שבעה דברים בגולם

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יעוץ והדרכה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:05 pm

שבעה דברים בגולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעוץ והדרכה »

אריינפיר


א גוט יאר אלע חשובע אידן

ניין, איך גיי נישט יעצט אנהייבן דא א שיעור אין פרקי אבות...

נאר וואס יא, איך האב געוואלט אנהייבן שרייבן איבער די נושא פון זיך בעסער פארשטיין און דורכקומען מיט מענטשן, אויף ענגליש וואלט מען עס אנגערופן Communication & Relation, דאס איז נוגע אין פערזענליכן לעבן אינדערהיים, און שוהל און אין די ארבייט צוגלייך.

איך האב פרובירט צו טראכטן, וואו הייב איך אן? ווי נעם איך עס צאם?
עס איז דא זייער אסאך צו זאגן וועגן דעם און מען קען עס צוטיילן אויף פארשידענע אופנים,
למעשה האט מיר די באשעפער אריין געשיקט דעם געדאנק אין קאפ און איך מיין אז עס איז טאקע זייער פאסיג אנצוהייבן פון דא, העמיר אזוי טוהן בעז"ה, דאס איז טאקע דעם באקאנטן משנה [ברייתא] אין אבות פרק ה, וואס דארט רעכנט מען אויס זיבן כללים בנוגע דעם נושא פון וואס מיר ווילן דא שרייבן,
און פון דארט וועט מען האפנטליך עס שוין נעמען ווייטער מיטן אייבערשטנס הילף.

און מיט דעם וועלן מיר אנפאנגן כיד ה' הטובה עלינו, פארשטייט זיך מען דארף געדענקן, גארנישט וואס איך זאג איז תורת משה מסיני, איך בין ס"ה איין פשוטע מענטש וואס שרייבט לויט וויאזוי איך טראכט און זעה, און אין די זעלבע צייט בעט מען פונעם רבוש"ע ער זאל אריין שיקן די ריכטיגע ווערטער, און עס זאל נישט ארויס קומען קיין מכשול חלילה
ויהי נועם וכו' יהיו לרצון אמרי פי וכו'


הקדמה


צום ערשט וויל איך ארויס ברענגען א נקודה, אלעס וואס מען שרייבט איז נאר הערות בעלמא און חומר למחשבה, יא עס איז אלעס אמת און ריכטיג, אבער ניין נישט איך און קיינער אנדערש דא איז אדער גייט זיין אויסגעארבעט בתכלית השלימות...
נו וואזשע דען, ווי נישט ווי, יעדע זאך וואס מען קען יא ארבעטן אויף זיך, יעדע פרט, יעדע נקודה, סיי וועלכע מדה, קען עס אסאך העלפן אין לעבן פאר זיך און פאר די ארומיגע.
זייטיגע נאטיץ
הערה: מען הערט כסדר, בעלי דרשנים זאגן (עכ"פ ווען מען רעדט מוסר וכדו'), ווער בין איך צו זאגן, איך מיין נישט קיינעם ח"ו איך רעד צו מיר אליין, און ענדליך'ס, וואס טראכט מען גלייך, יא יא, אודאי, ער מוז אזוי זאגן,
און איך האב עס בעיקר אנגעהויבן אליין כאפן פארשטיין ווען איך האב אנגעהויבן רעדן צו מענטשן, און זעהענדיג און פילנדיג ווי דאס געשעהט, האב איך עס פארשטאנען (אזוי זענען רוב מענטשן מיט רוב זאכן, מען זאגט, מען פארשטייט, מען ווייסט, ביז עס קומט צו אייגענע עקספעריענס זעהט מען איין, אבער דעמאלטס העלפט עס נישט קיין סאך, ווייל די איבריגע מענטשן טראסטן דיך ווייטער נישט, אזוי ווי דו האסט קיינעם אנדערש נישט געטראסט)

האב איך אנגעהויבן כאפן, בשעת מעשה, רעדנדיג וועגן א נושא, און עס קומט ארויף מורא'דיגע געדאנקען, מאמרים ופתגמים, אינספיירעישינעל, מאוטיוועישינעל וכו', הייבט מען גלייך אן טראכטן, דו גרויסע רעדנער, שיינע איד ווער ביסטו צו זאגן, ס'איז גרינג צו זאגן און אזוי ווייטער און ווייטער

