איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

וואס? האסט געזעהן די מארקעטינג קאמפיין? ספיינע נייעס... נישט נארמאל מיט די איידיעס וואס זיי קומען אויף מיט... ווער? אוואדע פיוואט. פיוואט איז קינג...
נארישקייטן, די עיקר איז די טאג פון די קאמפיין זעלבסט... עס גיסט זיך דארט פלייש און וויין, נישט פשוט... יעדער דיטעיל איז אויסגעארבעט אויפן שענסטע אופן...
און דעיס איז שוין נאך די קליינע מסיבות די לעצטע פאר וואכן...
פרעגסט מיר? געלט און גארביטש!! אויף וועמענס אחריות?! מען שפילט זיך ארום מיט צדקה געלט?? האו קעירס וועלכע קאלער די טושטוך איז?! פארדעם דארף מען גיסן געלט אין מיסט?! מען מיז צאלן צענדליגע טויזענטע דאלערס אז די עולם זאל געבן אביסל געלט?... ווער נעמט פאראוואנטליכקייט? משוגע צום טויט...;:;: הפקר יונגען...!

********************

וואס איז פשט?! מען פאקט אויס די ווייטאג וואס דעי מענטשן גייען אריבער בפני קהל ועדה?
האסט אריינגעטראכט ווי שווער ס'איז פאר די באטרעפענדע?
ביזי בזיונות... בושות וחרפות... קוקו...!
נישט גענוג זיי גייען דורך די שוועריקייטן און ליידענישן דארף מען זיי אויספראקן ברבים?!?...
אהא, מען קען נישט מאכן קיין געלט אנדעם? האסטו געפרעגט דעי אירע אויב זיי קענען באשטיין פאר די בישות צו באקומען הילף?? לא מעיקצך ולא מדיבשך!...

********************

האסט געזעהן די קאנסערט וואס זיי האבן אהערגעשטעלט?!
פרעך!
מען נעמט א היימישע חסידישע ציבור און מען מאכט פון אונז מאדערן ארטעדאקס..
ווי איז געהערט געווארן א קאנסערט פאר תורה טרייע אידן?!?! פוי!!!
אלע רבנים האבן עס געאסערט...!
ווייל ער דארף מאכן געלט דארף ער נידערן אידישקייט סטאנדארטן?! הזאת נעמי?! גענוג איז גענוג!!!
איך געב שוין נישט קיין געלט פאר דעי ארגענעזאציע... גייט מיך נישט אן, זאל די עולם שטארבן...! איך סאפפארט נישט אזא זאך!

**********************
פרעג נישט..... די פאליטיק וואס גייט דארט פאר איז טערעביל... אזוי גוי'איש...
וואס? חסד? קאראפשן! די קארדינעיטערס פייניגן די מענטשהייט מיט זייערע גרויסהאלטערישע עגא!
סתם רייסערס! זיי זיכן בכלל נישט צו העלפן... והא ריאה זיי נעמען נישט אן קיין נייע מעמבערס...
נאר ווער ס'האט פראטעקציע מיט די קנאקערס.. אן עקל!
מען דארף עפענען א נייע ארגענעזאציע...!

**********************

עסקן אין קאפ אריין... ער איז דא פאר זיין כבוד און געלט. פינטל!
וועלכע רבנים שטיצן אים בכלל?!
איך האב געהערט בשם אן אנאנימער ריזיגע מאכער אז ער טוט נישט גארנישט... ער איז נאר דא פאר די בילדער... איך ווייס אלץ פאקט.
נארישקייטן, ער האט נאכנישט אריינגעשטעקט א פינגער אין קאלט וואסער...
אפילו זיין קהילה שעמט זיך מיט אים...
מען דארף אים באזייטיגן זאפארט...!

*********************

וואס דארפן זיי אזוי סאך געלט???
וואס פונקטלעך טוט ער מיט פינעף מיליאן דאללער?!?!
דאונט ווארי... אונז ווייסמיר פונקטלעך ווי די לאך ליגט....
סיריעסלי? אזוי סאך געלט פאר דעי פאר קליינעקייטן? ווער דארף עס בכלל?! דעי געלט וואלט געקענט גיין פאר סאך וויכטיגערע זאכן ..
ער ניצט אויס כלל ישראל פאר משוגעתן און דערביי פארשוועמט ער תבין ותקילין...
עבירה צו שטיצן אזא ארגענעזאציע...!

********************


איך גלייב אז מען כאפט שוין וואס איך וויל דא ארויסברענגען...
שטייען אידן, צדיקים, וואס געבן אוועק זייער גאנצע לעבן צו העלפן כלל ישראל, זה בכה און זה בכה. אידן וואס שלאפן נישט קיין נעכט, אידן וואס ראטעווען לעבנס יעדן טאג, אידן וואס העלפן כלל ישראל אויף אן אבנארמאלע פארנעם, אידן וואס מאכן ליכטיג אידישע שטיבער.

