ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

איין מינוט, איין מינוט,

איך קען די נאמען פון ערגיץ, עפעס קלינגט דא קענטליך, איך פאר אראפ די ראויד אין די נעמען דערמאנען מיר פון שטעט וואס איך האב שוין אמאל געהערט פון זיי,

דאס איז געווען מיין מחשבה ביי ארויף פארן די ערשטע מאל די כביש 60 פון ירושלים אויפן וועג קיין שכם, דורכפארנדיג שטעט אין שטעטלעך, דערפער אין פלעצער, וואס טראגן די נעמען פון די פלעצער ווי אונזערע עלטערן האבן זיך געדרייעט, שטעט ווי מכמש, און בית א-ל, שילה, און לבונה, עופרה און תפוח, ועוד ועוד.

דאס זענען טייל פון די צענדליגע אויב נישט הונדערטע שטעט וואס טראגן נעמען וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך אדער אין גמרא, טייל פון זיי זענען ניי, סך הכל 40 – 50 יאר שטעט וואס די מדינה האט געלאזט אויפשטעלן, אין טייל פון זיי אזוי אלט ווי טויזענטע יארן, א שייכות ווי יריחו אין שכם,

איז ווי אזוי ווייסט מען בשעתן אוועקשטעלן א נייע שטאט מיטן אמאליגן נאמען אז דא אין געגנט איז טאקע פארגעקומען דאס וואס די ווילסט אוועקשטעלן מיט דיין נייע שטאט?

ווער זאגט אז דא נעבן שילה איז עלי הכהן געשטאנען אין געטון די עבודה פאר די אידן וואס זענען ארויף געקומען עולה רגל זיין צוזאמען מיט אלקנה די טאטע פון שמואל הנביא, אין ווער זאגט אז אויף די גרויסע בארג פון קעגן איבער איז פארגעקומען די שענדליכע אקט פון פסל מיכה, וואס האט אנגעברענגט אזוי סאך צרות פאר כלל ישראל??

ווי אזוי ווייסט מען אז צווישן די צוויי בערג וואס געפונען זיך נעבן "נאבלוס" זענען די לווייים געשטאנען ביים אריינקומען אין ארץ ישראל מיט גאנץ כלל ישראל, אויסרופנדיג די ברכות אין די קללות אין די אידן אויף הר גריזים אין הר עיבל האבן געענטפערט אמן?.

אידן האבן נישט געוואוינט אין רוב חלקים פון ארץ ישראל פאר קרוב צו צוויי טויזנט יאר, איז ווי זענען די אלע נעמען פרעזעווירט געווארן??

די מעשה גייט אזוי, די אראבער – פאלעסטינער וואס וואוינען אין ארץ ישראל שוין פאר די לעצטע פאר הונדרעטע יארן האבן געטון די ארבעט פאר אונז, אום וויסנדיג אין אום ווילנדיג, זיי האבן ווייטער געוואוינט אין שטעט וואס טראגן נעמען, פון אונזערע פסוקים אין גמרות, (אין פארשטייט זיך יעצט האבן זיי א שווערערע ארבעט ווען זיי שרייען אז די לאנד האט קיינמאל נישט געהערט פאר קיין אידן)

איז לאמיר אביסל ארום טאנצן צווישן די אראבישע געגנטער אין שטעט, אין קוקן ווי אזוי אין וועלכע נעמען זיי האבן פרעזעווירט,

חלק א'

1 - די שטאט שכם (נאבלוס) וואס געפונט זיך אין די שטח פון שבט אפרים, איז צוטיילט אין צווי עיקר געגנטער (חוץ די שטעטלעך ארום אין ארום וואס מיר וועלן באלד צוקומען צו דעם) די צוויי געגנטער הייסן בלאטה מיט עסכרה, איז אזוי, בלאטה היט אפ די ערשטע אין עלסטע נאמען פון שכם וואס דאס איז, "אלון מורה" ווארום, אין אראביש די ווארט אלון – מיינט בלוט, צווי מאל אין די תורה ווערט אלון מורה דערמאנט, איין מאל ביי אברהם אבינו ווי עס שטייט וַיַּעֲבֹר אַבְרָם בָּאָרֶץ עַד מְקוֹם שְׁכֶם עַד אֵלוֹן מוֹרֶה וְהַכְּנַעֲנִי אָז בָּאָרֶץ, אין די צווייטע מאל אין ספר דברים ווען די באשעפער באפעלט די אידן צו מאכן די מעמד הברכות והקללות אויף הר גריזים אין הר עיבל וְנָתַתָּה אֶת הַבְּרָכָה עַל הַר גְּרִזִים וְאֶת הַקְּלָלָה עַל הַר עֵיבָל הֲלֹא הֵמָּה בְּעֵבֶר הַיַּרְדֵּן אַחֲרֵי דֶּרֶךְ מְבוֹא הַשֶּׁמֶשׁ בְּאֶרֶץ הַכְּנַעֲנִי הַיֹּשֵׁב בָּעֲרָבָה מוּל הַגִּלְגָּל אֵצֶל אֵלוֹנֵי מֹרֶה,

