די פארטי איז אווער!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

@בניהו
די פוינט איז ווי @פופציגער און @הרב יואל קליין האבן געשריבן.

סאיז אן אווערנעס אז מען מוז זיך טוישן די מיינדסעט און לייפסטייל, און מדארף לעבן אין ריעלעטי. די 7 פעטע קוהן/יארן זענען אווער.

וואס פונקטליך די זאלסט טוישן, דאס דארף יעדער אפמאכן ביי זיך, וואס הייסט ביי איהם א Necessity און וואס הייסט Luxury.

מרייסט נישט ארופ קיינעם. און מען העצט נישט אויף קיינעם.

עס איז סאך הכל און אווערנעס וואס מוז געמאכט ווערן.
----
און אויב זעהסטו עס נישט איין, גיי רעדט מיט דיין אקוינטענט אדער פיינענטשל אדווייזער. און אויב זאגן זיי דיר אז די ביסט נישט אינעם לאך, דאנק גט, און פלעי די געים קערפולי.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

@בניהו
איך מיין אונז זענען אויף איין בלאט. ביטע נעם נישט די יוקאן פאר העצע. הגם די משל מיט די יוקאן איז ליידער אמת.

צודרייטע מצבים רופן פאר צודרייטע מיטלען.
לעצט פארראכטן דורך הרב יואל קליין אום דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7498
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:00 pm
@בניהו
איך מיין אונז זענען אויף איין בלאט. ביטע נעם נישט די יוקאן פאר העצע. הגם די משל מיט די יוקאן איז ליידער אמת.

צודרייטע מצבים רופן פאר צודרייטע מיטלען.
אז איינער שרייבט אז די אויגן גייען אים ארויס ווען ער זעהט וויאזוי מענטשן קויפן איין אויף שבת און א צווייטער רעפלייד אז דאס זענען אלע אנזעצערס, דאס איז ריין העצע. קנאה. שנאה. גארנישט מער!
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

איך זעה נישט וואס די עולם רעדט זיך אפ
אטעטשמענטס
Screenshot_20240813-190633~2.png
Screenshot_20240813-190633~2.png (239.92 KiB) געזען 1406 מאל
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:03 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:00 pm
@בניהו

צודרייטע מצבים רופן פאר צודרייטע מיטלען.
אז איינער שרייבט אז די אויגן גייען אים ארויס ווען ער זעהט וויאזוי מענטשן קויפן איין אויף שבת און א צווייטער רעפלייד אז דאס זענען אלע אנזעצערס, דאס איז ריין העצע. קנאה. שנאה. גארנישט מער!
אמת.
מ'קען קיינמאל נישט וויסן די סיבה פארוואס איינער קויפט פענסי עסן אין גראסערי. וואס איז עסענשאל און וואס איז מותרות

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

לויב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:08 pm
איך זעה נישט וואס די עולם רעדט זיך אפ
בילד
רבוש"ע ווי קען מען היינט לעבן מיט א מיליאן דאלאר?
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:25 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:20 pm
בניהו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:16 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:09 pm
בניהו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 5:56 pm

איך ווייס זייער זייער גוט וואס טוט זיך. אבער אנהייבן העצן קעגן יעדער וואס לעבט נישט שפארזאם וועט נישט ברענגען קיין איין דאלער מער אין קיינעמס בערזל.

נאר דער גרויסער באשעפער קען אונז העלפן, און אז מיר וועלן זיך אנהייבן פארגינען איינער דעם צווייטן, האנדלען ערליך און מיט א עין טובה וועט די מצב זיכער בעסער ווערן.
אההה, דו ווייסט יא, דאן וואס מאכסטו חוזק???
מענטשן בעקן ארויס פון ביזנעס דיעלס רעכטס און לינקס, אינגעלייט דרייען זיך ארום אנע דשאבס, אבער צו באצאלן טויזענטערס צו גיין אויף אמאן נעמט מען די לעצטע ביסל קעש עדווענס. מ׳איז מער נישט צופריעדן צו קויפן כריין מיט פיקעלס לכבוד שבת, נאר מ׳מוז קויפן טייערע דיפס מיט פלעטער בּארדס לכבוד שבת נחמו. די ארדער וואלט געקענט זיין מיט כמעט 100 טולער ווייניגער. און דו פרעגסט פארוואס מ׳דארף אווערנעס???
איך בין אויפגעוואקסן מיט באקומען גרעיפ דשוס ביז די ליין. איך טוה עס נישט ווען מיינע קינדער קומען אויף א שבת (וויזיטעישאן) אבער ערגעץ דארף מען זיין ״קריעטיוו״ ווי צו איינציען דעם פאסיק!
א שטיקל טשאקאלעד לכבוד שבת? זיכער! אבער פארוואס דארף יעדע בייס טשאקאלד קאסטן $3?? א טשאקלעד באר איז שוין נישט געניג! מ׳דארף קויפן ״פענסי״. דאס דארף איינמאל אווערנעס.
די מענטשן זענען נישט אריין אין ביזנעס ווייל זיי האבן געפאדי׳ט, נאר צוליב גאווה און חוסר בטחון. כ׳געדענק ווען איך האב געשריגן (דא אויף אייוועלט אויך) אז מען דארף אויפהערן שטופן יונגעלייט צו עפענען ביזענעסער און קויפן הייזער, האט מען מיך אראפגעריסן דערפאר.

אוודאי דארף מען אווערנעס, אזויווי אויף יעדע זאך וואס דארף א תיקון. אבער פון מאכן מענטשן ׳אווער׳ ביז עפענען א פשוטע און גראבע העצע קאמפיין אקעגן יעדער וואס גייט נישט אין שפאן מיט די אנטי-בת היענה מאוומענט איז א לאנגע וועג, און די אייציגסטע אויטאס וואס פארן אויף יענע ראוד זענען מענטשן מיט א צרות עין׳דיגע בליק אויף אנדערע.
העץ קאמפיין קעגן מענטשן? אה-או... ערגעץ איז דער שמועס פארפארן...

