איך געב שוין נישט קיין געלט פאר אזא ארגענעזאציע!
נארישקייטן, די עיקר איז די טאג פון די קאמפיין זעלבסט... עס גיסט זיך דארט פלייש און וויין, נישט פשוט... יעדער דיטעיל איז אויסגעארבעט אויפן שענסטע אופן...
און דעיס איז שוין נאך די קליינע מסיבות די לעצטע פאר וואכן...
פרעגסט מיר? געלט און גארביטש!! אויף וועמענס אחריות?! מען שפילט זיך ארום מיט צדקה געלט?? האו קעירס וועלכע קאלער די טושטוך איז?! פארדעם דארף מען גיסן געלט אין מיסט?! מען מיז צאלן צענדליגע טויזענטע דאלערס אז די עולם זאל געבן אביסל געלט?... ווער נעמט פאראוואנטליכקייט? משוגע צום טויט...;:;: הפקר יונגען...!
********************
וואס איז פשט?! מען פאקט אויס די ווייטאג וואס דעי מענטשן גייען אריבער בפני קהל ועדה?
האסט אריינגעטראכט ווי שווער ס'איז פאר די באטרעפענדע?
ביזי בזיונות... בושות וחרפות... קוקו...!
נישט גענוג זיי גייען דורך די שוועריקייטן און ליידענישן דארף מען זיי אויספראקן ברבים?!?...
אהא, מען קען נישט מאכן קיין געלט אנדעם? האסטו געפרעגט דעי אירע אויב זיי קענען באשטיין פאר די בישות צו באקומען הילף?? לא מעיקצך ולא מדיבשך!...
********************
האסט געזעהן די קאנסערט וואס זיי האבן אהערגעשטעלט?!
פרעך!
מען נעמט א היימישע חסידישע ציבור און מען מאכט פון אונז מאדערן ארטעדאקס..
ווי איז געהערט געווארן א קאנסערט פאר תורה טרייע אידן?!?! פוי!!!
אלע רבנים האבן עס געאסערט...!
ווייל ער דארף מאכן געלט דארף ער נידערן אידישקייט סטאנדארטן?! הזאת נעמי?! גענוג איז גענוג!!!
איך געב שוין נישט קיין געלט פאר דעי ארגענעזאציע... גייט מיך נישט אן, זאל די עולם שטארבן...! איך סאפפארט נישט אזא זאך!
**********************
פרעג נישט..... די פאליטיק וואס גייט דארט פאר איז טערעביל... אזוי גוי'איש...
וואס? חסד? קאראפשן! די קארדינעיטערס פייניגן די מענטשהייט מיט זייערע גרויסהאלטערישע עגא!
סתם רייסערס! זיי זיכן בכלל נישט צו העלפן... והא ריאה זיי נעמען נישט אן קיין נייע מעמבערס...
נאר ווער ס'האט פראטעקציע מיט די קנאקערס.. אן עקל!
מען דארף עפענען א נייע ארגענעזאציע...!
**********************
עסקן אין קאפ אריין... ער איז דא פאר זיין כבוד און געלט. פינטל!
וועלכע רבנים שטיצן אים בכלל?!
איך האב געהערט בשם אן אנאנימער ריזיגע מאכער אז ער טוט נישט גארנישט... ער איז נאר דא פאר די בילדער... איך ווייס אלץ פאקט.
נארישקייטן, ער האט נאכנישט אריינגעשטעקט א פינגער אין קאלט וואסער...
אפילו זיין קהילה שעמט זיך מיט אים...
מען דארף אים באזייטיגן זאפארט...!
*********************
וואס דארפן זיי אזוי סאך געלט???
וואס פונקטלעך טוט ער מיט פינעף מיליאן דאללער?!?!
דאונט ווארי... אונז ווייסמיר פונקטלעך ווי די לאך ליגט....
סיריעסלי? אזוי סאך געלט פאר דעי פאר קליינעקייטן? ווער דארף עס בכלל?! דעי געלט וואלט געקענט גיין פאר סאך וויכטיגערע זאכן ..
ער ניצט אויס כלל ישראל פאר משוגעתן און דערביי פארשוועמט ער תבין ותקילין...
עבירה צו שטיצן אזא ארגענעזאציע...!
********************
איך גלייב אז מען כאפט שוין וואס איך וויל דא ארויסברענגען...
שטייען אידן, צדיקים, וואס געבן אוועק זייער גאנצע לעבן צו העלפן כלל ישראל, זה בכה און זה בכה. אידן וואס שלאפן נישט קיין נעכט, אידן וואס ראטעווען לעבנס יעדן טאג, אידן וואס העלפן כלל ישראל אויף אן אבנארמאלע פארנעם, אידן וואס מאכן ליכטיג אידישע שטיבער.
קומען געוויסע נידערטרעכטיגע פאברעכער, וועלכע האבן נאך קיינמאל געהאלפן א צווייטע איד, און האבן דעות, שיטות און טענות ומענות ווי כאילו עס גייט זיי אן...
מען בויעט בנינים און מען בארעדט מענטשן... מען מאכט קאליע קאמפיינס און גראבט אונטער...
פארוואס? פארווען?
ווילסט העלפן כלל ישראל? געגאנגען... ווער לאזט דיך נישט? אבער פארוואס אראפרייסן יענעם?!?!
די אדער דיין ברודער אדער טאטע אדער שוואגער איז שוין געהאלפן געווארן פון דעי ארגענעזאציע. דעי ארגענעזאציע האט אים געראטעוועט זיין לעבן, זיין שטוב... און די שטייסט און די רייסט זיי אראפ אויף א פרעכן אופן כאילו מען רעדט דא פון א גאווערענער פון קאלטפארניע...!
האסט א טענה? איך הער, אפשר פראביר צו רעדן מיט די עסקנים פון די ארגענעזאציע... אבער שטיין און אראפרייסן ברבים?!?! ביסט נארמאל?!?! ער ארבעט פאר דיר? די באצאלסט אים?! די אדער דיין נאנטע קרוב באניצט זיך מיט זיינע סערוויסעס אדער געלט וכו' , שטייסטו און די העצט אקעגן זיי?!?!
וואס מיינסטו פארדינסטו פון אראפרייסן ברבים חוץ אז די ארגענעזאציע באקומט א שלעכטע נאמען און פארלירט געלט...?
אויף וועמענס אחריות?!?!?!
שוין... והוא רחום יכפר עוון ולא ישחית.......