די צווייטע געגנט וואז הייסט עסכרה, אין א ווערטער שפיל מיטן נאמען עין סוכר, וואס ווערט דערמאנט אין די גמרא אין מנחות, ווען ירושלים איז געווען ארומגענומען דורך די ייוונים, אין זיי האבן יעדן טאג ארויפגעשיקט שעפעלעך פאר די קרבנות, איין טאג האבן זיי ארויף געשיקט א חזיר אנשטאט, אויפן וועג ארויף האט ער איינגעקראצט זיין נעגל אין די וואנט, ארץ ישראל ארבע מאות פרסה, דעמאלסט האט מען געשאלטן די וואס זענען מגדל חזירים אין די וואס לערנען אויס זייערע קינדער יוונית, פירט די גמרא אויס אז אויף יענע יאר גייט די מעשה אז מען האט געברענגט די ווייץ פאר די שתי הלחם פון "בקעת עין סוכר",

אין ענדליך ווערט דערציילט אין ירושלמי שקלים אז מען האט געהייסן ברענגען פון עין סוכר די תבואה פאר די שתי הלחם

2- חיזמה, דאס איז א שטאט ממש צווישן ירושלים, אין יריחו, עס היט אפ די נאמען פון בית עזמות,

בית עזמות איז א שטאט וואס מען האט א נאמען געגעבן נאך אן אייניקל פון שאול המלך ווי עס ווערט אויסגערעכנט אין ספר דברי הימים זיינע דורות, שאול, יהונתן, מריב בעל, מיכה, אחז, יהועדה, עזמות, די ערשטע מאל וואס די שטאט ווערט דערמאנט איז אין ספר עזרא אין נחמיה ווען די עולי בבל זענען צוריק געקומען קיין ארץ ישראל אין זיי האבן זיך באזעצט אין בית עזמות, אביסל שפעטער ווען נחמיה האט מחדש געווען די חומות פון ירושלים ווערן זיי נאכאמאל דערמאנט אלץ חלק פון די באזוכער וואס האבן געהאלפן בויען אין זינגען, וּמִבֵּית הַגִּלְגָּל וּמִשְּׂדוֹת גֶּבַע וְעַזְמָוֶת כִּי חֲצֵרִים בָּנוּ לָהֶם הַמְשֹׁרֲרִים סְבִיבוֹת יְרוּשָׁלִָם.

3- טובאס, א גרויסע אראבישע שטאט אין די געגנט פון שומרון, מיט קרוב צי 20 טויזנט איינוואוינער, לויט געוויסע ווערט דאס גערופן אויפן נאמען פון "תבץ" א שטאט וואס ווערט דערמאנט אין ספר שופטים (וַיֵּלֶךְ אֲבִימֶלֶךְ אֶל תֵּבֵץ וַיִּחַן בְּתֵבֵץ וַיִּלְכְּדָהּ.) אלץ א שטאט וואס אבימלך די זון פון גדעון השופט האט איינגענומען, די בני העיר זענען ארויפגעלאפן צו די מגדל העיר, אין ווען ער איז אנגעקומען דארט, פרובירנדיג צו פארברענען די טורעם האט א פרוי פון שטאט אראפגעוווארפן אויף אים א מילעכל שטיין אין ער איז פארוואונדעט געווארן פון דעם אין שפעטער געשטארבן, אין עס ווערט טאקע דערמאנט אין ספר שמואל, ווי יואב בן צרויה האט דערמאנט פאר דוד המלך די מעשה, מִֽי־הִכָּ֞ה אֶת־אֲבִימֶ֣לֶךְ בֶּן־יְרֻבֶּ֗שֶׁת הֲלֽוֹא־אִשָּׁ֡ה הִשְׁלִ֣יכָה עָלָיו֩ פֶּ֨לַח רֶ֜כֶב מֵעַ֤ל הַחוֹמָה֙ וַיָּ֣מׇת בְּתֵבֵ֔ץ לָ֥מָּה נִגַּשְׁתֶּ֖ם אֶל־הַחוֹמָ֑ה וְאָ֣מַרְתָּ֔ גַּ֗ם עַבְדְּךָ֛ אוּרִיָּ֥ה הַחִתִּ֖י מֵֽת,