עוועירנעס יא.
העצן קעגן יוקאן דרייווערס? וואס עפעס? זיי זענען נעבעך נישט שולדיג.
געליינט האב איך דא אין דעם אשכול א שיינע פאר תגובות אז יעדער וואס קויפט היינט אדער ספענד סיי וואס מער ווי די מינימום איז א אנזעצער.

דאס, מיין פריינט, האט נאך קיינעם אין היסטאריע נאכנישט אויפגעראכטן.
יעדער וואס קויפט מער ווי ער מעג לויט זיין בודזשעט איז אן אנזעצער.

און וויסן קלאר אז דער מצב איז ביטער, און מען זאל נישט כאפן קיין לאונס און טשעיס אפפערס אין די וועלט אריין, איז יא אומשטאנד צו אויפרעכטן.

פארגעס נישט, קאוויד האט געמאכט מענטשן פארגעסן צו טראכטן פון געלט... ס'געווען געלט פאר פרי.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:03 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:00 pm
@בניהו
איך מיין אונז זענען אויף איין בלאט. ביטע נעם נישט די יוקאן פאר העצע. הגם די משל מיט די יוקאן איז ליידער אמת.

צודרייטע מצבים רופן פאר צודרייטע מיטלען.
אז איינער שרייבט אז די אויגן גייען אים ארויס ווען ער זעהט וויאזוי מענטשן קויפן איין אויף שבת און א צווייטער רעפלייד אז דאס זענען אלע אנזעצערס, דאס איז ריין העצע. קנאה. שנאה. גארנישט מער!
ריכטיג.

ווען עס קומט נישט אריין אינמיטן א שמועס, פארשטייט זיך.
ווען יא, ווענדט זיך שוין אינעם סגנון פונעם שמועס. כמובן.

(כגעדענק נישט אזא תגובה אויסטויש דא, באט יא.)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

בטלן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:21 pm
לויב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:08 pm
איך זעה נישט וואס די עולם רעדט זיך אפ
בילד
רבוש"ע ווי קען מען היינט לעבן מיט א מיליאן דאלאר?
דאס איז חוץ דעם וואס די היימישע אקאנאמיע איז אינדעפענדנט היפש פון אמעריקע אין אלגעמיין
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

לויב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:08 pm
איך זעה נישט וואס די עולם רעדט זיך אפ
וויפיל מיליאנערן זענען דא אין רוסלאנד מיט מער ווי א מיליאן רובל? נאך אביסל אינפלעישן דאהי און עס זענען דא נאך אפאר מיליאן מיליאנערן.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

איטס דעט סימפל, די גאווערמענט האט געטיילט אסאך געלט, סהאט אריין געגאסן אסאך געלט אין די היימישע עקאנאמיע, פארטיעס האבן נאטורליך נאכגעפאלגט.

בזעת אפיך האט ס"ה פארלוירן איהר באדייט פאר עטליכע יאר, יעצט איז צוריק.

יעצט האלט מען בערך ווי מהאלט פאר קאוויד, נאר די פרייזן זענען ארויף אסאך מעהר, א טייל צוליב די נאטורליכע אינפלאציע, א טייל צוליב די איבערגעטריבענע "פריע מאני" וואס מען האט געטיילט.

סנאך דא אסאך געלט ביים היימישן עולם ב"ה, כקען עטליכע אינגעלייט וואס מאכן נאך אסאך געלט בה,און זיי דרייוון טייערע קארן, אבער זיי קענען זיך עס עפארדן 200%, זאל דער אייבערשטער בענטשן אלע אידן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

yoel2124441100 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 2:37 pm

דו רעדסט פון שפארן דאלערס,
'׳איז זײער שװער צו רעדן פון קלײנגעלט װען שכר לימוד אלײן קאסט מיר 4000-3500 א חודש
קעמפ-דעי קעמפ 15000
לדעתי איז דאס פון די וויכטיגסטע תגובות, ווייל דאס איז די סאמע גרעסטע הוצאה אין כמעט יעדע אידישע שטוב, און עס איז עפעס וואס מען קען נישט שניידן!

קענסט שניידן צו ביליגערע דירות, ווייניגער עסן אין גראסערי, ווייניגער וואקאציעס, ביליגערע קליידער, אפילו ביליגערע שמחות, אבער שכר לימוד - וואס טוט כסדר שטייגן אויף א גאלאפירנדן אופן - קען מען זיך נישט פטר'ן, די מוסדות ווערן שטרענגער מיט'ן באצאלן, מען קען כמעט נישט פארהאנדלען, און איינער מיט א שטוב מיט קינדער, אדער בחורים (ישיבות מיט דארמיטארי קאסט שוין היינט ארום 2 אלפים א חודש!) קענען פשוט נישט אויסקומען מיט'ן חודש!

איך בלעים נישט די מוסדות, עס קאסט זיי אויך מער, אינפלאציע האט זיי נישט איבערגעהיפט, אבער די מציאות איז אז די וואס צאלן שכר לימוד פאר זייערע קינדער (לאפוקי די מיט וואוטשערס וכדו') זענען ממש אובדי עצות מיט'ן בודזשעט.

ביטע נישט אריינקומען מיט חז"ל פון הוצאת בניו לת"ת, מערערע אשכולות זענען שוין געווידמעט פאר יענע טענות, מיר רעדן דא בלויז פראקטיש.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7528
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 2:28 am

פראקטיש איז נישטא וואס צו טאהן אזוי לאנג ווי דער עולם האט צוטריט צו געלט.

