די פארטי איז אווער!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9975
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

טייערע חברים וידידים, שמעו נא רבותי.

היינט לאמיר אויפברענגען א טעמע, דאסמאל אן ערנסטן טעמע, און יעצט מיין איך עס טאקע ערנסט...

די שארפע גערוכן פון וויין און שעמפעין פילט אן די לופט. ליידיגע פלעשער און האלב אויסגעטרונקענע גלאזן אויסגעשפרייט איבעראל. שיריים פון די שווערע שטיקער פלייש און רייכע צושפייזן טרעפן זיך ביי די זוימען פון די לעהרע טעלערס אויף די טישן. איבערבלייבענישן פון טייערע טארטן און געטראנקען וואו אימער. אבער דער זאל איז שטיל... דא דארט זעט מען עמיצן נאך אזוי האלב פארשלאפן אינמיטן זיך אויסניכטערן פונעם פארטי, און אצינד האלטן שוין רוב באטייליגטע ביי די שושן פורים סטייל נאכווייען...

וועקט אייך אויף אידן! די פארטי איז אווער! ס’שוין מוצאי לכל השיטות!

***

מיר געדענקען גוט די זיבן זאטע יארן. די פאר יאר פאר קאראנע (אינטערסאנט דער געשאפענער טיילונג פון "פאר קאראנע" און "נאך קאראנע", עפעס אזא נאסטאלגישע "דער רבי נאך פארן סטראוק" געדאנק) ווען מען האט געהערט אין די קאווע שטיבלעך און אין די מקוואות אז לעצטנס איז דא גרויס געלט ביים היימישן ציבור, און אינגע עשירים’לעך יאווען זיך אין די מאסן.

שפעטער, אין די נאך קאראנע צייט, האט עס גענומען א היסטאריש-היסטערישן שפרונג ווייטער, ווען אונזער געמיינדע איז ליטעראליש געווארן פארפלייצט מיט פרישע עשירים אזש ס'שוין געקומען צו א פוינט וואס ס’שוין בכלל נישט געווען אינטערסאנט צו זיין אן עושר און דער מיליאנער האט געשפירט ווי דער עוורידזש אינגערמאן.

אונזערע לעבנס סטאנדארטן האבן זיך געהויבן ווי עס וואלט קיין מארגן עקזיסטירט. יעדע אפגעריסענער אינגערמאן האט געפראוועט שמחות ווי די פארצייטישע נגידים, און פרעכטיגע ווילאס און פאלאצן וואס אמאל איז געווען אחד בעיר איז יעצט געווארן שנים במשפחה.

אלע צוימונגען פון פריער, א שטייגער ווי צמצום הוצאות החתונות א.ד.ג. זענען צעבלאזן געווארן מיט’ן בייזן ווינט, און אויף זייער פלאץ האבן זיך אריינגעשטעלט מיעט בארדס, יוקאנס, און טייערע שטריימלעך.

ווער עס האט נאר געארבעט אין די אינדוסטריע פון לוקסוס און מותרות איז רייך געווארן, און ווער נישט האט געזוכט צו עפענען אזא ביזנעס...

ארגאניזאציעס האבן געמאכט א לעבן, געשארט גרויס געלט און געהאט ווינציג פאר וועמען צו טיילן... דען אפילו די וועלכע האבן נישט געהאט קיין פרנסה האבן געהאט אנעמפלוימענט און ווייסעכוואס נאך.

פעטער שמואל האט געטיילט, און דער באן איז געפארן.

***

ויהי ממחרת.

מיר געדענקען שוין נישט וויאזוי מ’לעבט א נארמאלן לעבן מיט אן איינגעהאלטענעם סטאנדארט, און דא האט דער בראך פאסירט.

מ’הערט רעדן, קומט יא א רעסעסיע, קומט נישט. א באנק קראכט, מארטגעדזש ראטעס פליען ארויף אין ספעיס. אינפלאציע ראטעס איז אין איין יאר געווען ווי אין פרידנסצייטן אין 10 יאר (דאס איז נישט קיין איבערגעטריבענע נומער ווען מ’רעדט פונעם היימישן מארקעט!), א צעמישעניש הערשט, אבער דער קרעדיט קארטל ארבעט נאך - דערווייל.