לויט א צווייטע דעה ווערט טובאס צוזאמגעשטעלט מיטן שטאט טבת, וואס ווערט דערמאנט ביי די מעשה ווען גדעון השופט האט צוזאמגענומען כלל ישראל מלחמה צו האלטן מיט מדין, מִֽי־הִכָּ֞ה אֶת־אֲבִימֶ֣לֶךְ בֶּן־יְרֻבֶּ֗שֶׁת הֲלֽוֹא־אִשָּׁ֡ה הִשְׁלִ֣יכָה עָלָיו֩ פֶּ֨לַח רֶ֜כֶב מֵעַ֤ל הַחוֹמָה֙ וַיָּ֣מׇת בְּתֵבֵ֔ץ לָ֥מָּה נִגַּשְׁתֶּ֖ם אֶל־הַחוֹמָ֑ה וְאָ֣מַרְתָּ֔ גַּ֗ם עַבְדְּךָ֛ אוּרִיָּ֥ה הַחִתִּ֖י מֵֽת.

בסייעתא דשמייא, אין די קומענדיגע טייל וועט מען אויסשמועסן נאך שטעט, ווי אויך אביסל מער איבער די שטעט וואס די רוימער האבן געטוישט זייערע נעמען מיטן ציל דאס צו מאכן פארגעסן.
לעצט פארראכטן דורך טעיפ רעקארדער אום מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:04 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, די האסט אפילו נישט וואס צו טענהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

זייער אינטערסאנט ישר כח גדול

וואס איז פשט פונעם קעפל ?
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, די האסט אפילו נישט וואס צו טענהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

מילדי העברים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 8:42 am
זייער אינטערסאנט ישר כח גדול

וואס איז פשט פונעם קעפל ?
ארויסצוברענגען אז די אראבער קענען נישט טענהן אז ארץ ישראל האט קיינמאל נישט באלאנגט פאר די אידן, ווי דערמאנט אינמיטן די ארטיקל

אי"ה קומענדיגע חלק וועט מען באשרייבן,
סאלם
כיפל חרס
לובאן
סבסטיה
אל באד'אן
בס"דּ

ביטע לייקן אויב עס איז דיר אינטרעסאנט די נושא
יישר כח
אוועטאר
Rabbi Dr.
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 10, 2024 3:29 pm

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, די האסט אפילו נישט וואס צו טענהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Dr. »

וואס טוט זיך מיט די היימישע שטעט בני ברק און ביתר? שמעתי אז זיי זענען סתם נעמען און נישט אויף די אמתע מקומות
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, די האסט אפילו נישט וואס צו טענהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

Rabbi Dr. האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:20 am
וואס טוט זיך מיט די היימישע שטעט בני ברק און ביתר? שמעתי אז זיי זענען סתם נעמען און נישט אויף די אמתע מקומות
אי"ה וועט מען אויך רעדן וועגן דעם אין די קומענדיגע טייל
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

הערליך שיין @טעיפ רעקארדער

שרייב נאך.
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

מאן יימר אז עין סוכר איז בכלל געווען באזור שכם?

וואס האט די ווארט חיזמה (ס'פאלט מיר א פחד נאר פון שרייבן די ווארט...על אף כ'פלעג אפט באזוכן בגלילותיה...) מיט בית יזמות ?
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
יושר
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 8:27 am

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יושר »

נעקסט לעוועל שרייב נאך
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:54 am
מאן יימר אז עין סוכר איז בכלל געווען באזור שכם?

