אויף וואס וויינען מיר אין די טאג?
פארוואס ווייינען מיר היינט נאכט?
היינט נאכט וועלן מיר זיך אלע צוזאם זעצן אין די בתי מדרשים וויינען אין קלאגן אויף די חרבנות וואס זענען פארגעקומען פאר כלל ישראל אין דעי נאכט דורך אויס די יארן,
לאמיר אריבער גיין אין קורצן די עיקר טראגעדיעס אין געשעהנישן וואס זענען פארגעקומען די נאכט............
1 – די ערשטע מאל וואס תשעה באב איז אריין אין די אידישע היסטאריע, איז געווען ממש א קורצע צייט נאך כלל ישראל איז ארויס פון מצרים, נאך זייער בקשה האט די מנהיג רוחני משה רבינו געשיקט 12 שפיאנען קיין ארץ כנען, כדי צו זען ווי איז די בעסטע מהלך איין צו נעמען דאס צוגעזאגט לאנד, 10 פון די 12 שפיאנען זענען 10 צוריקגעקומען, און מיט פחד האבן זיי זיך גענומען פארציילן שרעקליכע זאכן וואס זיי האבן זיך אנגעזען אין דעם צוגעזאגט לאנד, אויף מענטשן וואס זענען גרויס ביזן הימל, אין שטעט וואס זענען ארום גענומען מיט גאר גרויסע מויערן, בקיצור, מיר האבן נישט קיין טשאנץ איינצונעמען דעם ארץ זבת חלב ודבש,
די שרעקליכע רייט פון די 10 האבן אריינגעלייגט די פאלק אין א יאוש אין א פאניק, אין זיי האבן זיך אפגעזאגט פון ווילן ארויף גיין קיין ארץ ישראל,
אלץ עונש צו דעם האט הקב"ה געמאכט אז קיין איינער פון אפרעדערס האבן נישט זוכה געווען אריין צו גיין אינעם צוגעזאגט לאנד, פאר 40 יאר האבן זיי ארומגעוואנדערט אין מדבר ביז אלע פון זיי זענען אויסגעשטארבן אין מדבר
זאגט די גמרא תענית
"ויבכו העם בלילה ההוא", אמר הקב"ה: " אתם בכיתם בכיה של חינם ואני קובע לכם בכיה לדורות"
ענק האבן געוויינט אומזיסט איך וועל אייך שוין גיבן וואס צו וויינען
2- בית המקדש של שלמה
א הערליכע בנין געבויעט מיט די ריזן הערליכע ביימער פון לבנון, באצירט מיט טייערע מארמארשטיינער, געבויעט דורכן חכם מכל אדם, שלמה המלך אליינס,
נאך זיין פטירה האט זיך כלל ישראל צוטיילט אין צוויי מחנות, 10 שבטים האבן זיך אפגעזאגט פון זיך אינטערטעניגן צום זון פונעם קעניג שלמה, רחבעם, זיי האבן אויפגענומען ירעבם בן נבט אלץ מלך, אין שפעטער האבן זיי אוועקגעשטעלט זייער הויפט שטאט אין די שטאט שומרון, זיי האבן זיך א נאמען געגעבן "מלכות ישראל", נאר שבט בנימין אין יהודה זענען געבליבן אונטער מלכות בית דוד מיט די קעניגרייך אין "ירושלים"
150 יאר פארן חורבן בית ראשון האט די קעניג פון אשור אטאקירט אין איינגענומען די מלכות ישראל, ער האט פארטריבן די 10 שבטים אין גלות קיין אשור אין צו אנדערע ווייטע שטעט, נאר די צוויי שבטים פון מלכות יהודה זעען געבליבן אין ארץ ישראל
אבער אפילו מלכות ישראל האט נישט פארגעקוקט א גוטע עתיד, ירמיהו א נביא פון די משפחת הכהנים האט אנגעהויבן זאגן נביאות צוזאמען מיט אנדערע נביאים, אויף א ביטערע טראגישע עתיד וואס גייט געשען אויב כלל ישראל גייט נישט תשובה טוהן, אבער העם היושב בציון האט חוזק געמאכט פון אים אין אנגעשריגן איבער זיינע שטרענגע רייד
ביי איין געוויסע פונקט האט הקב"ה אים באפוילן צו אפשרייבן אויף א מגילה די עונשים וואס כלל ישראל גייט באקומען, דעמאלץ האט ער געשריבן די מגילת איכה
ווען מלכות יהודה האט געמאכט א בונד מיט די קעניג פון מצרים, האט עס ערוועקט די כעס פונעם בבלישן קעניג נבוכדנצר, די בלוט שונא פון די מיצרישע קעניגרייך, איז ער געגאנגען אויף א מלחמה מיט יהודה, איינצונעמען ירושלים, ער האט פארשיקט צענדליגע טויזענטע אידן אין גלות קיין בבל, אינטערגעווארפן מלכות יכניה אין אויף זיין פלאץ געשטעלט זיין קרוב צדקיהו
מיט אלע ווארענונגען וואס די נייע קעניג צדקיהו האט באקומען פון ירמיהו, איז ער נאכאלץ געגאנגען אין געשלאסן נאך א בונד מיט מצרים, אין געמאכט א מרידה אינעם הערשער נבוכדנצר, אלץ ענטפער צו דעם איז נבודכנצר ארויס מיט א ציל צו חרוב מאכן ירושלים ביזן גרינד, די באלאגערונג האט זיך אנגעהויבן עשרה בטבת, אין 30 חדשים שפעטער אין חודש תמוז זענען די חומת ירושלים דורכגעבראכן געווארן,
די זיבעטע טאג אין אב, האט די קאמאנדיר נבוזראדן אנגעהויבן חרוב מאכן די שטאט, ביז תשעה באב נאכמיטאג איז ער אנגעקומען אויפן הר הבית אין אינטערגעצונדן דעם בית השם, פאר 24 שעה האט די פרעכטיגע בנין וואס איז געווען די רוקן ביין פון כלל ישראל געברענט ביז עס האט אפגעברענט צום גרונט,
עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם כִּי רָחַק מִמֶּנִּי מְנַחֵם מֵשִׁיב נַפְשִׁי הָיוּ בָנַי שׁוֹמֵמִים כִּי גָבַר אוֹיֵב.
