שבעה דברים בגולם
אריינפיר
א גוט יאר אלע חשובע אידן
ניין, איך גיי נישט יעצט אנהייבן דא א שיעור אין פרקי אבות...
נאר וואס יא, איך האב געוואלט אנהייבן שרייבן איבער די נושא פון זיך בעסער פארשטיין און דורכקומען מיט מענטשן, אויף ענגליש וואלט מען עס אנגערופן Communication & Relation, דאס איז נוגע אין פערזענליכן לעבן אינדערהיים, און שוהל און אין די ארבייט צוגלייך.
איך האב פרובירט צו טראכטן, וואו הייב איך אן? ווי נעם איך עס צאם?
עס איז דא זייער אסאך צו זאגן וועגן דעם און מען קען עס צוטיילן אויף פארשידענע אופנים,
למעשה האט מיר די באשעפער אריין געשיקט דעם געדאנק אין קאפ און איך מיין אז עס איז טאקע זייער פאסיג אנצוהייבן פון דא, העמיר אזוי טוהן בעז"ה, דאס איז טאקע דעם באקאנטן משנה [ברייתא] אין אבות פרק ה, וואס דארט רעכנט מען אויס זיבן כללים בנוגע דעם נושא פון וואס מיר ווילן דא שרייבן,
און פון דארט וועט מען האפנטליך עס שוין נעמען ווייטער מיטן אייבערשטנס הילף.
און מיט דעם וועלן מיר אנפאנגן כיד ה' הטובה עלינו, פארשטייט זיך מען דארף געדענקן, גארנישט וואס איך זאג איז תורת משה מסיני, איך בין ס"ה איין פשוטע מענטש וואס שרייבט לויט וויאזוי איך טראכט און זעה, און אין די זעלבע צייט בעט מען פונעם רבוש"ע ער זאל אריין שיקן די ריכטיגע ווערטער, און עס זאל נישט ארויס קומען קיין מכשול חלילה
ויהי נועם וכו' יהיו לרצון אמרי פי וכו'
הקדמה
צום ערשט וויל איך ארויס ברענגען א נקודה, אלעס וואס מען שרייבט איז נאר הערות בעלמא און חומר למחשבה, יא עס איז אלעס אמת און ריכטיג, אבער ניין נישט איך און קיינער אנדערש דא איז אדער גייט זיין אויסגעארבעט בתכלית השלימות...
נו וואזשע דען, ווי נישט ווי, יעדע זאך וואס מען קען יא ארבעטן אויף זיך, יעדע פרט, יעדע נקודה, סיי וועלכע מדה, קען עס אסאך העלפן אין לעבן פאר זיך און פאר די ארומיגע.
זייטיגע נאטיץ
הערה: מען הערט כסדר, בעלי דרשנים זאגן (עכ"פ ווען מען רעדט מוסר וכדו'), ווער בין איך צו זאגן, איך מיין נישט קיינעם ח"ו איך רעד צו מיר אליין, און ענדליך'ס, וואס טראכט מען גלייך, יא יא, אודאי, ער מוז אזוי זאגן,
און איך האב עס בעיקר אנגעהויבן אליין כאפן פארשטיין ווען איך האב אנגעהויבן רעדן צו מענטשן, און זעהענדיג און פילנדיג ווי דאס געשעהט, האב איך עס פארשטאנען (אזוי זענען רוב מענטשן מיט רוב זאכן, מען זאגט, מען פארשטייט, מען ווייסט, ביז עס קומט צו אייגענע עקספעריענס זעהט מען איין, אבער דעמאלטס העלפט עס נישט קיין סאך, ווייל די איבריגע מענטשן טראסטן דיך ווייטער נישט, אזוי ווי דו האסט קיינעם אנדערש נישט געטראסט)
האב איך אנגעהויבן כאפן, בשעת מעשה, רעדנדיג וועגן א נושא, און עס קומט ארויף מורא'דיגע געדאנקען, מאמרים ופתגמים, אינספיירעישינעל, מאוטיוועישינעל וכו', הייבט מען גלייך אן טראכטן, דו גרויסע רעדנער, שיינע איד ווער ביסטו צו זאגן, ס'איז גרינג צו זאגן און אזוי ווייטער און ווייטער
אבער דער אמת איז אזוי,
א.יא, עס איז גרינגער צו זאגן פאר יענעם און מען מיינט מיט אן אמת וואס מען זאגט, און אדרבה, אמאל ווען מען הערט א זאך פון יענעם, איז עס אויך גרינגער אן צו נעמען און ברענגען אויף למעשה, סיי ווייל עס הערט זיך גוט ווי יענער לייגט עס אראפ, סיי ווייל עס הערט זיך מער ריאליסטיש טאקע ווייל עס זעהט אויס מיט א פשטות אז אסאך מענטשן פירן עס אויס, און חוץ מזה די עצם הערן און רעדן פון א געדאנק, געבט אריין א געוויסע כח און חשק וכדו'
ב.איך רעד טאקע באמת צו מיר אליין, דורכ'ן ארויסברענגען די נקודה און מיטן עס זאגן פאר יענעם, ווערט מען אליין אויך נתעורר צו דעם
עכ"פ דאס איז נאר בדרך אגב, אבער צוריק צו ענין

יעדע מענטש קען נאר ארבעטן אויף זיך, קיינער קען נישט פאררעכטן יענעם.
