די פארטי איז אווער!
היינט לאמיר אויפברענגען א טעמע, דאסמאל אן ערנסטן טעמע, און יעצט מיין איך עס טאקע ערנסט...
די שארפע גערוכן פון וויין און שעמפעין פילט אן די לופט. ליידיגע פלעשער און האלב אויסגעטרונקענע גלאזן אויסגעשפרייט איבעראל. שיריים פון די שווערע שטיקער פלייש און רייכע צושפייזן טרעפן זיך ביי די זוימען פון די לעהרע טעלערס אויף די טישן. איבערבלייבענישן פון טייערע טארטן און געטראנקען וואו אימער. אבער דער זאל איז שטיל... דא דארט זעט מען עמיצן נאך אזוי האלב פארשלאפן אינמיטן זיך אויסניכטערן פונעם פארטי, און אצינד האלטן שוין רוב באטייליגטע ביי די שושן פורים סטייל נאכווייען...
וועקט אייך אויף אידן! די פארטי איז אווער! ס’שוין מוצאי לכל השיטות!
***
מיר געדענקען גוט די זיבן זאטע יארן. די פאר יאר פאר קאראנע (אינטערסאנט דער געשאפענער טיילונג פון "פאר קאראנע" און "נאך קאראנע", עפעס אזא נאסטאלגישע "דער רבי נאך פארן סטראוק" געדאנק) ווען מען האט געהערט אין די קאווע שטיבלעך און אין די מקוואות אז לעצטנס איז דא גרויס געלט ביים היימישן ציבור, און אינגע עשירים’לעך יאווען זיך אין די מאסן.
שפעטער, אין די נאך קאראנע צייט, האט עס גענומען א היסטאריש-היסטערישן שפרונג ווייטער, ווען אונזער געמיינדע איז ליטעראליש געווארן פארפלייצט מיט פרישע עשירים אזש ס'שוין געקומען צו א פוינט וואס ס’שוין בכלל נישט געווען אינטערסאנט צו זיין אן עושר און דער מיליאנער האט געשפירט ווי דער עוורידזש אינגערמאן.
אונזערע לעבנס סטאנדארטן האבן זיך געהויבן ווי עס וואלט קיין מארגן עקזיסטירט. יעדע אפגעריסענער אינגערמאן האט געפראוועט שמחות ווי די פארצייטישע נגידים, און פרעכטיגע ווילאס און פאלאצן וואס אמאל איז געווען אחד בעיר איז יעצט געווארן שנים במשפחה.
אלע צוימונגען פון פריער, א שטייגער ווי צמצום הוצאות החתונות א.ד.ג. זענען צעבלאזן געווארן מיט’ן בייזן ווינט, און אויף זייער פלאץ האבן זיך אריינגעשטעלט מיעט בארדס, יוקאנס, און טייערע שטריימלעך.
ווער עס האט נאר געארבעט אין די אינדוסטריע פון לוקסוס און מותרות איז רייך געווארן, און ווער נישט האט געזוכט צו עפענען אזא ביזנעס...
ארגאניזאציעס האבן געמאכט א לעבן, געשארט גרויס געלט און געהאט ווינציג פאר וועמען צו טיילן... דען אפילו די וועלכע האבן נישט געהאט קיין פרנסה האבן געהאט אנעמפלוימענט און ווייסעכוואס נאך.
פעטער שמואל האט געטיילט, און דער באן איז געפארן.
***
ויהי ממחרת.
מיר געדענקען שוין נישט וויאזוי מ’לעבט א נארמאלן לעבן מיט אן איינגעהאלטענעם סטאנדארט, און דא האט דער בראך פאסירט.
מ’הערט רעדן, קומט יא א רעסעסיע, קומט נישט. א באנק קראכט, מארטגעדזש ראטעס פליען ארויף אין ספעיס. אינפלאציע ראטעס איז אין איין יאר געווען ווי אין פרידנסצייטן אין 10 יאר (דאס איז נישט קיין איבערגעטריבענע נומער ווען מ’רעדט פונעם היימישן מארקעט!), א צעמישעניש הערשט, אבער דער קרעדיט קארטל ארבעט נאך - דערווייל.
לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א גרויסן אקאונטענט, זאגט ער מיר כהאי לישנא: מיר האלטן נישט פאר א רעסעסיע! מיר זענען נישט אויפ’ן בארג אראפ! מיר זענען אונטן! די עקאנאמיע איז אין דער ערד!
און ער לייגט צו: איך האב קליענטן וואס מיינען נאך יעצט אז זיי זענען גרויסע עשירים, און איך דארף זיי קלארשטעלן אז זיי זענען בעלי חובות!
עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין יעצט אין אן אריכות איבער די לעבנסשטייגער און די קאסט פון לעבן ביי אונז, אבער די פשוטע ציפערן שרייען און מאנען.
אויסצוהאלטן א שטוב מיט קינדער אויף די בעיסיק סטאנדארטן, אן קיין לוקסוס, קאסט פיל מער ווי דאס וואס רוב כלל ישראל פארדינט! און דאס איז נאך איידער מען רעדט פון הוצאות פאר א שמחה.
און איך רעד דירעקט נישט קיין ציפערן, ווייל אויף ציפערן קען מען אנהייבן דעבאטירן. איך רעד פשוט פאקטן. אדרבה, פרעגט אייך נאך. און אויב ווילט איר הערן מער אפן; קוקט אריין אין אייער אייגענעם בודזשעט!