עדיקשן איז א מחלה וואס לאזט נישט דער קרבן זיך צופאסן צו זיינע אייגענע לאגישע באשלוסן ווען די אינסטינקט וויל עפעס אנדערש.

די אמעריקאנע ק. ק. און ל.א.ק. חובות זענען אויף רעקארד הויך אבער אינפלאציע גייט נישט אראפ ווייל ס'האט נאכנישט געקראכט, אז מ'קען סווייפט מען צוליב די סאציאלע דרוק, ווען ס'וועט קראכן וועט מען אויפהערן ספענדן.

אונז היימישע אידן האבן מער צוטריט צו הלוואות ווי דער אלגעמיינע גוי להבדיל. אונז קען מיר אויפשרייבן אין גראסערי, פלייש, פיש א.ד.ג. ,אונז קען בארגן פון גמח'ן, פאמיליע און גוטע פריינד. אונזער סיסטעם גייט אונז אויסבעילן בעת צר וויט נוא קוועסטשנס עסקד, מ' גייט אונז חתונה מאכן כאחד הנגידים דורך אנדערע נגידים, אויב די באנק וויל פארקלאוזשען די דירה גייט עס קיינער נישט אפקויפן פון זיי נאר אונז אליין און נאך ארויסגיין מיט ריוח.

אויב דארף מער דערקלערן פערסאנעל בענקראפסי וועט א צווייטער אונז הארצן גערן געבן זיין נאמען פאר סיי וואס צו ווייטער קענען בענעפיטירן פונעם אמעריקאנעם "בארגן סיסטעם".

משוגע זאל איינער זיין צו לעבן מיט א בודזשעט ווען זיינע ארומיגע וואס לעבן א חיי של הפקר גייען ארויס מיט ריוח.

דעם פותח'ס תגובה קען האבן וויפיל לייקס ס'לאזט זיך, אויפטון גייט עס זערא. היומען ביונגס בדרך־כלל רעספאנדן צו קאנסקווענסן דורך בוחר זיין רע במיעוטו, אונזער ציבור איז נישט עקזעמפט פון די כלל אבער יא עקזעמפט פון קאנסעקווענצן און אקאונטיביליטי.

שרייבטס ווייטער.
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום מיטוואך אוגוסט 14, 2024 8:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:21 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:17 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:15 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:13 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:28 pm
ועל אלה אני בוכי’... אז אפילו יעצט, זענען נאך מענטשן אין דענייעל...

דעק זעלבער וואס הייבט אן זיין תגובה אז איך טרייב איבער, סנישט ממש אן אנזעץ... ענדיגט מיט א וויי געשריי אז דער אנזעץ איז גאר הארבער ווי איך זאג, און 9-5 ארבעטער האבן נישט פאר בעיסיקס...

יא יא...
קיין סתירה.

אינפלעישן איז הויך, קאסט אוו ליווינג האט זיך געטאפלט וואס פארשווערט מענטשן פון קאווערן די בעיסיקס אבער דאס מיינט נישט אז די עקאנאמיע האט זיך אפגעשטעלט, מענטשן מאכן ווייניגער סעילס ווי פאריאר אבער ס'איז נישט געפאלן צו זערא, איטס דעט סימפל.
טעקניקלי, רוף עס וויאזוי דו ווילסט.

אין איין ווארט: אנגעזעצט!
ביטע ליין איבער מיין תגובה נאכן אויספאסטן, קוקט נישט אויס ווי לאגיק דיקטירט יעצט דיין מח.
איך זע נאכנישט ווער ס'האט געזאגט אז עפעס איז געפאלן צו זעראו.

דערפאר האב איך זיך נישט געשטעלט אויף ווערטער... דער פוינט פון דעם אשכול איז געווען אז ס'איז "אנגעזעצט" און מענטשן זענען נאך אין "דענייעל".
איך האב שוין געהערט די זעלבע שפראך פון קאנטרעקטערס 5 יאר צוריק, די טשעין ריעקשאן פון נישט צאלן איז די פאפולערסטע זאך אין די קאנסטרוקציע ליניע ווי יעדער קאמפיעט ביז מהאט שאדן גאר אויף די דזשאב, ביסט אפשר נישט געווען אראונד בעק דען, אבער סאיז נישט קיין נייע זאך.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7498
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

intellectual האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 8:28 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:21 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:17 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:15 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:13 pm

קיין סתירה.

אינפלעישן איז הויך, קאסט אוו ליווינג האט זיך געטאפלט וואס פארשווערט מענטשן פון קאווערן די בעיסיקס אבער דאס מיינט נישט אז די עקאנאמיע האט זיך אפגעשטעלט, מענטשן מאכן ווייניגער סעילס ווי פאריאר אבער ס'איז נישט געפאלן צו זערא, איטס דעט סימפל.
טעקניקלי, רוף עס וויאזוי דו ווילסט.

אין איין ווארט: אנגעזעצט!
ביטע ליין איבער מיין תגובה נאכן אויספאסטן, קוקט נישט אויס ווי לאגיק דיקטירט יעצט דיין מח.
איך זע נאכנישט ווער ס'האט געזאגט אז עפעס איז געפאלן צו זעראו.

דערפאר האב איך זיך נישט געשטעלט אויף ווערטער... דער פוינט פון דעם אשכול איז געווען אז ס'איז "אנגעזעצט" און מענטשן זענען נאך אין "דענייעל".
איך האב שוין געהערט די זעלבע שפראך פון קאנטרעקטערס 5 יאר צוריק, די טשעין ריעקשאן פון נישט צאלן איז די פאפולערסטע זאך אין די קאנסטרוקציע ליניע ווי יעדער קאמפיעט ביז מהאט שאדן גאר אויף די דזשאב, ביסט אפשר נישט געווען אראונד בעק דען, אבער סאיז נישט קיין נייע זאך.
יאפ, האט גארנישט מיט קאוויד אדער די נאכפאלגנדע קריזיס
viewtopic.php?t=60623

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=40149
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
איוואן ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 12:26 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן ראזענבערג »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 9:17 pm
טייערע חברים וידידים, שמעו נא רבותי.

