ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף
איך קען די נאמען פון ערגיץ, עפעס קלינגט דא קענטליך, איך פאר אראפ די ראויד אין די נעמען דערמאנען מיר פון שטעט וואס איך האב שוין אמאל געהערט פון זיי,
דאס איז געווען מיין מחשבה ביי ארויף פארן די ערשטע מאל די כביש 60 פון ירושלים אויפן וועג קיין שכם, דורכפארנדיג שטעט אין שטעטלעך, דערפער אין פלעצער, וואס טראגן די נעמען פון די פלעצער ווי אונזערע עלטערן האבן זיך געדרייעט, שטעט ווי מכמש, און בית א-ל, שילה, און לבונה, עופרה און תפוח, ועוד ועוד.
דאס זענען טייל פון די צענדליגע אויב נישט הונדערטע שטעט וואס טראגן נעמען וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך אדער אין גמרא, טייל פון זיי זענען ניי, סך הכל 40 – 50 יאר שטעט וואס די מדינה האט געלאזט אויפשטעלן, אין טייל פון זיי אזוי אלט ווי טויזענטע יארן, א שייכות ווי יריחו אין שכם,
איז ווי אזוי ווייסט מען בשעתן אוועקשטעלן א נייע שטאט מיטן אמאליגן נאמען אז דא אין געגנט איז טאקע פארגעקומען דאס וואס די ווילסט אוועקשטעלן מיט דיין נייע שטאט?
ווער זאגט אז דא נעבן שילה איז עלי הכהן געשטאנען אין געטון די עבודה פאר די אידן וואס זענען ארויף געקומען עולה רגל זיין צוזאמען מיט אלקנה די טאטע פון שמואל הנביא, אין ווער זאגט אז אויף די גרויסע בארג פון קעגן איבער איז פארגעקומען די שענדליכע אקט פון פסל מיכה, וואס האט אנגעברענגט אזוי סאך צרות פאר כלל ישראל??
ווי אזוי ווייסט מען אז צווישן די צוויי בערג וואס געפונען זיך נעבן "נאבלוס" זענען די לווייים געשטאנען ביים אריינקומען אין ארץ ישראל מיט גאנץ כלל ישראל, אויסרופנדיג די ברכות אין די קללות אין די אידן אויף הר גריזים אין הר עיבל האבן געענטפערט אמן?.
אידן האבן נישט געוואוינט אין רוב חלקים פון ארץ ישראל פאר קרוב צו צוויי טויזנט יאר, איז ווי זענען די אלע נעמען פרעזעווירט געווארן??
די מעשה גייט אזוי, די אראבער – פאלעסטינער וואס וואוינען אין ארץ ישראל שוין פאר די לעצטע פאר הונדרעטע יארן האבן געטון די ארבעט פאר אונז, אום וויסנדיג אין אום ווילנדיג, זיי האבן ווייטער געוואוינט אין שטעט וואס טראגן נעמען, פון אונזערע פסוקים אין גמרות, (אין פארשטייט זיך יעצט האבן זיי א שווערערע ארבעט ווען זיי שרייען אז די לאנד האט קיינמאל נישט געהערט פאר קיין אידן)
איז לאמיר אביסל ארום טאנצן צווישן די אראבישע געגנטער אין שטעט, אין קוקן ווי אזוי אין וועלכע נעמען זיי האבן פרעזעווירט,
חלק א'
1 - די שטאט שכם (נאבלוס) וואס געפונט זיך אין די שטח פון שבט אפרים, איז צוטיילט אין צווי עיקר געגנטער (חוץ די שטעטלעך ארום אין ארום וואס מיר וועלן באלד צוקומען צו דעם) די צוויי געגנטער הייסן בלאטה מיט עסכרה, איז אזוי, בלאטה היט אפ די ערשטע אין עלסטע נאמען פון שכם וואס דאס איז, "אלון מורה" ווארום, אין אראביש די ווארט אלון – מיינט בלוט, צווי מאל אין די תורה ווערט אלון מורה דערמאנט, איין מאל ביי אברהם אבינו ווי עס שטייט וַיַּעֲבֹר אַבְרָם בָּאָרֶץ עַד מְקוֹם שְׁכֶם עַד אֵלוֹן מוֹרֶה וְהַכְּנַעֲנִי אָז בָּאָרֶץ, אין די צווייטע מאל אין ספר דברים ווען די באשעפער באפעלט די אידן צו מאכן די מעמד הברכות והקללות אויף הר גריזים אין הר עיבל וְנָתַתָּה אֶת הַבְּרָכָה עַל הַר גְּרִזִים וְאֶת הַקְּלָלָה עַל הַר עֵיבָל הֲלֹא הֵמָּה בְּעֵבֶר הַיַּרְדֵּן אַחֲרֵי דֶּרֶךְ מְבוֹא הַשֶּׁמֶשׁ בְּאֶרֶץ הַכְּנַעֲנִי הַיֹּשֵׁב בָּעֲרָבָה מוּל הַגִּלְגָּל אֵצֶל אֵלוֹנֵי מֹרֶה,