וואס האט די ווארט חיזמה (ס'פאלט מיר א פחד נאר פון שרייבן די ווארט...על אף כ'פלעג אפט באזוכן בגלילותיה...) מיט בית יזמות ?
אביסל מער איבער סוכר,

עס איז מרומז אין בראשית רבה; ברכת שמים ממעל (בראשית מט, כה) – זו אזכרות (נ"א: אסכרות) שבבעל" (בר"ר צח, כ)

וואס דאס איז אין די געבענטשטע נחלה פון יוסף,

אין די היסטארישע תולידה שריפטן, וואס פארציילט די היסטאריע פון די שומרונים וואס וואוינען אויף הר גריזים, ווערט דערמאנט די שטאט סוכר, אלץ איינע פון די שטעט ווי זיי וואוינען, די זעלבע איז אויף די באוויסטע מאפע פון מידבא וואס מען האט געטראפן אין ירדן,

איז אין די תקופת המשנה והתלמוד האבן די שומרונים\כותים געוואוינט אין סוכר, ביז די אראבער זענען געקומען אין איבערגענומען די פלאץ

יעצט, בקעת עין סוכר, ווערט אנגערופן אין אראביש סהל עסכר, דאס איז א טאל וואס לויפט צופוסנס דרומית מערבית פון הר עיבל,

אנדערע ווילן טאקע זאגן אז עין סוכר איז בכלל נישט אין די געגנד, נאר עס איז אין די געגנד פון די שטאט צריפין וואס געפינט זיך אין די געגנד פון ראשון לציון, וואס אגב אויך דארט האבן די אראבער אנגעהאלטן די נאמען פון די פלאץ רופענדיג זייער שטאט צרפנד אל-עמאר, וואס איז חרוב געוארן ביי איינע פון די מלחמות ביי די גרינדונג פון מדינת ישראל,

היינט איז דא א מיליטערישע באזע אין געגנד וואס הייסט מחנה צריפין, א באזע וואס די ענגלענדישע האבן שוין אויפגעשטעלט רופנדיג די באזע סרפנד על שם די דערנעבנדיגע אראבישע דארף,

איבער חיזמה ביזטו גערעכט אז עס איז מער די פלאץ וואס ווערט אנגענומען אז עס איז בית עזמות ווי די אפגעהיטענע נאמען
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

רמאללה = רם א-ללה.

גאט'ס בארג = בית קל
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, די האסט אפילו נישט וואס צו טענהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 8:51 am
מילדי העברים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 8:42 am
זייער אינטערסאנט ישר כח גדול

וואס איז פשט פונעם קעפל ?
ארויסצוברענגען אז די אראבער קענען נישט טענהן אז ארץ ישראל האט קיינמאל נישט באלאנגט פאר די אידן, ווי דערמאנט אינמיטן די ארטיקל
@טעיפ רעקארדער זייער א שיינע נושא.

רובאשקין פארציילט אין זיין ביכל אז צומאל זענען מוסלעמענער צוגעקומען צו איהם אין [א פלאץ וואס הייסט] תפיסה און אנגעהויבן שטעלן פראגען איבער א"י און די אידישע תביעה אויף איר, ער האט זיי אלעמאל צוריק געפרעגט, "מיר גלויבן ביידע אין די תורה, איא?" און ווען דער מוסלעמענער האט איהם גענטפערט פאזיטיוו האט ער ווייטער געפרעגט "וואו האט גאט ב"ה גענומען כלל ישראל נאך יציא"מ?", אלעמאל האט דער מוסלעמענער אויפגעגעבן די שמועס.

ס'איז פשוט'ע פאקטן וואס מי שיש מח בקדקדו ווייסט און פארשטייט.

כמובן ומן המותר לבאר בארעכטיגט דאס בכלל נישט די ציוניסטישע איינעמונג און התגרות באומות און העברת ג' שבועות וכו' וכו'.
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:09 am
רמאללה = רם א-ללה.

גאט'ס בארג = בית קל
יא יא, ראמאללאה, מיינט בית אללאה, די משמעות דערפון איז בית-אל, ראמאללאה געפינט זיך טאקע ווייניגער ווי א קילאמעטער דרום פון די מאדערנע בית-אל,

אבער די שטאט וואס ווערט אנגעקוקט אלס די אמאליגע בית-אל איז אן אראבישן שטעטל מיטן נאמען בייתין, וואס געפינט זיך צופוסנס, פונעם היינטיגן בית א-ל
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

חלק ב׳ מארגן בס״ד
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 6:44 pm
חלק ב׳ מארגן בס״ד
מיר ווארטן און קוקן ארויס
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - צווייטע חלק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

צווייטע טייל, שטעט וואס די אראבער האבן אפגעהיטן די נאמען די אלע יארן מאכנדיג אום מעגליך צו לייקענען אז דאס לאנד איז געווען אמאל א אידישע....