היינט לאמיר אויפברענגען א טעמע, דאסמאל אן ערנסטן טעמע, און יעצט מיין איך עס טאקע ערנסט...

די שארפע גערוכן פון וויין און שעמפעין פילט אן די לופט. ליידיגע פלעשער און האלב אויסגעטרונקענע גלאזן אויסגעשפרייט איבעראל. שיריים פון די שווערע שטיקער פלייש און רייכע צושפייזן טרעפן זיך ביי די זוימען פון די לעהרע טעלערס אויף די טישן. איבערבלייבענישן פון טייערע טארטן און געטראנקען וואו אימער. אבער דער זאל איז שטיל... דא דארט זעט מען עמיצן נאך אזוי האלב פארשלאפן אינמיטן זיך אויסניכטערן פונעם פארטי, און אצינד האלטן שוין רוב באטייליגטע ביי די שושן פורים סטייל נאכווייען...

וועקט אייך אויף אידן! די פארטי איז אווער! ס’שוין מוצאי לכל השיטות!

***

מיר געדענקען גוט די זיבן זאטע יארן. די פאר יאר פאר קאראנע (אינטערסאנט דער געשאפענער טיילונג פון "פאר קאראנע" און "נאך קאראנע", עפעס אזא נאסטאלגישע "דער רבי נאך פארן סטראוק" געדאנק) ווען מען האט געהערט אין די קאווע שטיבלעך און אין די מקוואות אז לעצטנס איז דא גרויס געלט ביים היימישן ציבור, און אינגע עשירים’לעך יאווען זיך אין די מאסן.

שפעטער, אין די נאך קאראנע צייט, האט עס גענומען א היסטאריש-היסטערישן שפרונג ווייטער, ווען אונזער געמיינדע איז ליטעראליש געווארן פארפלייצט מיט פרישע עשירים אזש ס'שוין געקומען צו א פוינט וואס ס’שוין בכלל נישט געווען אינטערסאנט צו זיין אן עושר און דער מיליאנער האט געשפירט ווי דער עוורידזש אינגערמאן.

אונזערע לעבנס סטאנדארטן האבן זיך געהויבן ווי עס וואלט קיין מארגן עקזיסטירט. יעדע אפגעריסענער אינגערמאן האט געפראוועט שמחות ווי די פארצייטישע נגידים, און פרעכטיגע ווילאס און פאלאצן וואס אמאל איז געווען אחד בעיר איז יעצט געווארן שנים במשפחה.

אלע צוימונגען פון פריער, א שטייגער ווי צמצום הוצאות החתונות א.ד.ג. זענען צעבלאזן געווארן מיט’ן בייזן ווינט, און אויף זייער פלאץ האבן זיך אריינגעשטעלט מיעט בארדס, יוקאנס, און טייערע שטריימלעך.

ווער עס האט נאר געארבעט אין די אינדוסטריע פון לוקסוס און מותרות איז רייך געווארן, און ווער נישט האט געזוכט צו עפענען אזא ביזנעס...

ארגאניזאציעס האבן געמאכט א לעבן, געשארט גרויס געלט און געהאט ווינציג פאר וועמען צו טיילן... דען אפילו די וועלכע האבן נישט געהאט קיין פרנסה האבן געהאט אנעמפלוימענט און ווייסעכוואס נאך.

פעטער שמואל האט געטיילט, און דער באן איז געפארן.

***

ויהי ממחרת.

מיר געדענקען שוין נישט וויאזוי מ’לעבט א נארמאלן לעבן מיט אן איינגעהאלטענעם סטאנדארט, און דא האט דער בראך פאסירט.

מ’הערט רעדן, קומט יא א רעסעסיע, קומט נישט. א באנק קראכט, מארטגעדזש ראטעס פליען ארויף אין ספעיס. אינפלאציע ראטעס איז אין איין יאר געווען ווי אין פרידנסצייטן אין 10 יאר (דאס איז נישט קיין איבערגעטריבענע נומער ווען מ’רעדט פונעם היימישן מארקעט!), א צעמישעניש הערשט, אבער דער קרעדיט קארטל ארבעט נאך - דערווייל.

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א גרויסן אקאונטענט, זאגט ער מיר כהאי לישנא: מיר האלטן נישט פאר א רעסעסיע! מיר זענען נישט אויפ’ן בארג אראפ! מיר זענען אונטן! די עקאנאמיע איז אין דער ערד!

און ער לייגט צו: איך האב קליענטן וואס מיינען נאך יעצט אז זיי זענען גרויסע עשירים, און איך דארף זיי קלארשטעלן אז זיי זענען בעלי חובות!

עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין יעצט אין אן אריכות איבער די לעבנסשטייגער און די קאסט פון לעבן ביי אונז, אבער די פשוטע ציפערן שרייען און מאנען.

אויסצוהאלטן א שטוב מיט קינדער אויף די בעיסיק סטאנדארטן, אן קיין לוקסוס, קאסט פיל מער ווי דאס וואס רוב כלל ישראל פארדינט! און דאס איז נאך איידער מען רעדט פון הוצאות פאר א שמחה.

און איך רעד דירעקט נישט קיין ציפערן, ווייל אויף ציפערן קען מען אנהייבן דעבאטירן. איך רעד פשוט פאקטן. אדרבה, פרעגט אייך נאך. און אויב ווילט איר הערן מער אפן; קוקט אריין אין אייער אייגענעם בודזשעט!