די צווייטע געגנט וואז הייסט עסכרה, אין א ווערטער שפיל מיטן נאמען עין סוכר, וואס ווערט דערמאנט אין די גמרא אין מנחות, ווען ירושלים איז געווען ארומגענומען דורך די ייוונים, אין זיי האבן יעדן טאג ארויפגעשיקט שעפעלעך פאר די קרבנות, איין טאג האבן זיי ארויף געשיקט א חזיר אנשטאט, אויפן וועג ארויף האט ער איינגעקראצט זיין נעגל אין די וואנט, ארץ ישראל ארבע מאות פרסה, דעמאלסט האט מען געשאלטן די וואס זענען מגדל חזירים אין די וואס לערנען אויס זייערע קינדער יוונית, פירט די גמרא אויס אז אויף יענע יאר גייט די מעשה אז מען האט געברענגט די ווייץ פאר די שתי הלחם פון "בקעת עין סוכר",
אין ענדליך ווערט דערציילט אין ירושלמי שקלים אז מען האט געהייסן ברענגען פון עין סוכר די תבואה פאר די שתי הלחם
2- חיזמה, דאס איז א שטאט ממש צווישן ירושלים, אין יריחו, עס היט אפ די נאמען פון בית עזמות,
בית עזמות איז א שטאט וואס מען האט א נאמען געגעבן נאך אן אייניקל פון שאול המלך ווי עס ווערט אויסגערעכנט אין ספר דברי הימים זיינע דורות, שאול, יהונתן, מריב בעל, מיכה, אחז, יהועדה, עזמות, די ערשטע מאל וואס די שטאט ווערט דערמאנט איז אין ספר עזרא אין נחמיה ווען די עולי בבל זענען צוריק געקומען קיין ארץ ישראל אין זיי האבן זיך באזעצט אין בית עזמות, אביסל שפעטער ווען נחמיה האט מחדש געווען די חומות פון ירושלים ווערן זיי נאכאמאל דערמאנט אלץ חלק פון די באזוכער וואס האבן געהאלפן בויען אין זינגען, וּמִבֵּית הַגִּלְגָּל וּמִשְּׂדוֹת גֶּבַע וְעַזְמָוֶת כִּי חֲצֵרִים בָּנוּ לָהֶם הַמְשֹׁרֲרִים סְבִיבוֹת יְרוּשָׁלִָם.
3- טובאס, א גרויסע אראבישע שטאט אין די געגנט פון שומרון, מיט קרוב צי 20 טויזנט איינוואוינער, לויט געוויסע ווערט דאס גערופן אויפן נאמען פון "תבץ" א שטאט וואס ווערט דערמאנט אין ספר שופטים (וַיֵּלֶךְ אֲבִימֶלֶךְ אֶל תֵּבֵץ וַיִּחַן בְּתֵבֵץ וַיִּלְכְּדָהּ.) אלץ א שטאט וואס אבימלך די זון פון גדעון השופט האט איינגענומען, די בני העיר זענען ארויפגעלאפן צו די מגדל העיר, אין ווען ער איז אנגעקומען דארט, פרובירנדיג צו פארברענען די טורעם האט א פרוי פון שטאט אראפגעוווארפן אויף אים א מילעכל שטיין אין ער איז פארוואונדעט געווארן פון דעם אין שפעטער געשטארבן, אין עס ווערט טאקע דערמאנט אין ספר שמואל, ווי יואב בן צרויה האט דערמאנט פאר דוד המלך די מעשה, מִֽי־הִכָּ֞ה אֶת־אֲבִימֶ֣לֶךְ בֶּן־יְרֻבֶּ֗שֶׁת הֲלֽוֹא־אִשָּׁ֡ה הִשְׁלִ֣יכָה עָלָיו֩ פֶּ֨לַח רֶ֜כֶב מֵעַ֤ל הַחוֹמָה֙ וַיָּ֣מׇת בְּתֵבֵ֔ץ לָ֥מָּה נִגַּשְׁתֶּ֖ם אֶל־הַחוֹמָ֑ה וְאָ֣מַרְתָּ֔ גַּ֗ם עַבְדְּךָ֛ אוּרִיָּ֥ה הַחִתִּ֖י מֵֽת,
לויט א צווייטע דעה ווערט טובאס צוזאמגעשטעלט מיטן שטאט טבת, וואס ווערט דערמאנט ביי די מעשה ווען גדעון השופט האט צוזאמגענומען כלל ישראל מלחמה צו האלטן מיט מדין, מִֽי־הִכָּ֞ה אֶת־אֲבִימֶ֣לֶךְ בֶּן־יְרֻבֶּ֗שֶׁת הֲלֽוֹא־אִשָּׁ֡ה הִשְׁלִ֣יכָה עָלָיו֩ פֶּ֨לַח רֶ֜כֶב מֵעַ֤ל הַחוֹמָה֙ וַיָּ֣מׇת בְּתֵבֵ֔ץ לָ֥מָּה נִגַּשְׁתֶּ֖ם אֶל־הַחוֹמָ֑ה וְאָ֣מַרְתָּ֔ גַּ֗ם עַבְדְּךָ֛ אוּרִיָּ֥ה הַחִתִּ֖י מֵֽת.
בסייעתא דשמייא, אין די קומענדיגע טייל וועט מען אויסשמועסן נאך שטעט, ווי אויך אביסל מער איבער די שטעט וואס די רוימער האבן געטוישט זייערע נעמען מיטן ציל דאס צו מאכן פארגעסן.