-סאלם – איז אן אראבישע שטאט אין שומרון, 6 ק"מ פון די היינטיגע מאדערנע שכם, די נאמען נעמט זיך פון די אריגינעלע נאמען פון איינע פון די געגנטער אינטער די בעלות פון חמור די טאטע פון שכם, ווי עס שטייט אין פסוק, ”וַיָּבֹא יַעֲקֹב שָׁלֵם עִיר שְׁכֶם אֲשֶׁר בְּאֶרֶץ כְּנַעַן בְּבֹאוֹ מִפַּדַּן אֲרָם וַיִּחַן אֶת פְּנֵי הָעִיר: וַיִּקֶן אֶת חֶלְקַת הַשָּׂדֶה אֲשֶׁר נָטָה שָׁם אָהֳלוֹ מִיַּד בְּנֵי חֲמוֹר אֲבִי שְׁכֶם בְּמֵאָה קְשִׂיטָה

-די קומענדיגע שטאט אין די רייע איז כיפל חרס, די שטאט איז אויך גאנץ באקאנט ביי טויזענטע אידן וואס קומען זיך צאם אפאר מאל א יאר מתפלל זיין ביי די ציון הקדוש פון יהושע בון נון, וואס ליגט אינעם דערפל כיפל חרס,

-די דערפל ווערט דערמאנט אין תנ"ך צווי מאל איין מאל ביי די חלוקה פון ארץ ישראל שטייט אז יהושע האט געגעבן די שטאט פאר שבט אפרים, וַיִּתְּנוּ בְּנֵי-יִשְׂרָאֵל נַחֲלָה לִיהוֹשֻׁעַ בִּן-נוּן בְּתוֹכָם. עַל פִּי ה' נָתְנוּ לוֹ אֶת הַעִיר אֲשֶׁר שָאָל, אֶת תִּמְנַת סֶרַח בְּהַר אֶפְרָיִם, וַיִּבְנֶה אֶת הֵעִיר וַיִּשֶׁב בָּה” אין א צווייטע מאל ווערט דאס דערמאנט ביי די קבורה פון יהושע בון נון וַיָמָת יְהוֹשֻּעַ בִּן-נוּן...וַיִּקְבְּרוּ אוֹתוֹ בִּגְבוּל נַחֲלָתוֹ בְתִמְנַת חֶרֶס בְּהַר אֶפְרָיִם.

-גיימיר אריבער צו נומבער דריי וואס דאס איז לובאן א-שרקיה, דאס מיינט די מזרח שטאט לובאן, צוליב א צווייטע שטאט לובאן וואס געפינט זיך מער דרומית מערבית פון די שטאט, נעבן ראממאלה,

די ארכיאלאגן וואס האבן געגראבן אין די געגנט גיבן אן אז די שטאט זיצט אויף די בערגל ווי די אמאליגע שטאט "לבונה" געפינט זיך, שטימענדיג אויף די גיאגראפישע מאפע, ווי עס שטייט אין פסוק וַיֹּאמְרוּ הִנֵּה חַג ה' בְּשִׁלוֹ מִיָּמִים יָמִימָה אֲשֶׁר מִצְּפוֹנָה לְבֵית אֵל מִזְרְחָה הַשֶּׁמֶשׁ לִמְסִלָּה הָעֹלָה מִבֵּית אֵל שְׁכֶמָה וּמִנֶּגֶב לִלְבוֹנָה, דאס מיינט אז די פסוק גיבט אונז א שטיקל מאפע ווי די דאזיגע שטעט דארפן זיך געפונען,

צו פארברייטערן אביסל, עס איז דא אין ארץ ישראל די הייוועי נומבער 60, די הייוועי ווערט אויך אנגערופן דרך האבות, על שם די וועג וואס די חוקרים טענען די אבות הקדושים האבן גענוצט ביים זיך ארומדרייען אין ארץ ישראל, ווי אזוי רעכנט מען דאס אויס?
איינע פון די מלחמה טאקטיקן פון די רוימער איז געווען, אז ווען זיי פלעגן אנקומען צו א פלאץ פלעגן זיי גלייך איבערבויען אלע וועגן, אז מען זאל קענען גרינג אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, איינע פון די וועגן וואס זיי האבן איבערגעבויעט אין איבער געמאכט איז די "שפיץ בארג" וועג, וואס לויפט אויף די לאנגע קייט פון בערג וואס לויפט פון דרום ארץ ישראל ביי באר שבע, ביז ארויף קיין עפולה אין די עמק יזראל געגנט,