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א גרויסן אקאונטענט, זאגט ער מיר כהאי לישנא: מיר האלטן נישט פאר א רעסעסיע! מיר זענען נישט אויפ’ן בארג אראפ! מיר זענען אונטן! די עקאנאמיע איז אין דער ערד!

און ער לייגט צו: איך האב קליענטן וואס מיינען נאך יעצט אז זיי זענען גרויסע עשירים, און איך דארף זיי קלארשטעלן אז זיי זענען בעלי חובות!

עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין יעצט אין אן אריכות איבער די לעבנסשטייגער און די קאסט פון לעבן ביי אונז, אבער די פשוטע ציפערן שרייען און מאנען.

אויסצוהאלטן א שטוב מיט קינדער אויף די בעיסיק סטאנדארטן, אן קיין לוקסוס, קאסט פיל מער ווי דאס וואס רוב כלל ישראל פארדינט! און דאס איז נאך איידער מען רעדט פון הוצאות פאר א שמחה.

און איך רעד דירעקט נישט קיין ציפערן, ווייל אויף ציפערן קען מען אנהייבן דעבאטירן. איך רעד פשוט פאקטן. אדרבה, פרעגט אייך נאך. און אויב ווילט איר הערן מער אפן; קוקט אריין אין אייער אייגענעם בודזשעט!

***

עטוואס, דא און דארט, האט זיך שוין אנגעהויבן דערקענען די שפאלטן אין די גאלדענע אייז. מ'זעט שוין יא ווי געוויסע טרעטן אראפ פונעם אויפגעריסענעם לעבנסשטייגער, געוויסע פון אנערקענונג צום מציאות, אבער מער טוען עס געצווינגענערהייט... דער קרעדיט קארטל פייפט און בלינקט...

דער אקאונטענט הנ"ל האט מיר געעפנט די אויגן אז דער מצב טויג נישט, און איך האב אנגעהויבן אביסל טון קליינע פארש ארבעט וואס האט מיר אנטפלעקט דעם בילד מיט די ריכטיגע קאלירן.

איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א קאנטראקטער, איינער וואס איז גאר סוקסעספול אין זיין ליין און איז באמת א שיינע בעל פרנסה נאך פון פאר די קאוויד צייטן... זאגט ער מיר די ווערטער "איך האב נאך אפאר אלטע דזשאבס וואס איך ענדיג יעצט, און ווי עס קוקט אויס גיי איך זיך צוריקזעצן אין כולל ביז אפאר וואכן... נישטא קיין ארבעט!"

און ער זאגט מיר נאכמער, אז אפילו די דזשאבס וואס ער האט יא, איז ביטער די מצב... מענטשן האבן באשטעלט רענאוואציעס און שיינע אויפרייסערישע עקסטענשאנס צו זייערע הייזער ווען די גרויסע געלטער זענען געליגן אין באנק אקאונט, אבער יעצט ווען עס קומט צו באצאלן איז דאס געלט שוין א פארגאנגענהייט... דאס ברענגט אז דער קאנטראקטער באקומט נישט באצאלט, ער קען נישט צאלן קיין סאב'ס און קיין ארבעטערס, און אזוי זענען דא א גאנצע קייט אנזעצערס אויף יעדע דזשאב וואס איז נאך יא דא.

א צווייטע פירמע, איינער וואס מאכט א געוויסע שיינע דעקארירונג פאר הייזער זאגט מיר אז א יאר צוריק האט ער נישט געקענט נאכקומען די ארבעט. יעצט האט ער נאך איין ביהמ"ד וואס ער ענדיגט א דזשאב און נאך איין הויז וואס ער ווארט יענער זאל באשטעטיגן אז ער האט שוין געלט צו גיין ווייטער, און פון דא און ווייטער קוקט נישט אויס ווי ס'דא ארבעט.

