ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

חורבת רבי יהודה חסיד!

די פראז וואס לויפט סינאנים מיט אלטשטאט ירושלים, און ספעציעל מיט די אידישן קווארטעל!

אבער וואס רוב אירע ווייסן נישט: וואס איז פשט פון די נאמען, פארוואס רופט מען אזא הערליכע שול מיטן נאמען חורבה?!
און וואס האט אט די שול מיט די יסוד פון די אשכנז'ישע קהילות אין ירושלים?!

אינמיטן דעם אכטצנטן יאר הונדערט האט רבי יהודה חסיד פון דייטשלאנד צוזאמגענומען א קבוצה אידישע משפחות, מיט די מטרה צו ארויפגיין וואוינען אין ירושלים עיר הקודש, מיט די מטרה צו מקרב צו זיין די גאולה השלימה.

אזוי האבן זיי געגאנגען צוזאמען, און יעדע שטאט וואס זיי האבן דורך געגאנגען, האבן זיך צוגעשטעלט נאך און נאך משפחות, ביז זיי האבן אנגעקומען צום מספר פון 300 משפחות.

אנקומענדיג אין ירושלים האבן זיי אפגעקויפט א שטיק באדן אין צענטער פונעם רובע היהודי פון אן אראבישן שייך, און זיך גענומען אויפבויען חצרות מיט הייזער און א (קליינעם) בית הכנסת אינעם צענטער.

אבער מיט די צייט האט אויסגעלאפן זייער געלט, און פיל אידן זענען קראנק געווארן פון מגפות און מחלות, און איבער אלץ - זייער מנהיג רבי יהודה חסיד האט נפטר געווארן פריצייטיג, און זיי האבן מער נישט געהאט די מעגליכקייט צו באצאלען די אראבישע בויער און זיינע ארבייטער, און די חובות זענען געוואקסן מיט גרויסע פראצענטן.

ווען די אראבער האבן געזען אז די קהילה האט נישט די מעגליכקייט צו באצאלן, האבן זיי חרוב געמאכט די חצרות און הייזער און אויך די בית הכנסת, און פארטריבן די אשכנז'ישע אידן פון ירושלים, פיל פון זיי זענען אנטלאפן צו צפון טבריה און צפת והגלילות.

די אראבער האבן ברוב כעסם גע'אסר'ט אויף אשכנז'ישע אידן צו וואוינען אין ירושלים, און דאס איז די סיבה פארוואס די אשכנז'ישע אידן תלמידי הבעש"ט והגר"א האבן געוואוינט אין צפון, די ביסל אשכנזי אידן וואס האבן געדארפט צו בלייבן וואוינען/באזוכן ירושלים, האבן זיך פארשטעלט (מיט קאפטענעס) ווי ספרדים-אראבער, דאס איז די סיבה פארוואס די ירושלים'על לבוש, איז געבליבן אלץ די קאפטען...

אינמיטן ניינצנטען יאר הונדערט האבן זיך צוזאמגענומען א קבוצה משפחות (דור שני) פון תלמידי הגר"א, און אויסגעלייזט די חצר פון די אראבער, און אויפגעשטעלט אויפן פלאץ א ריזיגן הערליכן מייעסטעטישן בית הכנסת, וואס מען האט גערופן "בית הכנסת - בחצר חורבת רבי יהודה חסיד", די בית הכנסת האט זיך אנטוויקלט אלץ די נערוו צענטער פון די אשכנז'ישע קהילות אין ירושלים (דארט איז נתייסד געווארן די מיטאלאגישן מוסד עץ חיים).

אלץ איז אנגעגאנגען ביז שנת תש"ח, ווען די אלטשטאט איז איבערגענומען געווארן דורך די ירדנ'ער לעגיאנערן, און זיי האבן חרוב געמאכט אלע אידישע בתי כנסיות 'די חורבה' (צום צווייטן מאל) 'תפארת ישראל' 'ישיבה פורת יוסף' (איינס ביי איינס מייעסטעטישע הערליכע בנינים), און פארשוועכט די ספרי תורה און ספרי קודש...

אזוי איז די בית כנסת אפגעלעגן 'חרוב' ביז ווען די מדינת ישראל מיליטער האב איבערגענומען קאנטראל פונעם אלטשטאט ביים 6 טאג מלחמה, און צוריק אויפגעפרישט דעם אידישן יישוב אינעם אלטשטאט.

נאך עטליכע יאר האט מען אויפגעבויעט א קשת אויפן ארט פונעם חורבה אלץ אנדענק פונעם אלטן גלאררייכן אמאל.