אבער דער אמת איז אזוי,
א.יא, עס איז גרינגער צו זאגן פאר יענעם און מען מיינט מיט אן אמת וואס מען זאגט, און אדרבה, אמאל ווען מען הערט א זאך פון יענעם, איז עס אויך גרינגער אן צו נעמען און ברענגען אויף למעשה, סיי ווייל עס הערט זיך גוט ווי יענער לייגט עס אראפ, סיי ווייל עס הערט זיך מער ריאליסטיש טאקע ווייל עס זעהט אויס מיט א פשטות אז אסאך מענטשן פירן עס אויס, און חוץ מזה די עצם הערן און רעדן פון א געדאנק, געבט אריין א געוויסע כח און חשק וכדו'
ב.איך רעד טאקע באמת צו מיר אליין, דורכ'ן ארויסברענגען די נקודה און מיטן עס זאגן פאר יענעם, ווערט מען אליין אויך נתעורר צו דעם
עכ"פ דאס איז נאר בדרך אגב, אבער צוריק צו ענין
נאך איין וויכטיגע זאך פאר מען הייבט אן וואס מען דארף אייביג געדענקן,
יעדע מענטש קען נאר ארבעטן אויף זיך, קיינער קען נישט פאררעכטן יענעם.
אמאל קען זיין א געוויסע מענטש זאל קענען האבן השפעה אויף א צווייטן און יענעם מעורר זיין און אויפמערקזאם מאכן אויף זאכן, און גורם זיין אז יענער זאל ארבעטן אויף זיך מיט געוויסע נקודות, אבער אין רוב פעלער נישט, און דאס איז א נושא פאר זיך.
און צום נושא...

חלק א'


שבעה דברים


אזוי ווי מיר האבן געשמועס אז מען גיבט נישט יעצט קיין פרקי אבות שיעור, וועט מען נישט זיך שטעלן אויף די עצם משנה און ברענגען אלע פשטים און מפרשים, נאר מען וועט נעמען די עצם נקודות אזוי ווי עס איז ע"פ פשטות און אויסשמועסן איינס ביי איינס בס"ד. נוווווווו הייב שוין אן.... אקעי


שבעה דברים בגולם ושבעה בחכם
פ"וו עס שטייט קודם גולם, און וואס עס מיינט א גולם קען מען נאכקוקן אליינס אויב איז עס אייך נוגע...
אונטערשטע שורה: די גוטעאון ריכטיגעוועג וויאזוי מען דארף צו טוהן איז ווי דער חכם


א) אינו מדבר בפני מי שהוא גדול ממנו בחכמה ובמנין
נישט רעדן פאר איינער וואס איז קלוגער פון דיר אדער עלטער פון דיר
די עיקר פראבלעם הייבט זיך אן ווען דער גולם האלט אז ער איז קלוגער פון יעדן...
אבער אונז רעד מיר דאך צום חכם, איז וואס הייסט קלוגער ווי דיר?

איינער וואס ווייסט מער ווי דיר! ד.ה. לדוגמא ווען איינער פרעגט עפעס, איז אפי' אויב דו קענסט מכריע זיין א תירוץ מיט דיינע טאלאנטן, זאלסטו אבער קודם לאזן יענעם רעדן, אפילו אויב דו ביסט שארפער און מער פקח פון יענעם, און דו קענסט בעסער פשט'לען וכו', דארף מען לאזן יענעם קודם רעדן, ווייל שארפקייט וועגט נישט איבער וויסנשאפט וואס יענער האט מקובל פון מקורות נאמנים.
און כ"ש ווען יענער איז עלטער ווי דיר, איז אויסער דעם וואס יענער האט מער אינפארמאציע וואס ער האט געהערט פון די פריעדיגע דור, ביסטו אויך מחויב אים מכבד צו זיין.
און עאכ"ו דארף מען אפי' נישט זאגן (מען דארף יא ליידער) ווען יענער איז דיין טאטע אדער רבי, וואס ביסט מחויב מן התורה אים מכבד צו זיין (דאס איז בעצם מורא)

גדול ממנו מיינט אויך איינער וואס האט מער תלמידים ווי דו (רש"י)

המשך יבא אי"ה


נ.ב. ביטע געבן הערות בנוגע די עצם אופן פונעם שרייבן אויך. יישר כח פון פאראויס
לעצט פארראכטן דורך יעוץ והדרכה אום זונטאג אוגוסט 18, 2024 7:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שיק מיר אן אישי
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2270
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: שבעה דברים בגולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »



הערליך שיין!!