***

עטוואס, דא און דארט, האט זיך שוין אנגעהויבן דערקענען די שפאלטן אין די גאלדענע אייז. מ'זעט שוין יא ווי געוויסע טרעטן אראפ פונעם אויפגעריסענעם לעבנסשטייגער, געוויסע פון אנערקענונג צום מציאות, אבער מער טוען עס געצווינגענערהייט... דער קרעדיט קארטל פייפט און בלינקט...

דער אקאונטענט הנ"ל האט מיר געעפנט די אויגן אז דער מצב טויג נישט, און איך האב אנגעהויבן אביסל טון קליינע פארש ארבעט וואס האט מיר אנטפלעקט דעם בילד מיט די ריכטיגע קאלירן.

איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א קאנטראקטער, איינער וואס איז גאר סוקסעספול אין זיין ליין און איז באמת א שיינע בעל פרנסה נאך פון פאר די קאוויד צייטן... זאגט ער מיר די ווערטער "איך האב נאך אפאר אלטע דזשאבס וואס איך ענדיג יעצט, און ווי עס קוקט אויס גיי איך זיך צוריקזעצן אין כולל ביז אפאר וואכן... נישטא קיין ארבעט!"

און ער זאגט מיר נאכמער, אז אפילו די דזשאבס וואס ער האט יא, איז ביטער די מצב... מענטשן האבן באשטעלט רענאוואציעס און שיינע אויפרייסערישע עקסטענשאנס צו זייערע הייזער ווען די גרויסע געלטער זענען געליגן אין באנק אקאונט, אבער יעצט ווען עס קומט צו באצאלן איז דאס געלט שוין א פארגאנגענהייט... דאס ברענגט אז דער קאנטראקטער באקומט נישט באצאלט, ער קען נישט צאלן קיין סאב'ס און קיין ארבעטערס, און אזוי זענען דא א גאנצע קייט אנזעצערס אויף יעדע דזשאב וואס איז נאך יא דא.

א צווייטע פירמע, איינער וואס מאכט א געוויסע שיינע דעקארירונג פאר הייזער זאגט מיר אז א יאר צוריק האט ער נישט געקענט נאכקומען די ארבעט. יעצט האט ער נאך איין ביהמ"ד וואס ער ענדיגט א דזשאב און נאך איין הויז וואס ער ווארט יענער זאל באשטעטיגן אז ער האט שוין געלט צו גיין ווייטער, און פון דא און ווייטער קוקט נישט אויס ווי ס'דא ארבעט.

דער גראסערי מאן זאגט מיר מיט פשטות "יא, א נייע זאך... מענטשן האבן אנגעהויבן קוקן פרייזן און קאמפעירן אייטעמס".

א ריעל עסטעיט אגענט דא ביי אונז אין שטאט זאגט אז 2 יאר צוריק איז זיין דזשאב געווען א מחי'... יעדע הויז פאר יעדע פרייז איז געגאנגען... היינט צוטאגס רוקן זיך זאכן שווער און קרעכצעדיג.

א יערליכע חתן תורה קויפער זאגט מיר אז פאריאר איז ער געלאפן פון איין מנין צום צווייטן (ביי די קליינע מנינים אין ביהמ"ד הגדול) און נישט געקענט קויפן ווייל די נייע יוקאן באזיצער האבן געריסן פרייזן אין די טויזנטערס... היי יאר האט ער פאר'ן פרייז וואס ער האט געטראפן פאריאר געקענט קויפן עטליכע שטיק רואיגערהייט...

און אזוי קען איך אויסרעכענען נאך א רייע פירמעס מיט וועמען איך האב פערזענליך גערעדט פון פון יעדן געהערט דאס זעלביגע. דער פארטי איז אווער!!

***

אבער... דא קומט דער אבער...

פון וויסן אז מיר זענען אין א גרוב דערזעט מען זיך נאכנישט אידרויסן...

ניין. איך האב נישט קיין עצה דערווייל, איך ווייס אז עסקנים זיצן און זענען מטכס עצה דערוועגן, אבער איך בין נישט פון די עסקנים. איך בין א פשוט'ער אינגערמאן וואס איז מיר אויסגעקומען צו הערן דאס, און איך האלט ס'זייער וויכטיג צום ערשט צו ברענגען אן אויפפאכונג און עס זאגן און איבערזאגן נאכאנאנד קלאר און גראפיש: דער מצב איז אנגעזעצט!!

איי, וואס האט מען פון זאגן און איבערזאגן? זייער פשוט, ס’נישט ס’ערשטע מאל די עקאנאמיע גייט שלאפן.

אבער דאס אז איין זייט שיף זינקט שוין און אויפ’ן צווייטן זייט שפילט נאך מוזיק, איז ארכי-טראגיש!

אסאך עגמת נפש וואלט מען געקענט פארשפארן ווען דער עולם זאל פלעין כאפן אז די פארטי איז אווער.

אסאך אנגעזעצטע לאונס וואלטן נישט לכתחילה געבארגט געווארן...
אסאך פארמאכטע ביזנעסער וואלטן נישט לכתחילה געעפנט געווארן...

מצד שני איז בעצם יא דא וואס צו טון, דאס איז אז יעדער זאל זיך אנגארטלען מיט זיין כח היחיד און ביי זיך פרובירן צו זען וואו ער קען אראפרוקן די הויכע סטאנדארטן.

