו זיין, האט ער אויף וועמען צו טייטלן מיט זיין פינגער אז דאס האט גורם געווען און יענץ האט גורם געווען, און ער איז א אומשולדיגע שעפעלע. פארשטייט זיך אז אזא איינער נעמט זיך קיינמאל נישט אין די הענט אריין, ווייל די אחריות ליגט דאָך נישט אויף איהם. וואס זאל ער טוהן אז ער האט געהאט א שווערע יוגענט, אדער א שלעכטע סביבה, אדער די משפחה, די קרובים, די חברים, די שכנים, די קינדער, און אזוי ווייטער און ווייטער... שטענדיג איז דא וועמען אנצוכאפן און ארויפווארפן די שולד אויף זיי, אבי נישט ער אליינס.
און דאס האט טאקע דא פאסירט מיט ר' אלעזר בן דורדיא. צום ערשט האט ער זיך געוואנדן צו די 'הרים וגבעות' וואס ווי באקאנט זאגן חז"ל (בר"ר ס"ח ב') שִׁיר לַמַעֲלוֹת אֶשָּׂא עֵינַי אֶל הֶהָרִים - אֶל הַהוֹרִים, בערג זענען מרמז אויף די עלטערן פון א מענטש. אלעזר בן דורדיא האט קודם פראבירט צו ווארפן די שולד אויף זיינע עלטערן, זיי האבן איהם נישט גוט ערצויגן אין זיינע יונגע יארן, און זיי זענען געוויס שולדיג אין זיין יעצטיגע שלעכטע מצב, און ער שפירט אז זיי זענען די וואס דארפן זיך מיען פאר איהם און מתפלל זיין אז ער זאל ארויסקריכן פון זיינע פראבלעמען.

ווען זיין הילף איז נישט געקומען פון דארט, האט ער אנגעהויבן טייטלען צו 'שמים' דאס זענען די גרויסע לייט, די גדולי הדור, די צדיקים, די מחנכים, זיי טוען נישט זייער פליכט ווי עס דארף צו זיין און זיי זענען נישט גוט מחנך דעם דור, א דאנק זיי קוק איך אזוי אויס. ווען דאס האט אויך נישט געהאלפן האט ער זיך גענומען צו די נעקסטע אין די רייע, 'ארץ' די נידריגע עלעמענטן, די שלעכטע חברים, די סביבה, איר זענט אלע שולדיג אין מיין מצב. נישט אנקומענדיג אין ערגעץ, האט ער זיך גענומען צו די חמה, לבנה, כוכבים ומזלות, אפשר האט דאס צו טוהן מיט העכערע זאכן, מיט מיין שלעכטע מזל אין וואס איך בין געבוירן געווארן וכדומה.

אבער צום סוף איז ער צוגעקומען צו די ענדגילטיגע און קלארע הכרה, אז "אין הדבר תלוי אלא בי" די איינציגסטע וואס קען און דארף נעמען אחריות אויף אלעס, איז נאר מיך אליינס. פון טייטלן אויף דעם און אויף יענעם, און באשולדיגן יעדעם איינעם אויסער זיך, פון דאס אלעס קען גארנישט ווערן, דאס זענען אפשר גאנץ גוטע תירוצים, אבער פון דעם גייט נישט ארויסקומען קיין תשובה און תיקון המעשים פאר אלעזר בן דורדיא. עס איז בלויז דא איין מענטש אין די גאנצע וועלט וואס האט די שליסל און די מעגליכקייט צו די הצלחה פון אלעזר בן דורדיא, און דאס איז אלעזר בן דורדיא אליינס! און ווי נאר ער האט דאס ריכטיג דערהערט האט ער טאקע זוכה געווען צו תשובה שלימה און צו חיי העולם הבא.

און אויף דעם האט רבי געוויינט, א שאד א שאד אז ער האט דאס זוכה געווען צו פארשטיין בלויז אין די לעצטע רגעים פון זיין לעבן. שטעלט אייך פאָר ווען ער דערהערט ווען דעם יסוד אסאך פריער, און ער נעמט זיך אין די הענט אריין און לעבט ווי אן ערליכער איד, אנשטאט זיך ארומצודרייען מיט א פּאַק פון טענות אויף די גאנצע וועלט און ווייטער זינדיגן.