אין יאר תש"ס האט מען איבערגעבויעט די גאנצע בנין אויפן פונקטליכן סייז און מוסטער און געשטעל פון די אלטן בנין, און דאס איז די מייעסטעטישן בנין מיטן ווייסן קאפל וואס שטעקט זיך כהיום ארויס פונעם רובע היהודי.

היינט ווירבעלט די שול מיט מנינים חומדי ושיעורי תורה, און כוללים זיצן דארט און לערנען במשכן טאג, און די דאך פונעם חורבה איז איינע פון די וויכטיגע אטראקציעס פאר באזוכער אינעם רובע, מען קען דארט זען די מקום המקדש און די גאנצע ארום.

עס איז היינט תחת הנהלת 'קהילת הזילברמנים'.

ותחזינה עינינו בשובך לציון 'אוי' ברחמים, ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות!!!
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

די האסט דערמאנט די תפארת ישראל שוהל, (וואס ווערט איבערגעבויעט אין די טעג) דאס האט א מעשה פאר זיך פון א קללה פון די הייליגע שיניאווא רב
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

נאך איז אינטערעסנאט די אראבישע מאסק וואס שטעקט זיך ארויס גלייך נעבן די חורבה, וואס איז געווארן געבויעט דורך די מאמע פון א משומד וואס האט געוואוינט אין די חצר פון די חורבה
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:48 pm

מיינסט נעבן די רמב"ן שול וואס איז צמוד צום חורבה.
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

תגובה דורך תרמב »

איך האב א ספר אינדערהיים איבער משיחי שקר און דארט האט דער רבי יהודה חסיד א קאפיטל, ער מיט זיין קבוצה האבן אביסל א פארנעפלטע געשיכטע.

תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:50 pm

ציעסט אייביג לינקס...

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:49 pm
טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:48 pm
נאך איז אינטערעסנאט די אראבישע מאסק וואס שטעקט זיך ארויס גלייך נעבן די חורבה, וואס איז געווארן געבויעט דורך די מאמע פון א משומד וואס האט געוואוינט אין די חצר פון די חורבה
מיינסט נעבן די רמב"ן שול וואס איז צמוד צום חורבה.
יא יא
960px-Jerusalem_P1080205_(5149583784)123.jpg
960px-Jerusalem_P1080205_(5149583784)123.jpg (217.33 KiB) געזען 776 מאל
לעצט פארראכטן דורך טעיפ רעקארדער אום דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:52 pm
תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:50 pm
איך האב א ספר אינדערהיים איבער משיחי שקר און דארט האט דער רבי יהודה חסיד א קאפיטל, ער מיט זיין קבוצה האבן אביסל א פארנעפלטע געשיכטע.
ציעסט אייביג לינקס...
אז מאיז אויף א פלאץ וואס איז די מערסטע רעכט שייך קען מען נאר ציען צו די לינקע זייט...

א שנעלע זוך אויף וויקיפעדיע וועט דיר געבן אינפארמאציע
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:52 pm
תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:50 pm
איך האב א ספר אינדערהיים איבער משיחי שקר און דארט האט דער רבי יהודה חסיד א קאפיטל, ער מיט זיין קבוצה האבן אביסל א פארנעפלטע געשיכטע.
ציעסט אייביג לינקס...
נישט יעדע ווארט פון א פראפעסאר - מוזטו גלייבען.... מ'קען זיין אויפגעקלערט אנדעם....
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:57 pm

בפרט דעם ספר משיחי שקר האט אסאך זיופים מיט אגענדעס(עס מאכט עס נישט אויס גוטע ספר אבער מדארף וויסן אז גארנישט איז נישט דארט תורה מסיני...), איך ווייס נישט אויב די קאפיטל אויך..

