די הייליגע רוזינ'ער קעגן די רוסישן צאר! פראנץ יאזעפ'ס קאפל! היסטאריע פון ירושלים - חלק ה'
די ווערטער ברענגען ארויף נאסטאלגישע און הייליגע געפילן ביי חסידישע אידן.
די בית הכנסת איז געבויעט געווארן בשליחות קדוש ישראל הרה"ק מרוזין זי"ע, וואס האט געוואלט האבן אן אייגן פלאץ אין ירושלים עיר הקודש, סמוך ונראה צום מקום המקדש, בשעת וואס די עסקנים האבן אויסגעארבעט די מקח מיט די אראבישע געמיינדע און די טערקישע פאשא, האט די רוסישן צאר געארבעט אז די שטח זאל פאלן אונטער רוסישע הענט - כדי די רוסישע קירכע זאל קענען אויפבויען זייער פונלאנג געפלאנטע טומאה.
די כוח הקדושה און כח הטומאה האבן זיך געראנגלט ווער זאל באקומען בעלות אויפן שטח, און למעשה האט די כח הקדושה מנצח געווען - און שלוחי הצדיק האבן געשלאסן מקח.
ווען די רוסישע צאר האט געהערט דערפון האט ער זיך זייער געבייזערט, און ער האט געווען גאר ברוגז... אנשטאט האט ער אפגעקויפט א גרויסן שטח אינדרויסן פונעם אלטשטאט צו מערב זייט (וואס האט א הערליכן אויסקוק אויפן אלטשטאט-מסגד עומר-שעל גבי מקום המקדש), וואס איז היינט באוואוסט אלץ 'מגרש הרוסים', וואו ער האט אויפגעבויעט א ריזיגן טומאה מיט בנינים ארום, פאר די גלחים און נאנעס... וואס גייט נאך אן עד היום הזה.
די ארבעט אויפצובויען די בית הכנסת האט גענומען לאנגע יארן, און האט דורך פארשידענע שטרויכלונגען מטעם די מוסלמענע אראבער און מטעם די טערקישע רעגירונג.
ווי צום ביישפיל - גראבענדיג האט מען געטראפן א קבר פון אן אראבישן שייך אויפן פלאץ, און מען האט געדארפט באקומען רשות פון איסטאמבול, צו עס מפנה זיין.
נאך לאנגע יארן פון צוזאמשטעלן געלט און בויען, האט שוין די בנין געשטאנען על תילה, נאר דעם ריזיגן קופאל (כיפה) האט געפעלט.
אין יאר תרכ"ט/1869 ווען די עסטרייכישן קייזער פראנץ יאזעף האט באזוכט אין ירושלים (לרגל די עפענונג פון דעם סועץ קאנאל) האט ער באזוכט די אידישן קווארטל, און זעענדיג דעם פרעכטיגן שול שטיין דאך-לאז, האט ער אנגעפרעגט ביי די אידישע עסקנים, וואס איז פשט פון דעם, איינע פון די עסקנים - מיטן קאפ אויפן פלאץ - האט קלוגערהייט צוריק געענטפערט, אז די בית הכנסת האט זיך אויסגעטון דאס הוט לכבוד הקייזער! פארן קייזער איז גאר שטארק געפאלן די תשובה, און האט איבערגעלאזט א סכום עצום אויף אויפצובויען דעם קאפל, און מיט דעם צוענדיגען דאס געבוי פונעם בית הכנסת.
(על שם זה: האט מען גערופן די קאפל - 'פראנץ יאזעפ'ס קאפל')
אין יאר תרל"ב איז די פרעכטיגן בית הכנסת נחנך געווארן ברוב פאר והדר, און האט געדינט אלץ צענטער פאר די רוזינע חסידים און די אלגעמיינע חסידישע געמיינדע אין ירושלים (ספעציעל איז געווען די ברסלב'ע חסידים, וואס האבן געהאט אן אייגענעם טיש אין ביהמ"ד).
אין יאר תש"ח ווען די רובע איז געפאלן צו די ירדנ'ער, האבן זיי חרוב געמאכט די בית הכנסת עד תילה.
די באיאנע רבי זצ"ל האט געלאזט אויפבויען די בנין הגדול 'תפארת ישראל' לזכר יענע בנין, (די באיאנע קאפל אויף מלכי ישראל איז לזכר פראנץ יאזעף'ס קאפל) וואו ישיבת רוזין-באיאן איז פלאצירט עד היום הזה, און די באיאנע רבי פירט דארט זיין עדה הקדושה.
לעצטענס ארבעט מען עס איבערצובויען אויפן אלטן געשטעל (אשטייגער ווי די חורבה).
בילדער ברענגער זענען געלאדנט צו ברענגען בילדער פון אינעווייניג/אינדרויסן/בחורבנה/בבנינה.