לאמיר זיך צונויפשמועסן, און אדרבה, אויב האט איינער וואס צו צולייגן און צוצייגן וואו און וואס מען קען טון צו אפהאלטן א קריזיס פון באטרעפן דעם היימישן ציבור, זאל מען אריינקומען עס אויסשמועסן.
הערליך, שיין און גוט ארויסגעברענגט.
איין זאך פארשטיי איך נישט... וואס האט דאס מיט עסקנים, מיט עצות ותבונות?! יעדער פאר זיך זאל אויפהערן לעבן אין דעם איינרעדעניש אז מען דארף זיך געפעלן, און פלוצלינג ווערט אלעס מסודר פון זיך אליינס.... דאס איז נישט כלל פראבלעם, דאס איז א יחיד פראבלעם! הייב אן קוקן אויף דיר און דיין באנק קאנטע, לעב מיט חשבון און בודשעט, און פלוצלינג וועט מען לעבן אן חובות.... וד''ל כי קצרתי.
זיך היילן איז גרינג, דו דארפסט נאר א רצון און אן אפענע דעת! (אויב האלטסטו אנדערש ביסטו נאכנישט אנגעקומען...)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איוואן ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 12:57 pm
איין זאך פארשטיי איך נישט... וואס האט דאס מיט עסקנים, מיט עצות ותבונות?! יעדער פאר זיך זאל אויפהערן לעבן אין דעם איינרעדעניש אז מען דארף זיך געפעלן, און פלוצלינג ווערט אלעס מסודר פון זיך אליינס....
טאקע זייער פשוט, נאר די איין זאך דארף ווערן מסודר ושלום על ישראל...
אוועטאר
איוואן ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 12:26 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן ראזענבערג »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 2:10 pm
איוואן ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 12:57 pm
איין זאך פארשטיי איך נישט... וואס האט דאס מיט עסקנים, מיט עצות ותבונות?! יעדער פאר זיך זאל אויפהערן לעבן אין דעם איינרעדעניש אז מען דארף זיך געפעלן, און פלוצלינג ווערט אלעס מסודר פון זיך אליינס....
טאקע זייער פשוט, נאר די איין זאך דארף ווערן מסודר ושלום על ישראל...
גערעכט, די פראבלעם איז נאר, אז יעדער ווארט א צווייטער זאל זיין דער ערשטער... הערטס אויף! טו וואס דו האסט צו טון! עסקנים דארפן עפעס זען צו טון... די מצב איז געפערליך... די! גענוג! ביסט אן עדאלט! נעם אחריות אויף דיין אייגענעם לעבן! פאר דיר און דיין פאמיליע!
זיך היילן איז גרינג, דו דארפסט נאר א רצון און אן אפענע דעת! (אויב האלטסטו אנדערש ביסטו נאכנישט אנגעקומען...)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך אגריע צו דיר 100%...

נאר א קליינע שאלה, אויב רופסטו צו דיר א חשוב'ע גאסט אויף שבת, און דו האסט נישט פונקט גענוג געלט ביי דיר, גייסטו מוותר זיין אויף די דיפס, סאוערדאו, אא"וו, און זאגן פאר'ן גאסט "סארי איך קען עס נישט עפפארדן"? (נישט אז עסקנים קענען יא עפעס העלפן דא, אבער איך פרעג אלס נייגער...)
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 8:07 am
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 2:28 am
yoel2124441100 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 2:37 pm

דו רעדסט פון שפארן דאלערס,
'׳איז זײער שװער צו רעדן פון קלײנגעלט װען שכר לימוד אלײן קאסט מיר 4000-3500 א חודש
קעמפ-דעי קעמפ 15000
לדעתי איז דאס פון די וויכטיגסטע תגובות, ווייל דאס איז די סאמע גרעסטע הוצאה אין כמעט יעדע אידישע שטוב, און עס איז עפעס וואס מען קען נישט שניידן!

קענסט שניידן צו ביליגערע דירות, ווייניגער עסן אין גראסערי, ווייניגער וואקאציעס, ביליגערע קליידער, אפילו ביליגערע שמחות, אבער שכר לימוד - וואס טוט כסדר שטייגן אויף א גאלאפירנדן אופן - קען מען זיך נישט פטר'ן, די מוסדות ווערן שטרענגער מיט'ן באצאלן, מען קען כמעט נישט פארהאנדלען, און איינער מיט א שטוב מיט קינדער, אדער בחורים (ישיבות מיט דארמיטארי קאסט שוין היינט ארום 2 אלפים א חודש!) קענען פשוט נישט אויסקומען מיט'ן חודש!

איך בלעים נישט די מוסדות, עס קאסט זיי אויך מער, אינפלאציע האט זיי נישט איבערגעהיפט, אבער די מציאות איז אז די וואס צאלן שכר לימוד פאר זייערע קינדער (לאפוקי די מיט וואוטשערס וכדו') זענען ממש אובדי עצות מיט'ן בודזשעט.

ביטע נישט אריינקומען מיט חז"ל פון הוצאת בניו לת"ת, מערערע אשכולות זענען שוין געווידמעט פאר יענע טענות, מיר רעדן דא בלויז פראקטיש.
פראקטיש איז נישטא וואס צו טאהן אזוי לאנג ווי דער עולם האט צוטריט צו געלט.

עדיקשן איז א מחלה וואס לאזט נישט דער קרבן זיך צופאסן צו זיינע אייגענע לאגישע באשלוסן ווען די אינסטינקט וויל עפעס אנדערש.

די אמעריקאנע ק. ק. און ל.א.ק. חובות זענען אויף רעקארד הויך אבער אינפלאציע גייט נישט אראפ ווייל ס'האט נאכנישט געקראכט, אז מ'קען סווייפט מען צוליב די סאציאלע דרוק, ווען ס'וועט קראכן וועט מען אויפהערן ספענדן.