דער גראסערי מאן זאגט מיר מיט פשטות "יא, א נייע זאך... מענטשן האבן אנגעהויבן קוקן פרייזן און קאמפעירן אייטעמס".

א ריעל עסטעיט אגענט דא ביי אונז אין שטאט זאגט אז 2 יאר צוריק איז זיין דזשאב געווען א מחי'... יעדע הויז פאר יעדע פרייז איז געגאנגען... היינט צוטאגס רוקן זיך זאכן שווער און קרעכצעדיג.

א יערליכע חתן תורה קויפער זאגט מיר אז פאריאר איז ער געלאפן פון איין מנין צום צווייטן (ביי די קליינע מנינים אין ביהמ"ד הגדול) און נישט געקענט קויפן ווייל די נייע יוקאן באזיצער האבן געריסן פרייזן אין די טויזנטערס... היי יאר האט ער פאר'ן פרייז וואס ער האט געטראפן פאריאר געקענט קויפן עטליכע שטיק רואיגערהייט...

און אזוי קען איך אויסרעכענען נאך א רייע פירמעס מיט וועמען איך האב פערזענליך גערעדט פון פון יעדן געהערט דאס זעלביגע. דער פארטי איז אווער!!

***

אבער... דא קומט דער אבער...

פון וויסן אז מיר זענען אין א גרוב דערזעט מען זיך נאכנישט אידרויסן...

ניין. איך האב נישט קיין עצה דערווייל, איך ווייס אז עסקנים זיצן און זענען מטכס עצה דערוועגן, אבער איך בין נישט פון די עסקנים. איך בין א פשוט'ער אינגערמאן וואס איז מיר אויסגעקומען צו הערן דאס, און איך האלט ס'זייער וויכטיג צום ערשט צו ברענגען אן אויפפאכונג און עס זאגן און איבערזאגן נאכאנאנד קלאר און גראפיש: דער מצב איז אנגעזעצט!!

איי, וואס האט מען פון זאגן און איבערזאגן? זייער פשוט, ס’נישט ס’ערשטע מאל די עקאנאמיע גייט שלאפן.

אבער דאס אז איין זייט שיף זינקט שוין און אויפ’ן צווייטן זייט שפילט נאך מוזיק, איז ארכי-טראגיש!

אסאך עגמת נפש וואלט מען געקענט פארשפארן ווען דער עולם זאל פלעין כאפן אז די פארטי איז אווער.

אסאך אנגעזעצטע לאונס וואלטן נישט לכתחילה געבארגט געווארן...
אסאך פארמאכטע ביזנעסער וואלטן נישט לכתחילה געעפנט געווארן...

מצד שני איז בעצם יא דא וואס צו טון, דאס איז אז יעדער זאל זיך אנגארטלען מיט זיין כח היחיד און ביי זיך פרובירן צו זען וואו ער קען אראפרוקן די הויכע סטאנדארטן.

לאמיר זיך צונויפשמועסן, און אדרבה, אויב האט איינער וואס צו צולייגן און צוצייגן וואו און וואס מען קען טון צו אפהאלטן א קריזיס פון באטרעפן דעם היימישן ציבור, זאל מען אריינקומען עס אויסשמועסן.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
איוואן דער גרויזאמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 2:52 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער גרויזאמער »

אזוי ווי יענער וואס איז געגאנגען ארבעטן אין א גראסערי
אזוי אז ווען די עקאנאמיע קראכט און יעדער וועט מוזן גיין ארבעטן אין גראסעריס וועט ער שוין זיין א מענעדזשער
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

גאר גוט ארויסגעברענגט!
לעצט פארראכטן דורך גראסערי מענטש אום זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16554
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך קוק אזוי אויפן זייגער, אמער איך האלט דאך שוין אפי’ נאך מערבית אבער ס’פארט זונטאג!

מאסיוו, אמת, ביטער, זאפטיג, אינפארמאטיוו און אויגן עפענד!

פופצי, ס’ביטער.