ווארטן מיר אויפן המשך
אוועטאר
יעוץ והדרכה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:05 pm

Re: שבעה דברים בגולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעוץ והדרכה »

חלק ב'



ב) ואינו נכנס לתוך דברי חבירו
דאס איז פשוט כמשמעו, האק נישט אריין ווען יענער האלט אינמיטן רעדן!
אויף סיי וועלעכן אופן, נישט מיטן זאגן אנדערש און אפי' נישט מיטן פרעגן א קשיא (ע"פ רוב)
זאל עס זיין ווען איינער רעדט עפעס אדער דערציילט עפעס וכדו', צו ווען דו האסט א ויכוח מיט אים, דו האלטסט אינמיטן זיך טענה'ן איבער א נושא,
האק נישט איבער.
  • ער קען ווערן צומישט, און נישט קענען ענדיגן זאגן ריכטיג וואס ער האלט און וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען.
  • עס מאכט אים פילן, און עס מאכט אויסזעהן ווי כאילו ער איז נישט חשוב, זיין מיינונג איז נישט נוגע, און עס איז נישט אינטרעסאנט צו הערן וואס ער האט צו זאגן, און דאס איז פשוט נישט מענטשליך.
  • א חכם וויל דאך צוקומען צום אמת, נישט נאר דוקא צו זיין מיינונג, ממילא דארף מען אויסהערן יענעם פארזיכטיג, דערהערן, און ריכטיג שוקל זיין וואס ער זאגט, אפשר האט ער א נקודה, און קען גאר זיין אז ער איז אפשר אפילו גערעכט!
ג) ואינו נבהל להשיב
ווען יענער ענדיגט שוין זאגן וואס ער האט צו זאגן, דו מוזט נישט ענטפערן! פינטל.מעגסט בלייבן שטיל, נאך מער, קענסט אפילו אננעמען און מסכים זיין צו וואס ער זאגט, געבן גערעכט וכדו' (אין יעדע סארט שמועס איז אנדערש נוגע)
און טאמער האסטו יא וואס צו ענטפערן, שפרינג נישט, האלט דיך רואיג, טראכט עס קודם איבער,
איז עס טאקע ריכטיג דאס וואס דו ווילסט ענטפערן?
ביי א טענה'ריי, אפשר איז יענער גערעכט?
אסאך מאל, אפילו אז דו האסט וואס צו ענטפערן, אויב דו ענטפערסט גלייך, וועסטו נאכדעם חרטה האבן (אויב דו טראכסט בכלל נאכדעם), אבער אויב דו טראכסט פאר דו ענטפערסט, קען מען אסאך מאל זעהן, אז די ערשטע געדאנק וואס איז דיך גלייך ארויף געשפרינגען איז נישט פונקטליך דאס וואס דו ווילסט עכט זאגן,
און עס איז ענדערש צו ענטפערן גוט אנשטאט שנעל.



און מיט די 2 אויבנדערמאנטע, איז וויכטיג ארויסצוברענגען, איינע פון די שטארקע לעכער וואס איז דא אין א שמועס, טענה'ריי, און קען אפילו זיין ביי א שיעור/דרשה אויך
ווען עס דארף צו זיין פראדוקטיוו, און מען וויל אפיציעל אנקומען צו א תכלית,
איז אבער די טבע פון א מענטש אז
  • יעדער האלט אז ער איז גערעכט
  • מען וויל נאר אנקומען, אז יענער זאל דיר פארשטיין, איינזעהן אז דו ביסט גערעכט וכו', מען איז נישט אמת'דיג גרייט צו הערן פארקערט [כאטש אפילו מען זאגט קלאר אנדערש]
  • בפרט ווען מען איז אין דיפענסיוו מאוד דעמאלטס ווערט דאס זייער שטארק, און ווען איינער זאגט דיר עפעס וואס שמעקט נישט און ס'איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, קען דאס גורם זיין אז עס זאל אזוי געשעהן אויפ גאר א שטארקן אופן, און דעמאלטס קען מען כמעט נישט אנקומען אין ערגעץ אויפ קיין שום וועג, עכ"פ עס מאכט עס זייער שווער.
און דאס ברענגט, אז ווען מען הערט יענעם אויס, הערט מען נישט באמת אויס אויף צו הערן וואס יענער האט צו זאגן,מען וויל סך הכל וויסן וואס צו קענען ענטפערן, און מען מוז ענטפערן עטוואס לויט וואס יענער האט געזאגט, ממילא הערט מען אויס, אבער מען איז נאר פארנומען טראכטן וואס גיי איך ענטפערן.
באמת איז אבער די ריכטיגע וועג, אז מען דארף אויסהערן וואס יענער האט צו זאגן, און פשוט אויסהערן און אריינטראכטן וואס יענער זאגט. (און יעצט קוק איבער די אויבערשטע 2...)