***
עטוואס, דא און דארט, האט זיך שוין אנגעהויבן דערקענען די שפאלטן אין די גאלדענע אייז. מ'זעט שוין יא ווי געוויסע טרעטן אראפ פונעם אויפגעריסענעם לעבנסשטייגער, געוויסע פון אנערקענונג צום מציאות, אבער מער טוען עס געצווינגענערהייט... דער קרעדיט קארטל פייפט און בלינקט...
דער אקאונטענט הנ"ל האט מיר געעפנט די אויגן אז דער מצב טויג נישט, און איך האב אנגעהויבן אביסל טון קליינע פארש ארבעט וואס האט מיר אנטפלעקט דעם בילד מיט די ריכטיגע קאלירן.
איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א קאנטראקטער, איינער וואס איז גאר סוקסעספול אין זיין ליין און איז באמת א שיינע בעל פרנסה נאך פון פאר די קאוויד צייטן... זאגט ער מיר די ווערטער "איך האב נאך אפאר אלטע דזשאבס וואס איך ענדיג יעצט, און ווי עס קוקט אויס גיי איך זיך צוריקזעצן אין כולל ביז אפאר וואכן... נישטא קיין ארבעט!"
און ער זאגט מיר נאכמער, אז אפילו די דזשאבס וואס ער האט יא, איז ביטער די מצב... מענטשן האבן באשטעלט רענאוואציעס און שיינע אויפרייסערישע עקסטענשאנס צו זייערע הייזער ווען די גרויסע געלטער זענען געליגן אין באנק אקאונט, אבער יעצט ווען עס קומט צו באצאלן איז דאס געלט שוין א פארגאנגענהייט... דאס ברענגט אז דער קאנטראקטער באקומט נישט באצאלט, ער קען נישט צאלן קיין סאב'ס און קיין ארבעטערס, און אזוי זענען דא א גאנצע קייט אנזעצערס אויף יעדע דזשאב וואס איז נאך יא דא.
א צווייטע פירמע, איינער וואס מאכט א געוויסע שיינע דעקארירונג פאר הייזער זאגט מיר אז א יאר צוריק האט ער נישט געקענט נאכקומען די ארבעט. יעצט האט ער נאך איין ביהמ"ד וואס ער ענדיגט א דזשאב און נאך איין הויז וואס ער ווארט יענער זאל באשטעטיגן אז ער האט שוין געלט צו גיין ווייטער, און פון דא און ווייטער קוקט נישט אויס ווי ס'דא ארבעט.
דער גראסערי מאן זאגט מיר מיט פשטות "יא, א נייע זאך... מענטשן האבן אנגעהויבן קוקן פרייזן און קאמפעירן אייטעמס".
א ריעל עסטעיט אגענט דא ביי אונז אין שטאט זאגט אז 2 יאר צוריק איז זיין דזשאב געווען א מחי'... יעדע הויז פאר יעדע פרייז איז געגאנגען... היינט צוטאגס רוקן זיך זאכן שווער און קרעכצעדיג.
א יערליכע חתן תורה קויפער זאגט מיר אז פאריאר איז ער געלאפן פון איין מנין צום צווייטן (ביי די קליינע מנינים אין ביהמ"ד הגדול) און נישט געקענט קויפן ווייל די נייע יוקאן באזיצער האבן געריסן פרייזן אין די טויזנטערס... היי יאר האט ער פאר'ן פרייז וואס ער האט געטראפן פאריאר געקענט קויפן עטליכע שטיק רואיגערהייט...
און אזוי קען איך אויסרעכענען נאך א רייע פירמעס מיט וועמען איך האב פערזענליך גערעדט פון פון יעדן געהערט דאס זעלביגע. דער פארטי איז אווער!!
***
אבער... דא קומט דער אבער...
פון וויסן אז מיר זענען אין א גרוב דערזעט מען זיך נאכנישט אידרויסן...
ניין. איך האב נישט קיין עצה דערווייל, איך ווייס אז עסקנים זיצן און זענען מטכס עצה דערוועגן, אבער איך בין נישט פון די עסקנים. איך בין א פשוט'ער אינגערמאן וואס איז מיר אויסגעקומען צו הערן דאס, און איך האלט ס'זייער וויכטיג צום ערשט צו ברענגען אן אויפפאכונג און עס זאגן און איבערזאגן נאכאנאנד קלאר און גראפיש: דער מצב איז אנגעזעצט!!
איי, וואס האט מען פון זאגן און איבערזאגן? זייער פשוט, ס’נישט ס’ערשטע מאל די עקאנאמיע גייט שלאפן.
אבער דאס אז איין זייט שיף זינקט שוין און אויפ’ן צווייטן זייט שפילט נאך מוזיק, איז ארכי-טראגיש!
אסאך עגמת נפש וואלט מען געקענט פארשפארן ווען דער עולם זאל פלעין כאפן אז די פארטי איז אווער.
אסאך אנגעזעצטע לאונס וואלטן נישט לכתחילה געבארגט געווארן...
אסאך פארמאכטע ביזנעסער וואלטן נישט לכתחילה געעפנט געווארן...
מצד שני איז בעצם יא דא וואס צו טון, דאס איז אז יעדער זאל זיך אנגארטלען מיט זיין כח היחיד און ביי זיך פרובירן צו זען וואו ער קען אראפרוקן די הויכע סטאנדארטן.
לאמיר זיך צונויפשמועסן, און אדרבה, אויב האט איינער וואס צו צולייגן און צוצייגן וואו און וואס מען קען טון צו אפהאלטן א קריזיס פון באטרעפן דעם היימישן ציבור, זאל מען אריינקומען עס אויסשמועסן.