קומען געוויסע נידערטרעכטיגע פאברעכער, וועלכע האבן נאך קיינמאל געהאלפן א צווייטע איד, און האבן דעות, שיטות און טענות ומענות ווי כאילו עס גייט זיי אן...
מען בויעט בנינים און מען בארעדט מענטשן... מען מאכט קאליע קאמפיינס און גראבט אונטער...
פארוואס? פארווען?
ווילסט העלפן כלל ישראל? געגאנגען... ווער לאזט דיך נישט? אבער פארוואס אראפרייסן יענעם?!?!
די אדער דיין ברודער אדער טאטע אדער שוואגער איז שוין געהאלפן געווארן פון דעי ארגענעזאציע. דעי ארגענעזאציע האט אים געראטעוועט זיין לעבן, זיין שטוב... און די שטייסט און די רייסט זיי אראפ אויף א פרעכן אופן כאילו מען רעדט דא פון א גאווערענער פון קאלטפארניע...!

האסט א טענה? איך הער, אפשר פראביר צו רעדן מיט די עסקנים פון די ארגענעזאציע... אבער שטיין און אראפרייסן ברבים?!?! ביסט נארמאל?!?! ער ארבעט פאר דיר? די באצאלסט אים?! די אדער דיין נאנטע קרוב באניצט זיך מיט זיינע סערוויסעס אדער געלט וכו' , שטייסטו און די העצט אקעגן זיי?!?!

וואס מיינסטו פארדינסטו פון אראפרייסן ברבים חוץ אז די ארגענעזאציע באקומט א שלעכטע נאמען און פארלירט געלט...?
אויף וועמענס אחריות?!?!?!

שוין... והוא רחום יכפר עוון ולא ישחית.......
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
מוסר זאגער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 12, 2023 11:48 am

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוסר זאגער »

בארואיגט אייך ביטע!

הייליג גערעכט...👍👍👍
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

שטארק שטארק!!!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

Break
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7532
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גאר שטארק און אמת!!
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אנגעפאשעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:59 am

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעפאשעט »

@גראדע שכל איט איז!
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

רבי לעבן.

זיי מוחל און שרייב נעמען.

נישט אלע טענות, ווייס איך וועלכע ארגעניזאציע איהר מיינט......

חאטש אישי.......


אגב.
איהר זאגט גוט
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

💪💪💪💪
שטארק
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
דו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9572
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

זייער גוט געזאגט!
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:10 am
רבי לעבן.

זיי מוחל און שרייב נעמען.

נישט אלע טענות, ווייס איך וועלכע ארגעניזאציע איהר מיינט......

חאטש אישי.......


אגב.
איהר זאגט גוט
איך מיין די פארשטייסט זיין פוינט
דער אייבירשטער האלט די רעכטע האנט!
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

האסט געזען די ארטיקל אויף אייוועלט? סתם געמאלן וואסער!
וואס טוט מען נישט פאר אפאר לייקס?...
איינער וואס האט נישט וואס צו טון קלאפט צאם אפאר ווערטער,
און יעלה ויבא, ער האט אן ארטיקל צום טיש. איינוועגס רייסט ער ארונטער האלב כלל ישראל.
טו מיר א טובה, שרייב נישט און לאז געמאכט....!




כאפסט די נקודה, יא?...
הערליך שיין און קלאר!! גאר וויכטיגע דיבורים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

יא יא

א גרויס ווייטאג! א ריזיג ווייטאג! אינטער יעדע געשעפט שטייט א איד וואס האט געטראכט שעות ארוכות פאר א געדאנק, אוועקגעלייגט געלט אדער געבארגט גאר, אמאל נעמט ער נאך א געלט שותף אויך, ער האט א משפחה וואס איז מתפלל יעדן טאג פאר זיין הצלחה און סייעתא דשמיא - אמאל טוהט דער אויבערשטער מחמת רוב טובתו מאכען אז דער אידעלע גייט א דורעך שווערע צייטען, א קאמפעטישען א שטארקע, דער עולם גלייכט נישט זיינע סחורה, עס פעהלט נשיאות חן און מיט א וויש פון א ווארט באגראבט מען מיט א ווארט דעם מענטש מיט זיין געשעפט.

וואוילע גוטע אידען, טוהטס דאס נישט. עס איז א עוולה נוראה, מען רעדט פון יענעמס בלוט און שווייס כאילו מען רעדט פון גויאישע פאליטיק! עס ברויך א שטארקע תיקון. נאדיר מיין ערשטע אייוועלט מחאה.