עסקנים, שמאנים. אם אין אני לי מי לי איז היינט שייך במלוא מובן המילה, און די עזרת נשים תירוץ איז ניטאמאל גילטיג היות די היינטיגע עקספענדיטשערס קומען אין א גרויס חלק דירעקטלי פונעם היכל הבית מדרש.

שטריימל
גלעזער
שמחות
קאר’ס
מאלדינגס
פורניטשער’ס
נסיעות
באורד’ס
שיך
כלים מכלים שונים
א.ד.ג.

דאס אלעס איז מענערישע אויסגאבן, לא עלינו. די נשים זענען צוטראגן אז די מענער זענען פשוט מער נישט דאהי, די קאפ איז צודריקט און דער הארץ איז לעהר.

נישטא מער קיין סטאנדארטן וואס איינער מאכט נאך דעם צווייטן, נאר געבליבן דער שיגעון אז יעדער דארף גאר איבערשטייגן דעם חבר פי כמה...

איין עצה איז דא; נעמען עדווענדעטש פונעם היינטיגן סטייל פון זיין ’יוניק’, זייט יוניק און טוט וואס איר שפירט ריכטיג.

גוד טו סי יו אלד פרענד!
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

הייליג ריכטיג. ֲ @פופציגער גאר גוט און שטארק ארויסגעשריבן. יעדעס ביסל עוועירנעס וועט נאר צוגעבן אז מיר זאלן זיך אויסלערנען צו לעבן מיט אחריות און ערוואקסנקייט.

כה לחי!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

@פופציגער שניידט שטיקער…

ווי האט אליעזר קרויס געזאגט יארן צוריק, ״אויב איך בין א עושר גייעך חתונה מאכן אין א בעיסמענט, רופן צען אידן, ענדיגן עלעווע, און מיין מחותן העט זיך פארענטפערן ׳מיין מחותן איז א עושר, און א עושר מעג טוהן וואס ער וויל״…

כ׳מיין אין די היינטיגע וועלט ברויכט זיך יעדער דערקלערן עושר…
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5160
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער ריכטיג פופציגער, א הארצוויי.

א גרויס חלק פון די פראבלעם איז אבער דאס טייערקייט אפילו פאר דעם וואס פארטי'ט שוין נישט. אדער האט קיינמאל נישט אנגעהויבן אפילו. מיט די זעלבע געלט וואס מ'האט געלעבט ברייט נישט לאנג צוריק, קען מען היינט קוים דורכשטופן.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

איינער פין די מענטשן וואס זענען ליידער אוועק ביי קאוויד איז געווען שמאי, ס'איז געווען א גוטע קאמפיין צו טרייבן ליצנות פין די 10 אלפים'דיגע שטריימל בעת ווען די קרעדיט קארטלעך זענען מעקסט אוט.
די מעלה פין די קאמפיין איז אז עס פלאצט די באבל, די באבל פין פיער פרעשור, יעדער וואס ליינט עס זאגט, יע יע, אזא פנים האט עס.
הלוואי איינער ברענגט עס צוריק.
אא+
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:33 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אא+ »

כתמר יפרח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:01 pm
איינער פין די מענטשן וואס זענען ליידער אוועק ביי קאוויד איז געווען שמאי, ס'איז געווען א גוטע קאמפיין צו טרייבן ליצנות פין די 10 אלפים'דיגע שטריימל בעת ווען די קרעדיט קארטלעך זענען מעקסט אוט.
די מעלה פין די קאמפיין איז אז עס פלאצט די באבל, די באבל פין פיער פרעשור, יעדער וואס ליינט עס זאגט, יע יע, אזא פנים האט עס.
הלוואי איינער ברענגט עס צוריק.
פיקט היינט האב איך געזאגט פאר א חבר אז דער עולם כאפט נישט וואסארא מצב אונץ זענען, א אינגעמאן קען ארבייטן 9-5 און נישט קענען קאבערן א basic לעבן
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

גאר אויפריכטיגע דיבורים, מען דארף זיין בלינד נישט דאס אליין צו זעהן, די גאנצע מושג פין די פארטיי'ס אין קומזיצען, גרילס אין די זומער וואכן, איז ממש געגאנגען שלאפן.