אונז היימישע אידן האבן מער צוטריט צו הלוואות ווי דער אלגעמיינע גוי להבדיל. אונז קען מיר אויפשרייבן אין גראסערי, פלייש, פיש א.ד.ג. ,אונז קען בארגן פון גמח'ן, פאמיליע און גוטע פריינד. אונזער סיסטעם גייט אונז אויסבעילן בעת צר וויט נוא קוועסטשנס עסקד, מ' גייט אונז חתונה מאכן כאחד הנגידים דורך אנדערע נגידים, אויב די באנק וויל פארקלאוזשען די דירה גייט עס קיינער נישט אפקויפן פון זיי נאר אונז אליין און נאך ארויסגיין מיט ריוח.

אויב דארף מער דערקלערן פערסאנעל בענקראפסי וועט א צווייטער אונז הארצן גערן געבן זיין נאמען פאר סיי וואס צו ווייטער קענען בענעפיטירן פונעם אמעריקאנעם "בארגן סיסטעם".

משוגע זאל איינער זיין צו לעבן מיט א בודזשעט ווען זיינע ארומיגע וואס לעבן א חיי של הפקר גייען ארויס מיט ריוח.

דעם פותח'ס תגובה קען האבן וויפיל לייקס ס'לאזט זיך, אויפטון גייט עס זערא. היומען ביונגס בדרך־כלל רעספאנדן צו קאנסקווענסן דורך בוחר זיין רע במיעוטו, אונזער ציבור איז נישט עקזעמפט פון די כלל אבער יא עקזעמפט פון קאנסעקווענצן און אקאונטיביליטי.

שרייבטס ווייטער.

די מציאות איז טאטאל אנדערש. מענטשן ציען זיך יא איין דעם בודזשעט. מען איז פיין "עוועיר." פרעג נאר די סטארס.

איי מ'קען נאך אלץ אביסל אויפשרייבן (שוין נישט ווי פריער), און סאיז אלץ דא גמח'ן און נאנטע וואס העלפן ארויס בעת צר, נו, מה כל הרעש? דאס איז א נעגאטיוו??? דאס איז אשר בחר בנו מכל העמים, אידישע ברידער רחמנים בני רחמנים!

לויט דיר וואלט מען געדארפט לאזן אידן ווערן היימלאז ח"ו היל"ת?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יויש.. כהאב געשריבן עסקנים האביך געמיינט צוזאגן אז עסקנים ארבעטן אויף א עוועירנעס קאמפיין. דעציט.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כאניש מיטגעהאלטן דעם גאנצן טענה'ריי דא, נאר אזוי פיל קען איך צולייגן:

פון קינדווייז אן האב איך אלץ געוואוסט אז צום פרעזידענט פון די יו-עס איז שווער צו צוקומען. נו, נישט געפערליך. כ'דארף דאך נישט רעדן מיט אים ממש אויף א טאג טעגליכן פארנעם, ממילא איז נישט געפערליך אז ס'שווער צו צוקומען צונעם.

ווער איך לעצטנס געוואויר, אז ס'דא אסאך מענטשן וואס דערקלערן זיך ווארשיינליך פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. כ'פרוביר זיי צו רופן, און מ'טאפט דעם דופן.

וויכטיג -און אפשר איבריג- צו באטאנען, אז די אלע זענען מיר שולדיג געלט.

מענטשן מיט וועמען איך האב אפיר, זענען לעצטנס שרעקליך אנגעזעצט מיט געלט. מ'האט נישט און מ'צאלט נישט. די עקאנאמי איז באאאאמינג לייק נעווער ביפאר... מ'האט פשוט נישט קיין לחם לאכול. כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אזוי פיל קרעכצערייען איבער דאס יקרות און איבער באצאלן בעיסיק בילס.

אלנפאלס, ווער ס'האט אפאר איבריגע דאלער זאל עס פארטון פארזיכטיג, און ווער ס'האט נישט זאל מיטקרעכצן מיט רוב כלל ישראל.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7528
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קוואל וואסער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 2:47 pm
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 8:07 am
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 2:28 am
yoel2124441100 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 2:37 pm

דו רעדסט פון שפארן דאלערס,
'׳איז זײער שװער צו רעדן פון קלײנגעלט װען שכר לימוד אלײן קאסט מיר 4000-3500 א חודש
קעמפ-דעי קעמפ 15000
לדעתי איז דאס פון די וויכטיגסטע תגובות, ווייל דאס איז די סאמע גרעסטע הוצאה אין כמעט יעדע אידישע שטוב, און עס איז עפעס וואס מען קען נישט שניידן!

קענסט שניידן צו ביליגערע דירות, ווייניגער עסן אין גראסערי, ווייניגער וואקאציעס, ביליגערע קליידער, אפילו ביליגערע שמחות, אבער שכר לימוד - וואס טוט כסדר שטייגן אויף א גאלאפירנדן אופן - קען מען זיך נישט פטר'ן, די מוסדות ווערן שטרענגער מיט'ן באצאלן, מען קען כמעט נישט פארהאנדלען, און איינער מיט א שטוב מיט קינדער, אדער בחורים (ישיבות מיט דארמיטארי קאסט שוין היינט ארום 2 אלפים א חודש!) קענען פשוט נישט אויסקומען מיט'ן חודש!

איך בלעים נישט די מוסדות, עס קאסט זיי אויך מער, אינפלאציע האט זיי נישט איבערגעהיפט, אבער די מציאות איז אז די וואס צאלן שכר לימוד פאר זייערע קינדער (לאפוקי די מיט וואוטשערס וכדו') זענען ממש אובדי עצות מיט'ן בודזשעט.

ביטע נישט אריינקומען מיט חז"ל פון הוצאת בניו לת"ת, מערערע אשכולות זענען שוין געווידמעט פאר יענע טענות, מיר רעדן דא בלויז פראקטיש.
פראקטיש איז נישטא וואס צו טאהן אזוי לאנג ווי דער עולם האט צוטריט צו געלט.

