עפענן א קאמפיוטער אן די פעסווארד
זאג איך אים אז כ'בין זייער פארנומען... וועלמיר זעהן וואס מ'קען טון.
נו וואס קען מען טון???
כ'האב דורך געקוקט די גאנצע אפטיילונג איניש געטראפן רעדן פון דעם מוז איך אליינס עפען א אשכול וועגן דעם (כ'האב יא געטראפן א שלל מיט נוצבארא אינפארמאציע ותשוח"ח לחברי הקראם הי"ו פארן צו שטעלן אזא רייכע ווינקל אין די ביליג'סטע פלאץ אויף די וועלט...)
פאריגע מאל כ'האב געהאט א ענליכע מעשה האביך מיך אפגעמוטשעט מיט גאגעל'ס עצות, כ'האב פרובירט אזויפיל עצות אז נאר..
יעצט האב איך חשק אז די ערשטע פרואוו זאלעס מאכן! נו ווער ווייסט א וועג צו אויפשליסן א עקספי קאמפיוטער אן ס'פעסווארד?
(דרך אגב: כ'מיין אז ס'איז א דעלל לעפטאפ, אויב ס'מאכט א חילוק).