די פאנדרעיזערס מוטשענען זיך אסאך מער, די טשערידי קאמפיינס פאנפענען אונטער.

אין די מערסט אויפגעכאפטע קאמפעניס, זענען קעש אדווענס, אין די וואס עפענען קרעדיט קארדס...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אייזן ריכטיגע דיבורים
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

די ערשטע זאך דארף מען קאטן די אייוועלט מעמבערשיפ פי...
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4614
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ביטער גערעכט!

פיין געשריבן!
אוועטאר
נעדי רעפאנק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 29, 2024 8:53 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעדי רעפאנק »

ברדלס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:51 pm
די ערשטע זאך דארף מען קאטן די אייוועלט מעמבערשיפ פי...
און די קיאסק זיצן פארווער סהאט ניישט קיין סמארטפאון
איך בין זייער נייגעריג צו עני באדי באמערקט אפי אזא אונטערשריפט סאו פליז אויב דוהאסט עס באמערקט לאמיר וויסן אין אישי אדער ברמיזא אויפן סייט ייש''כ פיצי
אוועטאר
נעדי רעפאנק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 29, 2024 8:53 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעדי רעפאנק »

@אליעזר קרויס דו דארפסט דעיס ליינען
איך בין זייער נייגעריג צו עני באדי באמערקט אפי אזא אונטערשריפט סאו פליז אויב דוהאסט עס באמערקט לאמיר וויסן אין אישי אדער ברמיזא אויפן סייט ייש''כ פיצי
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4614
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

כתמר יפרח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:01 pm
איינער פין די מענטשן וואס זענען ליידער אוועק ביי קאוויד איז געווען שמאי, ס'איז געווען א גוטע קאמפיין צו טרייבן ליצנות פין די 10 אלפים'דיגע שטריימל בעת ווען די קרעדיט קארטלעך זענען מעקסט אוט.
די מעלה פין די קאמפיין איז אז עס פלאצט די באבל, די באבל פין פיער פרעשור, יעדער וואס ליינט עס זאגט, יע יע, אזא פנים האט עס.
הלוואי איינער ברענגט עס צוריק.
ווילאנג אונז ווארטן אויף שמאי'ס מיט קאמפיינס זענען מיר אליינס שולדיג, ווארט אים ביים קארנער..
אוועטאר
נעדי רעפאנק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 29, 2024 8:53 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעדי רעפאנק »

בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:58 pm
כתמר יפרח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:01 pm
איינער פין די מענטשן וואס זענען ליידער אוועק ביי קאוויד איז געווען שמאי, ס'איז געווען א גוטע קאמפיין צו טרייבן ליצנות פין די 10 אלפים'דיגע שטריימל בעת ווען די קרעדיט קארטלעך זענען מעקסט אוט.
די מעלה פין די קאמפיין איז אז עס פלאצט די באבל, די באבל פין פיער פרעשור, יעדער וואס ליינט עס זאגט, יע יע, אזא פנים האט עס.
הלוואי איינער ברענגט עס צוריק.
ווילאנג אונז ווארטן אויף שמאי'ס מיט קאמפיינס זענען מיר אליינס שולדיג, ווארט אים ביים קארנער..
מיט א שירעם אין קעיס אויס סהייבט אן רעגענען
איך בין זייער נייגעריג צו עני באדי באמערקט אפי אזא אונטערשריפט סאו פליז אויב דוהאסט עס באמערקט לאמיר וויסן אין אישי אדער ברמיזא אויפן סייט ייש''כ פיצי
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 12405
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

הייליג גרעכט! שכח @פופציגער
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9975
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איז לאמיר צולייגן א נקודה.

דער ארטיקל האב איך בעצם שוין פובליצירט מיט כמעט א יאר צוריק דורך אנדערע אופנים, און נישט נאר דאס, נאר בשעתו האב איך אריינגעלייגט אן א צאל כוחות, ענערגיע, און צייט, צו הייבן אביסל אן אויפוואכונג דערוועגן.