די וועג לויפט דורך אלע הויפט שטעט וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך א שטייגער ווי, באר שבע, ארויף קיין חברון, פון דארט קיין ירושלים, גייענדיג צפון קיין שכם אין עמק יזראל,
צוריק צו דעם פסוק דא, ברענגט די פסוק דא אראפ נאך א שטיקל פון דעם וועג וואס איז געלאפן פון ירושלים קיין שכם, פארציילנדיג איבער די שמחה וואס עס איז פארגעקומען חמשה עשר באב אין שילה, וואס געפונט זיך צפון זייט פון בית א-ל, אויף מזרח זייט פון די וועג, אביסל דרום פון לבונה,
די דערפל לובאן, געפינט זיך מיט בלויז 4 א האלב קילאמעטער פון די מקום וואס מען שפעקולירט אז די משכן איז געשטאנען,

#4 – אל-באדאן, דאס איז א שטאט וואס איז אויך געווען באזעצט דורך די שומרונים פאר אסאך יארן צוריק, רופנדיג די שטאט בדאן, די שטאט געפונט זיך אין איינע פון די שענסטע געגנטער אין ארץ ישראל וואס דאס איז די עמק תרצה טאל,
נאנט צום שטעטל געפינט זיך הערליכע מעיינות וואס ווערן אנגערופן אין אראביש ואדי אל-באד'אן ד.מ. די קוועלער פון בידאן

די שטאט ווערט דערמאנט אין די משנה אלץ א שטאט פון ווי עס זענען געקומען חשובע רמונים, באקאנט אלץ רימוני באדן, עס ווערט דערמאנט אין משניות מסכת ערלה, צוזאמען מיט אגוזי פרך, די שטאט האבן אויך די אראבער אפגעהיטן די נאמען, אנרופענדיג די געגנט בית פֿוּרִיכּ, וואס ביז ממש לעצטנס זענען געוואקסן דארט גאר באטעמטע ניסלעך, אנדערע גיבן אבער אן אז די דערפל פרח'ה, איז די אמאליגע שטאט פון ווי די אגוזי פרך זענען געקומען,

אין משניות כלים ווערט באדן דערמאנט ביינאזאם מיט חצירי גבע, גבע ווערט צוזאמגעשטלט מיטן אראבישן שטאט ג'בע וואס געפונט זיך נישט ווייט פון די אנדערע צוויי שטעט.

אי"ה אינעם קומענדיגע טייל וועט מען פרובירן ארום צו רעדן איבער די היינטיגע שטעט, ווי בני ברק, ביתר, מודיעין, ועוד, אויף וועלכע סמך מען האט זיי געגעבן די נעמען,

ווי אויך האף איך עקסטער צו שרייבן איבער די שטעט וואס די רוימער האבן געטוישט זייער נעמען, ווי שומרון, ירושלים, שכם, וכדו'

ביטע קאמענטירן אין לייקן לויט אייער געשמאק
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

הערליך שיין

שרייב אין קעפל. חלק ב ארויף
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום מאנטאג אוגוסט 12, 2024 7:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

בילדער פון עיינות בידאן
image.jpg
image.jpg (245.65 KiB) געזען 1462 מאל
img435563.jpg
img435563.jpg (236.24 KiB) געזען 1462 מאל
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

דריטע טייל איבער שטעט וואס די נעמען זענען געווארן אפגעהיטן,

דאס מאל גייען מיר אריבער צו א צווייטע טייל אין די נושא, וואס דאס זענען מאדערנע שטעט וואס האבן היינט אמאליגע נעמען, און פון דערזייט קוקט אויס אז די שטעט האבן נישט קיין שייכות צו די אמאליגע נעמען פון די שטאט,