די בעלי מוסר האבן געזאגט אז טאקע דערפאר האט איהם דער בת קול אנגערופן מיט'ן נאמען 'רבי' אלעזר בן דורדיא, טראצדעם וואס ער איז למעשה קיינמאל נישט געווען קיין רבי און נישט געלערנט תורה מיט אנדערע. נאר מיט דעם איז ער יא געווארן ווי א 'רבי' און א מורה דרך פאר כלל ישראל לדורות, און אונז געלערנט דעם יסוד פון אֵין הדבר תלוי אלא בי, און אז מ'וויל נאר קען מען תשובה טוהן אין יעדן מצב.

אַיֶכָּה וואו האלטסטו אויף די וועלט?
חסידים האבן דערציילט אז ווען הרה"ק דער בעל התניא זי"ע איז געזעצן אין טורמע אין רוסלאנד, איז אמאל געקומען איינס פון די גרויסע שרים אין די רוסישע רעגירונג איהם אויסצופארשן. יענער איז געווען א געלערנטער גוי און א גרויסע בקי אין תנ"ך, צווישן אנדערע האט ער געפרעגט פונעם בעל התניא, וואס איז פשט אינעם פסוק אין פרשת בראשית "וַיִּקְרָא ה' אֱלֹקִים אֶל הָאָדָם וַיֹּאמֶר לוֹ אַיֶכָּה", דער באשעפער ווייסט דען נישט וואו א מענטש געפונט זיך, ער האט געדארפט פרעגן פון אדם הראשון וואו ביסטו?

האט איהם דער בעל התניא געענטפערט, אז די כוונה איז נישט אויף די פיזישע פלאץ וואו מען געפונט זיך, נאר דער אייבישטער קומט דא מיט א טענה און א תביעה צו אדם הראשון "אַיֶכָּה? וואו ביסטו אויף די וועלט? וואס האסטו געטוהן?". און דערביי האט דער בעל התניא צוגעגעבן אז א מענטש דארף זיך שטענדיג מתבונן זיין און פרעגן די שאלה פון זיך אליינס, "איך בין שוין אזויפיל און אזויפיל יארן אויף די וועלט (און ער האט אנגעכאפט ברוח קדשו די פונקטליכע סכום פון יארן ווי אלט יענער שר איז דעמאלטס געווען) וואו האלט איך? וואס האב איך שוין אויפגעטוהן אין מיין לעבן? טוה איך וואס איז ריכטיג?". א מענטש דארף זיך כסדר פרעגן די שאלה פון אַיֶכָּה, און זיך מתבונן זיין אין זיינע מעשים צו מאכן א חשבון הנפש וואו ער האלט אויף די וועלט.

דער שר איז שטארק נתפעל געווארן פון די תשובה פונעם בעל התניא, ווי אויך האט ער זיך איבערצייגט אז ער איז א געטליכע מאן וואס ווייסט אלעס, און ער האט שפעטער זיך אנגענומען און גערעדט גוטס אויפן בעל התניא פארן רוסישן צאַר.

ווען איר זענט נישט נושא בעול בלייב איך אינגאנצן אליינס
אט די שאלה פון "אַיֶכָּה" וואס א מענטש דארף זיך פרעגן, איז א קריטיש וויכטיגע שאלה פון וואס מען טאר קיינמאל נישט פארגעסן, דאס איז ממש די גאנצע יסוד פון א מענטש'ס הצלחה און זיין שטייגן אין לעבן. ווייל אויב מען שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ כדי זיך מתבונן צו זיין אין די אייגענע מצב און מאָנען פון זיך א שינוי לטובה, דאן וועט מען פארבלייבן מיט אלע תירוצים און באשולדיגונגען קעגן די גאנצע וועלט. ווילאנג מ'פרעגט זיך נישט באמת "אַיֶכָּה - וואו ביסט דו?" דאס הייסט ווי בין איך אליינס, נישט וואו איז דער און פארוואס איז יענער; נאר איך! אֵין הדבר תלוי אלא בי! אָנדעם וועט דער מענטש חלילה אדורכלאזן זיין גאנצע לעבן אָן אויפטוהן זיין תכלית און אנקומען צו זיין ריכטיגע יכולת.