בס"ד האט זיך מיין ארבעט אביסעלע אויסגעצאלט, כהאב דאן געשריבן עטליכע ארטיקלען אין דעם נושא, אויף פארשידענע פלאטפארמעס, און געברענגט דערצו אז א שיינע פאר אישי הציבור האבן עס אויפגעברענגט און גערעדט דערוועגן.

עס איז שווער צו זאגן, אבער דער פאקט איז אז אסאך חברים האבן מיר דאן אוועקגעמאכט, געוויסע האבן סתם געהאלטן אז דער פופצי איז א גרינער אין די ביזנעס וועלט און יעדע שארך מיינט ער איז א צונאמי, סתם דמיונות, אנדערע האבן געשריגן איך בין א בייזוויליגע איבערטרייבער און שווארצ-קוקער.

כהאב יעדן געענטפערט די זעלבע זאך, איך רעד מיט ביזנעס אייגענטומער אויף א טעגליכן באזיס און איך הער... איך הער פון צווישן די שורות, און איך הער אויך קלארע דיבורים. ס’טויג נישט!

איך גלייך צו "געווינען" אין א דעבאטע, אבער נישט אין דעם טאפיק... דער נצחון אז היינט איז שוין יעדער מודה איז גארנישט אזוי געשמאק, נאר שטעכעדיג...

פארוואזשע דערצייל איך עס אייך? ווייל דאס ברענגט צום פראבלעם וואס @יאנאש האט אויפגעברענגט... איז עס אייך נישט קיין ווינדער אז דער אינגערמאן, דער אנזעצער וואס שלאפט נישט קיין נעכט פון חובות, דרייווט א טייערע קאר און סווייפט מפטיר יונה’דיג ווי נישט אים מיינט מען? כמיין, איז ער פלעין משוגע??

נאר וואדען, דאס איז דער הויפט פראבלעם דא. דער שיף זינקט פון איין זייט, און די אנדערע זייט שפילט נאך מוזיק!

מיר לעבן אין שארפע דענייעל!!

און דערפאר איז גוט און געראטן דאס רעדן דערוועגן און מאכן נויז... זיכערמאכן אז דער ציבור איז וואך!

רבי איד! אראפ מיט’ן פינגער ביי חתן בראשית! לייג צוריק די סאוער דאו חלה אויפן שעלף! ניין, נעם נישט נאכאמאל א יוקאן! צוקוועטש דיך אין אן אדעסי!
ווייל דו, יא יא דו, דו און דיינע אלע שכנים, אלע יוקאנס און טייערע שטריימלעך, זענען אנגעזעצט!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:04 am

סא בעסיקעלי די געשעפטן אין די מאונטענס האלטן זיך אויס פון amex? למעשה די עולם סווייפט און סווייפט אז מיין אויגן פליען ארויס. (איך רעד פון לכבוד שבת נישט פון איווענטס)
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9975
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

בערענשטיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:12 am

אםםם... עכט, יא...

סארי.

ליידער.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

איך האב געטראפן לעצטנס אויף "מספר" א סטאדי וואס איז געווארן אפגעהאלטן דורך RSK, די שטודיע איז שוין געווארן אפגעהאלטן מיט א יאר צוריק אבער די ציפערן זענען נאכאלס אינטערעסאנט.

עיין כאן:

https://mispar.co/insights/money-talks
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

בעיסיקלי ווי אסאך שרייבן דא צו אנדערע פלעצער אז די פארטי׳ס דעים זומער און אפילו פאר זומער שלאפן שוין!.. סא כאנישט קיינאנונג וואס דער פתוה״א וויל..
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:14 am
בערענשטיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:12 am
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:04 am
איז לאמיר צולייגן א נקודה.

דער ארטיקל האב איך בעצם שוין פובליצירט מיט כמעט א יאר צוריק דורך אנדערע אופנים, און נישט נאר דאס, נאר בשעתו האב איך אריינגעלייגט אן א צאל כוחות, ענערגיע, און צייט, צו הייבן אביסל אן אויפוואכונג דערוועגן.