די ערשטע שטאט וואס מיר וועלן רעדן איז איבער דעם עיר ואם בישראל בני ברק,

אין יאר תרפ"ד איז אינעם מרכז געגנט אין ארץ ישראל, 7 קילאמעטער מזרחית פון יפו געשטאנען א קליינעם דערפל מיטן נאמען אל-ח'ירייה, אינעם דערפל האבן געוואוינט ווייניגער ווי 1500 נפשות אויף א שטח פון איבער 13 טויזנט דונאם,

"בית ונחלה" איז געווען א גרופע פון 25 פולישע חסידישע אידן וואס זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל אין די יארן צווישן תרפ"ד- צ"א, וואס מיטן הסכמה פונעם גורע רבי די הייליגע אמרי אמת זענען זיי ארומגעגאנגען אפקויפן פעלדער פון אראבער בכדי צו קענען אויף שטעלן היימישע אידישע געגנטער,

איינע פון די פעלדער וואס זיי האבן אפגעקויפט איז געווען פונעם אראבישן שטעטל אבן אבריק, אין אויפן פלאץ האבן אריינגעמופט דארט אפאר משפחות צוזאמען מיטן ראש פונעם ארגענעזאציע בית ונחלה ר' יצחק גערשטנקארן, אין זיי האבן גערופן זייער נייעם שטעטל בני ברק, די אראבער וואוינענדיג נישט ווייט זענדיג ווי די אידן האבן גענומען די נאמען פון זייער שטעטל אין עס פארדרייעט, האבן זיי געטוישט די נאמען פון זייער שטעטל אבן אבריק צו אל-ח'ירייה, אין ספר תבואות הארץ וואס איז ארויס אין די סוף ת"ק יארן ווערט דעם קליין שטעטל דערמאנט מיטן נאמען בני באראק, איך מיין אז דאס איז גאנץ ענדליך..

די היסטארישע אמאליגע בני ברק וואס ווערט דערמאנט אין משניות ווערט אידענטיפיצירט מיטן ארכיאלאגישע מקום מיטן נאמען תל-ברק, וואס געפונט זיך א קנאפע 5 קילאמעטער פון די היינטיגע בני ברק.

די קומענדיגע שטאט אויפן ליסטע איז ביתר,

ביתר עילית איז איינע פון די מערסט סוקסעפולע חרדישע שטעט אין ארץ ישראל מיט קרוב צו 69 טויזענט היימישע איינוואוינער,

פונקט ווי גאר אסאך אנדערע שטעט טוט ביתר זיך פארשטעלן מיט א נאמען פון אמאל, מיט געציילטע קילאמעטער פון ביתר,

גלייך אונטער די היינטיגע אראבישע שטעטל חוסאן, געפינט זיך א ארכיאלאגישע עקסקעוואציע, וואס די אראבער רופן אן חירבת אל-יהוד, די תל האבן די ארכיאלאגן צוזאמגעשטעלט מיטן אמאליגן שטאט ביתר וואס די רוימער זענען אריין אין תשעה באב אין האבן אויסגעהארגעט יעדער וואס האט זיך אין איר געפונען,

נאך הונדערטער יארן שטיין ליידיג האט זיך אויף חלק פון דעם חירבת אל-יהוד אוועקגעשטעלט א קליין אראבישן שטעטל מיטן נאמען בתיר, וואס טוט דערמאנען דעם נאמען פונעם אמאליגן בר כוכבא פעסטונג,

צווישן דעם מאדערנעם ביתר אינעם שטעטל בתיר איז דא א מרחק פון ס"ה 1.5 קילאמעטער ווייסן מיר שוין צוליב וואס מען האט געגעבן א נאמען פאר די שטאט ביתר.

מודיעין,

פון דא האבן מתתיהו ובניו אויסגעשריגן מי לשם אלי, און מיט אן עזות דקדושה מלחמה געהאלטן מיט די רוימער,

די אידישע נאמען פון די פלאץ ווערט דערמאנט הערשט אין די צייטן פון בית שני מיטן נאמען מודיעים,

אין ספר חשמונאים ב' ווערט דערציילט די מפלה וואס יהודה המכבי האט אנגעדרייעט פאר אנטיוכס, דא אין מודיעים,