עדיקשן איז א מחלה וואס לאזט נישט דער קרבן זיך צופאסן צו זיינע אייגענע לאגישע באשלוסן ווען די אינסטינקט וויל עפעס אנדערש.

די אמעריקאנע ק. ק. און ל.א.ק. חובות זענען אויף רעקארד הויך אבער אינפלאציע גייט נישט אראפ ווייל ס'האט נאכנישט געקראכט, אז מ'קען סווייפט מען צוליב די סאציאלע דרוק, ווען ס'וועט קראכן וועט מען אויפהערן ספענדן.

אונז היימישע אידן האבן מער צוטריט צו הלוואות ווי דער אלגעמיינע גוי להבדיל. אונז קען מיר אויפשרייבן אין גראסערי, פלייש, פיש א.ד.ג. ,אונז קען בארגן פון גמח'ן, פאמיליע און גוטע פריינד. אונזער סיסטעם גייט אונז אויסבעילן בעת צר וויט נוא קוועסטשנס עסקד, מ' גייט אונז חתונה מאכן כאחד הנגידים דורך אנדערע נגידים, אויב די באנק וויל פארקלאוזשען די דירה גייט עס קיינער נישט אפקויפן פון זיי נאר אונז אליין און נאך ארויסגיין מיט ריוח.

אויב דארף מער דערקלערן פערסאנעל בענקראפסי וועט א צווייטער אונז הארצן גערן געבן זיין נאמען פאר סיי וואס צו ווייטער קענען בענעפיטירן פונעם אמעריקאנעם "בארגן סיסטעם".

משוגע זאל איינער זיין צו לעבן מיט א בודזשעט ווען זיינע ארומיגע וואס לעבן א חיי של הפקר גייען ארויס מיט ריוח.

דעם פותח'ס תגובה קען האבן וויפיל לייקס ס'לאזט זיך, אויפטון גייט עס זערא. היומען ביונגס בדרך־כלל רעספאנדן צו קאנסקווענסן דורך בוחר זיין רע במיעוטו, אונזער ציבור איז נישט עקזעמפט פון די כלל אבער יא עקזעמפט פון קאנסעקווענצן און אקאונטיביליטי.

שרייבטס ווייטער.

די מציאות איז טאטאל אנדערש. מענטשן ציען זיך יא איין דעם בודזשעט. מען איז פיין "עוועיר." פרעג נאר די סטארס.

איי מ'קען נאך אלץ אביסל אויפשרייבן (שוין נישט ווי פריער), און סאיז אלץ דא גמח'ן און נאנטע וואס העלפן ארויס בעת צר, נו, מה כל הרעש? דאס איז א נעגאטיוו??? דאס איז אשר בחר בנו מכל העמים, אידישע ברידער רחמנים בני רחמנים!

לויט דיר וואלט מען געדארפט לאזן אידן ווערן היימלאז ח"ו היל"ת?
ח"ו רח"ל מהאי דעתא, השם ישמרנו מהם ומהמונם.

כ'האב נאר געזאגט אז מ'דארף (דארף? נאר אויב מ'וויל, מ'קען אויך לעבן אין דינייעל אויב וויל מען) איינערקענען די מציאות וויאזוי אונזער געזעלשאפט אפערירט וואס פירט דערצו אז מענשטן זאלן האבן סיי די מעגליכקייט צי ספענדן מער וויפיל די בודזשעט ערלויבט אזוי לאנג ווי מ'האט צוטריט צו הלוואות (וואס הייבט אויטאמאטיש אונזער אייגענע אינפלאציע - אינצידענטלי), אזוי אויך ערלויבט דאס נישט פאר ספענדערס צו טראכטן אז ס'גייט קומען א טאג פון דו"ח ווייל ס'גייט קיינמאל נישט קומען, די סיסטעם וועט זיי ארויסבעילן מיט שטאלץ.

צו ס'שלעכט צו נישט איז העכער מיין פעי-גרעיט, איך לאז עס פאר קלוגערע און געראטענערע פון מיר. כ'האב פשוט נישט געוואלט קיינער דא זאל מיינען אז די אשכול איז געמאכט עפעס אויפצוטאהן, ס'איז א געהעריגע אונטערהאלטונגס אשכול ווי ס'רוב אייוועלט (כ'האף איך האב עפעס אויפגעטאהן).

there is no body home my friend
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

פרעגט איינער אין אישי פארוואס מען קען נישט ארויסברענגען דעם פוינט אן אראפמאלן די וועלכע קענען זיך יא ערלויבן, און ערלויבן זיך, ווי אנזעצערס.

איך וויל קלארשטעלן אז נישט דאס איז דער נקודה דא. איינער וואס האט עכט געלט, מה טוב ומה נעים, מאך א לעבן...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7528
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 4:55 pm
פרעגט איינער אין אישי פארוואס מען קען נישט ארויסברענגען דעם פוינט אן אראפמאלן די וועלכע קענען זיך יא ערלויבן, און ערלויבן זיך, ווי אנזעצערס.

איך וויל קלארשטעלן אז נישט דאס איז דער נקודה דא. איינער וואס האט עכט געלט, מה טוב ומה נעים, מאך א לעבן...
100%

איינע פון די וועגן וויאזוי ער מאכט א לעבן איז דורך בארגן געלט מיט גרינגע טערמינען און אנע צינזן (אומזיסטע געלט פון אן עקאנאמישע און פינאציעלע שטאנדפונקט) אדער ארויסבעילן אנזעצערס און ספענדערס בבחינת חוטא ונשכר.

זיי גלייכן די סיסטעם און ס'מאכט זיי פילן גוט, לאז עס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”