דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

בעזהשי''ת

צובראכן און עלנד, פארווייטאגט און אליין אנע טרייסט, ביים עק פון טייך דארט אין בבל, דארט זענען מיר געזעסן, און מיט טרויער געוויינט, זיך דערמאנענדיג פון אונזער זיסע היים, דער הייליג שטאט ציון.

דער הייליג שטאט ירושלים, ווי גאט'ס וואוין איז געשטאנען, מיר זענען צו אים אזוי נאנט געוועהן, די שכינה האט גערוהט צווישן אונז, אבער ליידער מיט אפאר טעג צוריק האבן מיר דאס אלעס פארלוירן, מיר קענען נישט דולדן די שווערע פארלוסט, קיין טרייסט צו אונזער פיין.

אונזער כלי נגינה, די פידעלע, די הארפ, האבן מיר אויפגעהאנגען אויף די ערבה צווייגעלעך מען זאל נישט טראכטן פון אונז בעטן צו שפילן, מיר זענען געוועהן אן קיין האפענונג איר נאכאמאל צו ניצן, אבער מיר האבן די כלים געוואלט אוועק לייגן פאר א זכר צום הייליגע פאדיעם וואס מיר זענען געשטאנען און געשפילט, און מעורר געוועהן לבבות ישראל צו תשובה און תיקון המעשים, און צו אהבת השם,

דארט זענען מיר געזיצן און געדאווענט צו דיר השם, די גוים פון בבל זענען אונז פארביי געגאנגען און געבעטן: נעמטס ענקער פידלען און זינגטס אונז פרייליכע לידער וואס מען זינגט ביי ענק אין בית המקדש.

א סקרוך לויפט דורך אין אונזערע ביינער, ווי קענען מיר זינגען גאט'ס ניגונים מיט אט די הייליגע כלי שיר ווען מיר זענען נישט אינדערהיים, מיר זענען נארוואס פארטריבן געווארן, און מיר געפינען זיך אויף פרעמעדע ערד, אין א גוי'ש לאנד? מיר פארמאגן נישט די הענט דאס צו טוהן (רש''י)

אויב וועלן מיר פארגעסן פון ירושלים אונזער היימשטאט, זאלן די הענט אונזערע פארגעסן ווערן דער צונג זאל פארגליווערט ווערן, און מיר וועלן פארגעסן ווי אזוי צו זינגען און שפילן מיט א ריינקייט, טראכטן מיר אלע,

אויב נעם איך נישט ירושלים איר צו פעדערן און דערמאנען פאר מיין פרייד, פון נישט קיין חילוק וועלעכע סארט, זאל איך פארגעסן ווערן פון דיר גאט ר''ל, איך וויל געדענקען די חורבן אין ירשלים אלעמאל, כדי איך זאל נישט האבן קיין גאנצע שמחה, ווען איך וועל חתונה מאכן וועל איך איר דערמאנען, ביי יעדע שמחה וועל איך איר געדענקען.

מיר בעטן דיר באשעפער, געדענק דעם טאג וואס ירושלים איז חרוב געגאנגען, ווען די קאלט'בלוטיגע רשעים האבן קעגן דעם הייליג הויז געהעצט איינער דעם צווייטן און געזאגט: ברענטס אפ, צואווארפטס, און דעקטס אויף דעם שטאט ביזן טיעפסטען אפגרונד, קיין ווארצל זאל נישט בלייבן אין ירושלים.

דריוש המדי דער וואס וועט נאך איין טאג באצאלן אונזערע שונאים מיט דאס גערעכטן אורטייל, און חרוב מאכן בבל, זאל זיין א געבענטשטער פארן צוריק טוהן מדה כנגד מדה וואס דו בבל האסט געטון צו אונזער שטאט, געבענטש זאל זיין דער וואס וועט דיר בבל און דיינע קינדער ערמארדן, און צודרוקן צום וואנט, אזוי ווי דו האסט געטון צו אונז און אונזערע קינדער.


מיר שרייבן אונטער ברוב צער: לויי ישראל.


ביז היינט קלאגן מיר און מיר ווארטן אויף אט די זעלבע וואס אונזערע עלטערן דארט אין בבל האבן געווארט, מיר זינגען און זאגן איבער זייערע ווערטער, וואס האט זיך געזאגט ''ביים טייך פון בבל'',
דער געוויין דער זכרון איז נישט פארביי, עס עגבערט יעדער איד דעם צער השכינה און דעם גלות ישראל, און מיר ווארטן און האפן אויף אונזער אויסלייזער, וואס וועט נקמה נעמען אין די פעלקער וואס האבן אונז גע'רודפ'ט בעת מיר זענען נישט געוועהן אינדערהיים.