וויבאלד די מעשה פון ספר החשמונאים איז געווארן איבערגעטייטשט פון יוונית, ווייסט מען נישט צו די שטאט האט געהייסן מודיעים, אדער מודיעין ווי מיר קענען דאס היינט, ווי מען זעהט טאקע אין תוספתא שרייבט ער "מן המודיעין ולפנים - נאמנין על כלי חרס דקים לקודש, מן המודיעים ולחוץ - אין נאמנין", זעהט מען אז אפילו דעמאלץ איז מען נישט געווען זיכער ווי אזוי די שטאט הייסט,

אוזביוס וואס איז געווען א גרויסע רוימישער בישאף וואס האט געוואוינט אין קיסריה שרייבט אין זיין בוך אוֹנוֹמַסְטִיקוֹן, אז אין א שטעטל נישט ווייט פון לוד דארט געפינען זיך די מקבים, וואס אפילו זייער מציבה געפינט זיך דארט ביז היינט,

גלייך אונטער מודיעין איז דא א וואלד וואס ווערט אנגערופן יער בן שמן, דע אראבער פון א דערנעבנדיגע שטעטל צייגן אן אויף אפאר מערות קבורה אז דאס זענען קברים פון אידן רופנדיג די מקום קבור אל יהוד,

אויף די מקום קבורה פון די חשמונאים ווערט דערציילט אין ספר החשמונאים לאחר מותו בקרב אלעשה : "וייקח יונתן ושמעון את גופת אחיהם, ויקברו אותה בקברות אבותיו בעיר מודעית, אז נאך די ברודער יהודה המכבי איז געהארגעט געווארן אין שלאכט האבן די ברודער אים באגראבן צוזאמען מיט זיינע עלטערן אין מודיעין,

די אראבישע שטעטל וואס צייכנט אן די מקום הייסט אל-מידיה, וואס דאס היט אפ די נאמען פון די אמאליגע שטאט וואס האט זיך געפונען אויף דעם ארט.

ביטע לייקן אין קאמענטירן
יישר כח
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

דאס בערגל ווי עס געפינט זיך די אמאליגע בני ברק
תל_בני_ברק1.jpg
תל_בני_ברק1.jpg (196.71 KiB) געזען 635 מאל
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

א בילד פונעם חומה פון תקופת החשמונאים, ווי אויך א בילד פון די חורבות פון די אמאליגע שטאט ביתר
חומה חשמונאים ביתר.jpg
חומה חשמונאים ביתר.jpg (210.12 KiB) געזען 632 מאל
חורבת ביתר.JPG
חורבת ביתר.JPG (145.46 KiB) געזען 632 מאל
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

קברי המכבים נעבן מודיעין
1024px-MaccabeanTombs_056_(1).jpg
1024px-MaccabeanTombs_056_(1).jpg (213.88 KiB) געזען 632 מאל
1024px-'קברות_המכבים'.jpg
1024px-'קברות_המכבים'.jpg (268.64 KiB) געזען 632 מאל
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

זייער שיין

מנעמט אן אראבישע ווארט און מטרעפט א שייכות צו די אלטע נאמען, מקען דן זיין דערין, אבער פון דא ביז ברענגען א קלארע ראיה אז ס'באלאנגט פאר די אידן איז א שטיקל וועג, דו זאגסט אליינס אוויף געוויסע נעמען אז סאיז דא וואס זאגן אזוי און סדא וואס זאכן אזוי, איינמאל סאיז דא חילוקי דעות האסטו שוין נישט קיין ראיה מוכרחת.
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

תרמב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:16 am
זייער שיין

מנעמט אן אראבישע ווארט און מטרעפט א שייכות צו די אלטע נאמען, מקען דן זיין דערין, אבער פון דא ביז ברענגען א קלארע ראיה אז ס'באלאנגט פאר די אידן איז א שטיקל וועג, דו זאגסט אליינס אוויף געוויסע נעמען אז סאיז דא וואס זאגן אזוי און סדא וואס זאכן אזוי, איינמאל סאיז דא חילוקי דעות האסטו שוין נישט קיין ראיה מוכרחת.
יא יא, איר זענט גערעכט,
עס גיבט פשוט א שטיקל בליק אויף וואס מען זעהט.
ערב ראש חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 30, 2021 10:21 pm

Re: ס׳איז דיין אייגענע שולד, דו האסט אפילו נישט וואס צו טענה'ן - חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערב ראש חדש »

כגעב דיר וויפיל לייקס דו דארפסט נאר
געב מיר נאר א פי-די-עף צום סוף פון אלע מאמרים צוזאמען
יישכ
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”