אמאל קען זיין א געוויסע מענטש זאל קענען האבן השפעה אויף א צווייטן און יענעם מעורר זיין און אויפמערקזאם מאכן אויף זאכן, און גורם זיין אז יענער זאל ארבעטן אויף זיך מיט געוויסע נקודות, אבער אין רוב פעלער נישט, און דאס איז א נושא פאר זיך.
און צום נושא...
חלק א'
שבעה דברים
אזוי ווי מיר האבן געשמועס אז מען גיבט נישט יעצט קיין פרקי אבות שיעור, וועט מען נישט זיך שטעלן אויף די עצם משנה און ברענגען אלע פשטים און מפרשים, נאר מען וועט נעמען די עצם נקודות אזוי ווי עס איז ע"פ פשטות און אויסשמועסן איינס ביי איינס בס"ד. נוווווווו הייב שוין אן.... אקעי
שבעה דברים בגולם ושבעה בחכם
פ"וו עס שטייט קודם גולם, און וואס עס מיינט א גולם קען מען נאכקוקן אליינס אויב איז עס אייך נוגע...
אונטערשטע שורה: די גוטעאון ריכטיגעוועג וויאזוי מען דארף צו טוהן איז ווי דער חכם
א) אינו מדבר בפני מי שהוא גדול ממנו בחכמה ובמנין
נישט רעדן פאר איינער וואס איז קלוגער פון דיר אדער עלטער פון דיר
די עיקר פראבלעם הייבט זיך אן ווען דער גולם האלט אז ער איז קלוגער פון יעדן...
אבער אונז רעד מיר דאך צום חכם, איז וואס הייסט קלוגער ווי דיר?
איינער וואס ווייסט מער ווי דיר! ד.ה. לדוגמא ווען איינער פרעגט עפעס, איז אפי' אויב דו קענסט מכריע זיין א תירוץ מיט דיינע טאלאנטן, זאלסטו אבער קודם לאזן יענעם רעדן, אפילו אויב דו ביסט שארפער און מער פקח פון יענעם, און דו קענסט בעסער פשט'לען וכו', דארף מען לאזן יענעם קודם רעדן, ווייל שארפקייט וועגט נישט איבער וויסנשאפט וואס יענער האט מקובל פון מקורות נאמנים.
און כ"ש ווען יענער איז עלטער ווי דיר, איז אויסער דעם וואס יענער האט מער אינפארמאציע וואס ער האט געהערט פון די פריעדיגע דור, ביסטו אויך מחויב אים מכבד צו זיין.
און עאכ"ו דארף מען אפי' נישט זאגן (מען דארף יא ליידער) ווען יענער איז דיין טאטע אדער רבי, וואס ביסט מחויב מן התורה אים מכבד צו זיין (דאס איז בעצם מורא)
גדול ממנו מיינט אויך איינער וואס האט מער תלמידים ווי דו (רש"י)
המשך יבא אי"ה
נ.ב. ביטע געבן הערות בנוגע די עצם אופן פונעם שרייבן אויך. יישר כח פון פאראויס
שיק מיר אן אישי