דאס קען זיין די שייכות צווישן דער פסוק פון וַיִּקְרָא ה' אֱלֹקִים אֶל הָאָדָם וַיֹּאמֶר לוֹ אַיֶכָּה, צו די ווערטער פון משה רבינו אין אונזער פרשה אֵיכָה אֶשָׂא לְבַדִי טָרְחֲכֶם וּמַשַּׂאֲכֶם וְרִיבְכֶם.
משה רבינו זאגט דא מוסר פאר כלל ישראל, און ער איז זיי מעורר, אז ווי נאר איר זענט אריינגעגאנגען אין אזא מצב פון טָרְחֲכֶם וּמַשַּׂאֲכֶם וְרִיבְכֶם, איר זענט געווארן פארביטערט און קריגעריש און געהאט טענות ומענות אויף יעדע זאך, דאס מיינט איז איר אליינס נעמט נישט קיין אחריות אויף זיך, איר אנערקענט נישט דעם אֵין הדבר תלוי אלא בי. אויב אזוי איז טאקע נישט מעגליך אייך צו טראגן, אֵיכָה אֶשָׂא 'לְבַדִי' וויאזוי קען איך אליינס אייך טראגן? דער רבי, דער מנהיג, דער צדיק, קען נאר העלפן ווען דער מענטש אליינס טראגט זיך אויך, ער איז א 'חי נושא את עצמו' ער לייגט צו א פלייצע און פארשטייט אז די אחריות איז אויף איהם. אבער אז מען הערט אויף זיך צו פרעגן דעם אַיֶכָּה און מ'הערט אויף צו פארלאנגען פון זיך אליינס, אויב אזוי בלייבט משה רבינו 'לְבַדִי' איינער אליינס אין די גאנצע מערכה, און אליינס קען מען יענעם נישט שלעפן... דער מענטש אליינס דארף קודם וויסן און אנערקענען אז ער איז שולדיג, ער דארף זיך פארבעסערן, ער דארף זיך וועלן העלפן, און נאר נאכדעם קען איהם דער רבי און דער מחנך צוהעלפן פון די זייט.

און חלילה אויב נישט, ווען די אידן זענען נישט נושא בעול אין זיך אליינס און זיי פרעגן זיך נישט אַיֶכָּה מיט התבוננות און חשבון הנפש, דארט הייבט זיך אָן די שורש פון אלע פראבלעמען, און פון דארט דערקייקלט מען זיך אויף אראפ ח"ו ביז צו די גרעסטע עבירות וואס האבן גורם געווען צום חורבן בית המקדש בעוונותינו הרבים און אונז געברענגט צו א מצב פון אֵיכָה הָיְתָה לְזוֹנָה קִרְיָה נֶאֱמָנָה, און אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד הָעִיר רַבָּתִי עָם.

די 'אלו שבשוק' וואס האבן תירוצים כך וכך
ווי לעכטיג און ווי שיין קענען מיר ערקלערן דערמיט בדרך רמז די ווערטער פון רש"י הקדוש מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, "אילו הוכיח מקצתן, היו אלו שבשוק אומרים אתם הייתם שומעים מבן עמרם ולא השיבותם דבר מכך וכך, אילו היינו שם היינו משיבין אותו, לכך כנסם כולם ואמר להם הרי כלכם כאן כל מי שיש לו תשובה ישיב". די 'אלו שבשוק' וואס ווערן דא דערמאנט זענען חלילה נישט קיין ליצני הדור אדער רשעים וואס ווילן במזיד נישט הערן קיין מוסר אדער אפלאַכן פון משה רבינו'ס רייד. משה רבינו זאגט דא אלס טייל פון זיין מוסר פאר כלל ישראל, געדענקט, עס זענען שטענדיג פארהאן די אלו שבשוק, מענטשן וואס זענען געבליבן שטעקן אין די גאס, די טאג טעגליכע גערויש און געלויף פון לעבן האט זיי פארכאפט, זיי זענען פארנומען און פארזונקען מיט'ן נאכלויפן די פרנסה און אנדערע זאכן, און ממילא שטעלן זיי זיך שוין נישט אפ זיך צו פרעגן דעם "אַיֶכָּה". זיי זענען פון די וואס זענען געפאנגען אינעם נעץ פון תירוצים, און ווען מ'זאגט זיי שוין יא אביסל מוסר אדער עס כאפט זיי אָן א התעוררות זיך צו פארבעסערן, וועלן זיי זיך באלד פארענטפערן מיט פארשידענע תירוצים פארוואס זיי קענען נישט אדער פארוואס זיי זענען באמת נישט שולדיג, און ס'איז אונס רחמנא פטריה וכדומה.

די דאזיגע מענטשן ווען זיי וואלטן שפעטער געהערט נאכזאגן די מוסר רייד פון משה רבינו, וואלטן זיי זיך געוואונדערט "אתם הייתם שומעים מבן עמרם ולא השיבותם דבר מכך וכך?" איר האט גארנישט צוריקגעענטפערט? מיר האבן דאָך אזעלכע פיינע תירוצים מ'כך' ו'כך', אזויווי די סדר פון די מענטשן אז זיי קענען זיך שטענדיג פארענטפערן אזוי אדער אזוי, דאס הייסט אויף יעדן אופן, וואס עס זאל נאר זיין, האבן זיי א גוטע תירוץ זיך צו ריינוואשן פארוואס זיי זענען בכלל נישט שולדיג.

