Re: די פארטי איז אווער!
יא יא, שפארן דאלערס מאכט אויס מער ווי דו מיינסט.yoel2124441100 האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 13, 2024 2:37 pmדי רעדטס פון שפארן דאלערספופציגער האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:54 pmמיר זענען געוואוינט צומאל צו אפלאכן פון די אמאליגע פירונגען, א שטייגער ווי געבן גרעיפ דזשוס נאר ביז די ליין און דורכאויס די סעודה געבן נאר וואסער, געבן נאר געפילטע פיש פאר קינדער ווייל ס’ביליגער, און אזוי נאך אומצאליגע דוגמאות וואס די אלטע דור פלעגט טון צו שפארן דאלאר אויף דאלאר.
ס׳איז זײער שװער צו רעדן פון קלײנגעלט װען שכר לימוד אלײן קאסט מיר 4000-3500 א חודש
קעמפ-דעי קעמפ 15000
ווייסט פארוואס? ווייל שפארן דאלערס איז א "מיינדסעט", און דאס קומט ארויס נישט נאר ביי די גרעיפ דזשוס, נאר אויך ביי דיין וואקאציע און אלע גרויסע עקספענסעס.
פון מיין פערזענליכע ערפארונג האביך געזען, איך האב געהאט באשלאסן ווען איך בין געגאנגען ארבעטן אז איך בלייב לעבן א "כולל אינגערמאן" סטענדערט ביז ווען איך האב אן אייגענע דירה.
איך קען דיר נישט אנצייגן קיין דעטאלן! איך קען באמת נישט! אבער פון ווען איך האב בס"ד געקלאוזט האבן זיך אלע מיינע הוצאות געהויבן! און איך בין אבסאלוטלי נישט קיין ספענדער, איך דרייוו א פשוטע קאר און מיין שטריימל איז א ביליגע.
עס איז די מיינדסעט!