3- אנדערשט ווי די ערשטע בית המקדש וואס איז געווארן אויפגעבויעט בשעת כלל ישראל איז געווען אינגאנצן אין קאנטראל אויף ארץ ישראל, איז די צווייטע בית המקדש געווארן אויפגעבויעט נאר מיט א פערמיט פונעם קעניג פון פרס, וואס די אידן זענען דעמאלץ געווען פארוואפן אונטער זיין הערשאפט, די גאנצע תקופת בית שני חוץ א קליינע תקופה נאך די אויפשטאנד פון די חשמונאים זענען די אידן געווען אינטערגעווארפן אינטער פרעמדע קעניגן
און דעמאלץ האט די אויפשטאנד אויסגעבראכן
כלל ישראל איז אין יענע צייט געווען אינטערגעווארפן צו די רוימישע הערשאפט, די אכזריות פון די רוימער איז געווען נישט צום באגרייפן, אין האט גערופן פאר אן אויפשטאנד, מיט א האפענונג צוריק אויפצושטעלן א אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל, די רוימישע קיסר האט ארויסגעשיקט א מיליטער אין שפיץ פונעם מעכטיגן גענעראל טיטוס צו דערשטיקן דעם אויפשטאנד וואס האט זיך אנגעהויבן אין ירושלים, ער האט ארויפגעלייגט א מעכטיגע בלאקאדע ארום דעם שטאט ברענגדיג, צו די הונגער אין טויט פאר די טויזענטע איינוואוינער אינעם שטאט, די מלחמות און שנאת חינם וואס זענען פארגעקומען אין די רייען פון כלל ישראל האט בכלל נישט צוגעהאלפן צום מצב, פארקערט, די קנאים האבן מיט זייער אייגענע הענט אונטערגעצינדן די תבועה שייערן פון ירושלים, צויאגענדיג די טראגעדיע וואס אלע האבן פאראויסגעזאגט מיט א שנעלקייט וואס קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן,
ביז תשעה באב צופרי די ערשטע טאג וואס קיין שעפעלע פאר קרבן תמיד איז נישט געווען, האט זיך טיטוס אריינגעבראכן אין הר הבית, אין פארברענט די מקום המקדש, פארשוועכט די מקום ווי מען קען זיך נאר נישט פארשטעלן אין גענומען אין געפענגעניש די כלי המקדש, וואס עד היום ווייסט מען נישט ווי זיי זענען אהין געקומען.
בעוון שנאת חינם חרבה ירושלים ובזכות אהבת חינם – תיבנה
4- יארן זענען אריבער ביז א פינטעלע פון האפענונג איז אריבער פאר די אידן וואס זענען געבליבן על אדמת ארץ הקודש, בר כוכבה א מעכטיגע גענעראל האט געעפנט א מעכטיגע אויפשטאנד אנטקעגו די רוימישע אימפעריע, די אידן זענען געווען זיכער אז די גאולה איז שוין דא, אפילו צדיקים האבן געגלייבט אז קען זיין ער איז משיח,
אנגעהויבן פירן א מעכטיגע קענגרייך, געלאזט דריקן ספעציעלע מטבעות, אין צוריק מחדש געווען די עבודה אויפן הר הבית,
ביז יענעם ביטערן תשעה באב, בשעת צענדליגע טויזנטע אידן אנשים נשים וטף האבן זיך אויפגעהאלטן אינעם שטאט ביתר, זענען די רוימער אריינגעקומען אין אנגעהויבן א מאסן שחיטה אויסהארגענענדיג יעדער וואס האט זיך דארט געפונען, אז פאר וואכן לאנג האט מען זיך געקענט ווייקן אין די בלוט פון די אידן וואס זענען דארט געהראגעט געווארן,
און אודך איז תשעה באב אריין מיט בלוט געווייקטע אותיות אין אונזערע היסטאריע ביכער,
וְעַל דָּמָם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ כְּמוֹ מֵימֵי יְאוֹרֶיהָ.
5- בלויז א יאר נאך די שרעקליכע שחיטה אין ביתר, זענען די רוימער ארויף קיין ירושלים אין אנגעהויבן אויסאקערן די גאנצע שטח ווי די בית המקדש איז אמאל געשטאנען, פרובירנדיג צו זיכער מאכן אז עס בלייבט נישט קיין שריד ופליט צום אמאליגן פאלק וואס האט דארט אמאל עקזעסטירט.
זְכֹר ה' לִבְנֵי אֱדוֹם אֵת יוֹם יְרוּשָׁלִָם, הָאֹמְרִים עָרוּ עָרוּ עַד הַיְסוֹד בָּהּ.