זייער שיין, תפארת ישראל - ניסן בק, דארף אויך צו זיין א אינטערעסאנטע קאפיטל, בפרט בענין די צאנז רוזינע מחלוקת......
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:03 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:57 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:52 pm
תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:50 pm
איך האב א ספר אינדערהיים איבער משיחי שקר און דארט האט דער רבי יהודה חסיד א קאפיטל, ער מיט זיין קבוצה האבן אביסל א פארנעפלטע געשיכטע.
ציעסט אייביג לינקס...
נישט יעדע ווארט פון א פראפעסאר - מוזטו גלייבען.... מ'קען זיין אויפגעקלערט אנדעם....
בפרט דעם ספר משיחי שקר האט אסאך זיופים מיט אגענדעס(עס מאכט עס נישט אויס גוטע ספר אבער מדארף וויסן אז גארנישט איז נישט דארט תורה מסיני...), איך ווייס נישט אויב די קאפיטל אויך..
מ'טאר גארנישט גלייבן פעיס וועליו, אבער די זאכן זענען אלס גוט פאר א וועג ווייזער אז דא איז דא אינפארמאציע אויסצוטשעקן.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6366
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ספר הידועות אפשר?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דער ר' יהודה חסיד איז א פארנעפלטע נושא. בעיקר איינע פון זיינע גאר נאנטע מענטשן איז געווען אינער מיטן נאמען חיים מלאך וואס האט לכאורע געהאט א שייכות מיט שארית שבתאות.
עס איז דא היינט אזוי גערופענע חוקרים ימש"ו הדוברים על צדיק עתק אויף ר' יונתן זי"ע ורבותיו ותלמידיו אבער דער פראבלעם וואס דאס מאכט אן אז דער גאנצער נושא ווערט א גאר גרוסע מבוכה און מען קען נישט קלעטערן צו פיל
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

טענקיו @יחזקאל סגל לנדא , דו אנטוישט אונז נישט!

עס איז א שאד אז עס איז צעטיילט אויף אפאר חלקים... מיין מיינונג.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

און איך האב אלס געמיינט אז די 'קשת' איז פון די אלטע בנין, בושות...
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

וואס איז מיט די קאפטענס?
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

איש ציון האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:05 am
וואס איז מיט די קאפטענס?
די אראבישע לבוש אין יענעם געגנט.
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:12 am
איש ציון האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:05 am
וואס איז מיט די קאפטענס?
די אראבישע לבוש אין יענעם געגנט.
דו ווייסט אז די ירושלימער קענען זיך אויפרייסן אויף דיר פארן שרייבן אזא זאך...
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

איש ציון האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:14 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:12 am
איש ציון האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:05 am
וואס איז מיט די קאפטענס?
די אראבישע לבוש אין יענעם געגנט.
דו ווייסט אז די ירושלימער קענען זיך אויפרייסן אויף דיר פארן שרייבן אזא זאך...
גראדע איך מיין עס איז גאנץ א באוואוסטע זאך דאס.
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

אסאך האבן א טעות אז די חורבה, האט עפעס מיט ר׳ יהודה החסיד, בעל ספר חסידים
אבער באמת איז ער ר׳ יהודה חסיד אהן די ’ה‘, וואס ס'איז דא אסאך מפקפקים אויף אים...

(עס זענען געווען אזעלכע צדיקים, וואס האבן מקפיד געווען נישט אריינצוגיין אין יענעם שול)
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
קאמיקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 27, 2023 2:05 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמיקאזי »

שטארק הנאה געהאט...
אז די ירושלימער גייען מיט א קאפטן וויבאלד זיי האבן זיך פארשטעלט ווי ספרדים, דאן פאר גייען נישט די ספרדים מיט א קאפטן?
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

קאמיקאזי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 4:13 pm
שטארק הנאה געהאט...
אז די ירושלימער גייען מיט א קאפטן וויבאלד זיי האבן זיך פארשטעלט ווי ספרדים, דאן פאר גייען נישט די ספרדים מיט א קאפטן?
אויף רחוב חומה השלישית קענסטו טרעפן ספרדים מיט קאפטענעס

הרב ארוש גייט מיט א קאפטן
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 5:56 pm
קאמיקאזי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 4:13 pm
שטארק הנאה געהאט...
אז די ירושלימער גייען מיט א קאפטן וויבאלד זיי האבן זיך פארשטעלט ווי ספרדים, דאן פאר גייען נישט די ספרדים מיט א קאפטן?
אויף רחוב חומה השלישית קענסטו טרעפן ספרדים מיט קאפטענעס

הרב ארוש גייט מיט א קאפטן
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ווער האט חרוב געמאכט די חורבה? פארוואס גייען די ירושלימ'ע קאפטענס? היסטאריע פון ירושלים - חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

קאמיקאזי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 4:13 pm
שטארק הנאה געהאט...
אז די ירושלימער גייען מיט א קאפטן וויבאלד זיי האבן זיך פארשטעלט ווי ספרדים, דאן פאר גייען נישט די ספרדים מיט א קאפטן?
פארוואס גייען די אראבער זעלבסט מער נישט קיין קאפטענעס...
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”