איז רש"י ווייטער ממשיך, 'לכך' כנסם כולם, טאקע צוליב די פארשידענע תירוצים פון 'כך וכך' - אזוי און אזוי, אזא תירוץ אדער אזא תירוץ וואס זיי נוצן אלעמאל, דאס האט משה רבינו
געוואלט דא פארמיידן, און ער האט געבעטן פון כלל ישראל "הרי כלכם כאן, כל מי שיש לו תשובה ישיב" יעצט זענט איר אלע דא, איר האט אן התעוררות, עס איז א געלעגנהייט, אנשטאט אנהייבן מיט די תירוצים און די באשולדיגונגען, כאפט זיך מיט, פרעגט פון זיך אליינס אַיֶכָּה און טוט תשובה אויף ענקערע עבירות.

פון געוואוינהייט וויל דער מענטש ווייטער טייטלן מיט די פינגער אויף זיינע תירוצים און אראפווארפן די אחריות פון זיך. לערנט אונז משה רבינו די ריכטיגע וועג פון טראכטן, אויב עס קומט אונטער א התעוררות תשובה, כאפ דיך צו דערצו, קלער פון זיך פארבעסערן און זאגן אין הדבר תלוי אלא בי. "כל מי שיש לו תשובה ישיב" שפרינג אריין און טוה תשובה, ווי איידער ווייטער אפלעבן א לעבן פון די 'אלו שבשוק' וואס זוכן נישט זיך אפצושטעלן און טראכטן.

אונזער רבי'נס מוסר און די התחלה פון אונזער גאולה
אין ספר ברכת אברהם (להגה"צ רבי אברהם צבי ווייס אבד"ק נוה אחיעזר זצ"ל) שטייט א רמז נפלא אויף די ווערטער אין אנהייב פון אונזער פרשה, הוֹאִיל מֹשֶׁה בֵּאֵר אֶת הַתּוֹרָה הַזֹּאת לֵאמֹר, די ווארט 'הואיל' איז די אותיות פון די ראשי תיבות פונעם פסוק וַיִּקְרָא ה' אֱלֹקִים אֶל הָאָדָם וַיֹּאמֶר לוֹ אַיֶכָּה. וואס לויט ווי מיר שמועסן דא, איז דאס געווען דער ענין וואס משה רבינו זאגט מוסר פאר כלל ישראל און לערנט אונז דעם וועג לדורות, אז א איד דארף זיך אלעמאל פרעגן די שאלה פון אַיֶכָּה, וואו ביסטו אויף די וועלט און וואו האלטסטו אין דיין לעבן.
און אז מ'לעבט ריכטיג מיט'ן חשבון הנפש פון אַיֶכָּה, איז דאס די אתחלתא דגאולה, דאס איז די ערשטע טריט ארויס פון גלות און פון חורבן, די פארקערטע פון אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד און אֵיכָה אֶשָׂא לְבַדִי, נאר אדרבה, דער מענטש פארלאנגט און פאדערט פון זיך צו ווערן בעסער און מתקן צו זיין זיינע וועגן, ארויסקריכן פון שנאת חנם און די אנדערע עבירות וואס האבן גורם געווען דעם חורבן, וואס דאס ברענגט אונז צו תשובה און תיקון המעשים און צו די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.

לסיכום געדענק:
• דער כלל פון "אין הדבר תלוי אלא בי" איך מוז נעמען אחריות אויף מיינע אייגענע מעשים און נישט ווארפן די שולד אויף קיינעם.
• עס איז זייער גרינג צו האבן פארשידענע תירוצים, און זיי קענען אפילו זיין אמת, אבער דאס ברענגט נישט דעם מענטש אין ערגעץ.
• מען דארף זיך כסדר אפשטעלן און מתבונן זיין, און פרעגן פון זיך אליינס אַיֶכָּה? וואו ביך איך אויף די וועלט? וואס טוה איך מיט מיין לעבן?

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: דברים - די אחריות ליגט אויף דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

דברים - די אחריות ליגט אויף דיר! VIDEO
https://torahanytime.com/lectures/315419

פרינט ארויס לכבוד שבת PDF
https://www.ladaat.info/showgil.aspx?pa ... 10&gil=172
א לעכטיגע שבת קודש!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”