בס"ד האט זיך מיין ארבעט אביסעלע אויסגעצאלט, כהאב דאן געשריבן עטליכע ארטיקלען אין דעם נושא, אויף פארשידענע פלאטפארמעס, און געברענגט דערצו אז א שיינע פאר אישי הציבור האבן עס אויפגעברענגט און גערעדט דערוועגן.

עס איז שווער צו זאגן, אבער דער פאקט איז אז אסאך חברים האבן מיר דאן אוועקגעמאכט, געוויסע האבן סתם געהאלטן אז דער פופצי איז א גרינער אין די ביזנעס וועלט און יעדע שארך מיינט ער איז א צונאמי, סתם דמיונות, אנדערע האבן געשריגן איך בין א בייזוויליגע איבערטרייבער און שווארצ-קוקער.

כהאב יעדן געענטפערט די זעלבע זאך, איך רעד מיט ביזנעס אייגענטומער אויף א טעגליכן באזיס און איך הער... איך הער פון צווישן די שורות, און איך הער אויך קלארע דיבורים. ס’טויג נישט!

איך גלייך צו "געווינען" אין א דעבאטע, אבער נישט אין דעם טאפיק... דער נצחון אז היינט איז שוין יעדער מודה איז גארנישט אזוי געשמאק, נאר שטעכעדיג...

פארוואזשע דערצייל איך עס אייך? ווייל דאס ברענגט צום פראבלעם וואס @יאנאש האט אויפגעברענגט... איז עס אייך נישט קיין ווינדער אז דער אינגערמאן, דער אנזעצער וואס שלאפט נישט קיין נעכט פון חובות, דרייווט א טייערע קאר און סווייפט מפטיר יונה’דיג ווי נישט אים מיינט מען? כמיין, איז ער פלעין משוגע??

נאר וואדען, דאס איז דער הויפט פראבלעם דא. דער שיף זינקט פון איין זייט, און די אנדערע זייט שפילט נאך מוזיק!

מיר לעבן אין שארפע דענייעל!!

און דערפאר איז גוט און געראטן דאס רעדן דערוועגן און מאכן נויז... זיכערמאכן אז דער ציבור איז וואך!

רבי איד! אראפ מיט’ן פינגער ביי חתן בראשית! לייג צוריק די סאוער דאו חלה אויפן שעלף! ניין, נעם נישט נאכאמאל א יוקאן! צוקוועטש דיך אין אן אדעסי!
ווייל דו, יא יא דו, דו און דיינע אלע שכנים, אלע יוקאנס און טייערע שטריימלעך, זענען אנגעזעצט!
סא בעסיקעלי די געשעפטן אין די מאונטענס האלטן זיך אויס פון amex? למעשה די עולם סווייפט און סווייפט אז מיין אויגן פליען ארויס. (איך רעד פון לכבוד שבת נישט פון איווענטס)
אםםם... עכט, יא...

סארי.

ליידער.
ס׳איז נישטא קיין ענין יעצט צו אנקוקן יעדער וואס קויפט מער ווי די מינימום, אלץ א אנזעצער. דאס קומט פון ווייטאג אדער קנאה.

כלל ישראל וועט זיך אי״ה צוריקשטעלן ביתר שאת וביתר עוז. אוודאי איז וויכטיג צו לעבן מיט א חשבון און מיט אחריות אבער צו לויפן יעצט צום אנדערען עקסטרעם קומט פון אזא ״אויב איך נישט, זאלסטו אויך נישט האבן״ מהלך.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2431
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

בערענשטיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:12 am

סא בעסיקעלי די געשעפטן אין די מאונטענס האלטן זיך אויס פון amex? למעשה די עולם סווייפט און סווייפט אז מיין אויגן פליען ארויס. (איך רעד פון לכבוד שבת נישט פון איווענטס)
די רירסט אן א סענסעטיוו טאפיק, באט דעי אלע נייע טייערע פענסי סטארס זענען דעזיינט געווארן נאך אין די קאוויד צייטן.

כהיום ליידער ...
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”