כלפי מה דברים אמורים, עס האט זיך פארמאכט א געשעפט די פארגאנגענע וואך און איך קען נישט די בעל בית אבער די מעשה איז געווארען פארציילט מיט אזא מין זאפט אז עס האט זיך געדאכט אז דער איד איז געוועהן א באקאנטער עוכר ישראל אז מען האט זיך געפרייט מיט זיין מפלה. שומו שמים, יודען זענען וואויל און גוט און אמאל דארף מען נאר א דערמאנונג ווער אונז זעמיר.

טאטע לייז אונז שוין אויס, מיר זענען סך בעסער ווי דעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4590
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שטארקע נקודה!

קיינער איז נישט פערפעקט, איבעראל קען מען טרעפן חסרונות, אז דו קענסט בעסער כל הכבוד, לאמיר זעהן טוה.

אדערווייז גיב דיין פאר דאלער און רעד נישט!

אגב, כהאב גענומען א פעידזש…
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

שלמה מולכו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:45 am


אגב, כהאב גענומען א פעידזש…
כ'האב נישט קיין סערוויס געהעריג לעצטנ'ס.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אויפגעבראוזטער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:30 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעבראוזטער »

ווי זאגט די וועלט.
די וועלט איז ציטיילט אין צוויי, דעי וואס טוהען און דעי וואס קריטיקירן אויף דעי וואס טוהען...
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

גוט!!!
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
בלאט פלעק
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

וויזוי שטייט פון צדיקים, באשעפער האסט נישט ליב ווי אזוי מיר פירן זיך אויף תשעה באב נעם עס אוועק פון אונז און ברענג משיח, באשעפער האסט נישט ליב ווי אזוי מיר בארעדן די ארגענעזאציעס העלף אלע אידן וועלן מיר נישט דארפן קיין ארגענעזאציעס.
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111


"איך האב נישט פארשטאנען וואס ער האט יעצט געזאגט, און איך מיין אז ער אליין האט אויך נישט פארשטאנען”
קרעדיט טראמפ
אוועטאר
איוואן ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 12:26 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן ראזענבערג »

דרך אגב, איך קען א שיינע מספר פון ארגענאזאציעס, און רוב מאל זענען די מענטשן הונדערט פראצענט מסכים מ'זאל ארויסלייגן די ענין. (און יא! א גרויס חלק פון די געהאלפענע זענען מסכים צו גיין פאר א קאמערע מ'זאל זיי אפכאפן... זאג מיר נישט אז זיי האבן א פראבלעם.)
יעדע ארגענעזאציע פעלט זיך אויס פול-צייט ארבייטער, און יא! זיי האבן די פולע רעכט צו מאכן געלט דערויף!!!
זיך היילן איז גרינג, דו דארפסט נאר א רצון און אן אפענע דעת! (אויב האלטסטו אנדערש ביסטו נאכנישט אנגעקומען...)
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע:אין פאס

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

אמאל געהערט פון ר' מאיר מרדכי ענטפערן אז סאיז געווען צוויי אפשענס אדער די ארגאניזאציע מיט די אלע פראבלעמען אדער נישט קיין ארגענעזאציע ווייל די פראבלעמען, וועלכע וועלט איר אויס?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

הייליג גערעכט
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אויפגעבראוזטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:09 pm
ווי זאגט די וועלט.
די וועלט איז ציטיילט אין צוויי, דעי וואס טוהען און דעי וואס קריטיקירן אויף דעי וואס טוהען...
גוט!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

גראדע שכל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:45 pm
אויפגעבראוזטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:09 pm
ווי זאגט די וועלט.
די וועלט איז ציטיילט אין צוויי, דעי וואס טוהען און דעי וואס קריטיקירן אויף דעי וואס טוהען...
גוט!
הונדערט פראצענט וואר
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:15 am
האסט געזען די ארטיקל אויף אייוועלט? סתם געמאלן וואסער!
וואס טוט מען נישט פאר אפאר לייקס?...
איינער וואס האט נישט וואס צו טון קלאפט צאם אפאר ווערטער,
און יעלה ויבא, ער האט אן ארטיקל צום טיש. איינוועגס רייסט ער ארונטער האלב כלל ישראל.
טו מיר א טובה, שרייב נישט און לאז געמאכט....!




כאפסט די נקודה, יא?...
הערליך שיין און קלאר!! גאר וויכטיגע דיבורים.
@יצחק אייזיקל בתפארתו...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

ביסט גערעכט אן שרייען אויך!

אבער....

שטארק שטארק!!!
היים שפראך
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:04 pm

Re: איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היים שפראך »

געווענליך די אלע וואס האבן טענות אויף געוויסע ארגענעזאציע'ס אז זײ מיינען נאר זיך, אדער אז זיי זענען נאר דא פאר די געלט אא''וו, איז די סיבה ווייל זיי קענען נישט גלייבן אז ס'איז עכט דא אידן וואס זענען דא צו העלפן איינדערע.

און גערעכט אויב זיי וואלטן ווען געפירט א ארגאניזאציע וואלט עס טאקע אזוי אויסגעקוקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”