לאמער מתפלל זיין אינאיינעם אזוי ווי די לוים האבן דאן מתפלל געוועהן, אז עס זאל שוין מקיום ווערן דעם שירו לנו משיר ציון, און מיר זאלן זיך פאראייניגן מיט אונזער ליבליכע פאטער וואס גארט שוין אזוי לאנג אונז צו טרעפן צוריק אין זיין הויז, דעם בית השלישי שיבנה במהרה, אמן!
לעצט פארראכטן דורך יוחנן כהן אום זונטאג אוגוסט 11, 2024 9:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: דאס געוויין ביים טייך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

איך (אלץ לוי) וויין מיט...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: דאס געוויין ביים טייך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

א עַל נַהֲרוֹת, בָּבֶל--שָׁם יָשַׁבְנוּ, גַּם-בָּכִינוּ: בְּזָכְרֵנוּ, אֶת-צִיּוֹן.
ב עַל-עֲרָבִים בְּתוֹכָהּ-- תָּלִינוּ, כִּנֹּרוֹתֵינוּ.
ג כִּי שָׁם שְׁאֵלוּנוּ שׁוֹבֵינוּ, דִּבְרֵי-שִׁיר-- וְתוֹלָלֵינוּ שִׂמְחָה:
שִׁירוּ לָנוּ, מִשִּׁיר צִיּוֹן.
ד אֵיךְ--נָשִׁיר אֶת-שִׁיר-ה עַל, אַדְמַת נֵכָר.
ה אִם-אֶשְׁכָּחֵךְ יְרוּשָׁלִָם-- תִּשְׁכַּח יְמִינִי.
ו תִּדְבַּק-לְשׁוֹנִי, לְחִכִּי-- אִם-לֹא אֶזְכְּרֵכִי:
אִם-לֹא אַעֲלֶה, אֶת-יְרוּשָׁלִַם-- עַל, רֹאשׁ שִׂמְחָתִי.
ז זְכֹר ה לִבְנֵי אֱדוֹם-- אֵת, יוֹם יְרוּשָׁלִָם:
הָאֹמְרִים, עָרוּ עָרוּ-- עַד, הַיְסוֹד בָּהּ.
ח בַּת-בָּבֶל, הַשְּׁדוּדָה:
אַשְׁרֵי שֶׁיְשַׁלֶּם-לָךְ-- אֶת-גְּמוּלֵךְ, שֶׁגָּמַלְתְּ לָנוּ.
ט אַשְׁרֵי, שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת-עֹלָלַיִךְ-- אֶל-הַסָּלַע.
לעצט פארראכטן דורך יוחנן כהן אום זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: דאס געוויין ביים טייך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

😢😢😢
אוועטאר
ראש ישיבה
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:49 pm
לאקאציע:מגי''ש שטיבל

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש ישיבה »

ראש ישיבה פארוואס?
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

פאעטיש איבערגעטייטשט! רייכע פעדער!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

על פי פשטות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:11 pm
פאעטיש איבערגעטייטשט! רייכע פעדער!
א גרויסן שכח!
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

ריין און לויטער,
געליינט ווי א קול פארציילט מיר עס...
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

שכוח!!
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

מאנדל ברויט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:12 am
ריין און לויטער,
געליינט ווי א קול פארציילט מיר עס...
Wow!! א גרויסן שכח!!
שחיטה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

נישטא קיין ווערטער
געוואוסט אז די קענסט, אבער נישט אויף אזוי ווייט....
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

שחיטה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 8:29 pm
נישטא קיין ווערטער
געוואוסט אז די קענסט, אבער נישט אויף אזוי ווייט....
אה שכח! פון ווי האסטו געוויסט אז איך קען?
שחיטה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 9:19 pm
שחיטה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 8:29 pm
נישטא קיין ווערטער
געוואוסט אז די קענסט, אבער נישט אויף אזוי ווייט....
אה שכח! פון ווי האסטו געוויסט אז איך קען?
גילו....??
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: דאס געוויין ביים טייך! אמת'ע איבערלעבעניש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

לעצטע ווארט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 6:59 am
שכוח!!
יישר!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”