הצלחה רבה! צום ווידער זעהן בעז"ה
שיק מיר אן אישי
אוועטאר
יעוץ והדרכה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:05 pm

Re: שבעה דברים בגולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעוץ והדרכה »

האמיר אפגעשריבן א גאנצע מעשה, און עס איז לדאבונינו פארלוירן געגאנגען.

איך מיין אז דאס איז נאך געווען דאס בעסטע פון אלע! שוין, מעשה יצר. העמיר מוזן משלים זיין אי"ה
שיק מיר אן אישי
אוועטאר
או אינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 8:05 pm

Re: שבעה דברים בגולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך או אינו »

שוין, חבל על דאבדין.
לאמיר האפן עס זאל זיך האבן געלוינט, געווענליך ווען מען שרייבט איבער איז עס ביתר שאת
פרעגט די הייליגער רש"י או אינו?

דיסקלעימער! איך פרעג ווייל איך וויל וויסן
אוועטאר
יעוץ והדרכה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:05 pm

Re: שבעה דברים בגולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעוץ והדרכה »

חלק ג'



ד) שואל כענין ומשיב כהלכה
פרעג לויטן ענין, כדי אז יענער זאל קענען זיין משיב כהלכה

ס'איז דא אין דעם 2 חלקים
  • ווען מען האלט אינמיטן רעדן פון א נושא, קום נישט יעצט פרעגן עפעס פון אינגאנצן א אנדערע זאך.
  • די צווייטע און נאך וויכטיגער ווי די ערשטע,
    פרעג די פאסיגע שאלה לויט די מענטש וועם דו פרעגסט, אדער בעסער געזאגט, פרעג די שאלה וואס דו ווילסט פרעגן פונעם פאסיגן מענטש פאר אזא סארט שאלה, צום ביישפיל;
    וועלכן נאמען צו געבן פרעג נישט די דאקטער
    אז דו האסט בויך ווייטאג אדער האסט געכאפט א שניט, פרעג נישט א רבי
    ווען א מילכיגע לעפל פאלט אריין אין א פליישיגע טאפ אדער פארקערט, פרעג נישט א טעראפיסט אדער פסיכילאג
    וועלכע פרידזידער צו קויפן פרעג נישט קיין רב אדער דיין
    וכו' וכו' וכדו'
ה) ואומר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
ענטפער ערשט אויף וואס עס קומט פריער

נישט נאר דאס וואס יעדער ווייסט פשוט אז מען דארף ענטפערן לויט די סדר וואס יענער פרעגט,
נאר טאמער למשל מיטן ענטפערן אויף די צווייטע שאלה גייט די ערשטע שאלה אויך פארענטפערט ווערן, אדער עכ"פ וועט נאכדעם זיין גרינגער צו ענטפערן די ערשטע שאלה, דעמאלט ענטפער ערשט אויף די צווייטע שאלה.

מען דארף נישט נאר זיכער מאכן אז די ראשון בלייבט ראשון, נאר אויך אז די אחרון זאל בלייבן אחרון, נישט עס זאל אינגאנצן אויסגעלאזט ווערן ווי עס געשעהט אסאך מאל, דאס איז שווער מסביר צו זיין, און ווער עס האט פארשטאנען האט פארשטאנען ואתכם הסליחה.


ו) ועל מה שלא אמר אומר לא שמעתי
אויף עפעס וואס דו האסט נישט געהערט זאג "איך האב נישט געהערט"!

די משנה זאגט נישט, זאג נישט אז דו האסט יא געהערט, דאס איז פשוט, נאר זאג יא אז דו האסט דאס נישט געהערט.

קודם, ווען מען פרעגט דיר עפעס וועגן א געוויסע נושא, און דו האסט נישט קיין ידיעה וועגן דעם פון קיין מסורה וכדו', קענסטו זאגן "איך ווייס נישט" ! (ענדליך צו אויבן, ג')

אבער ווען דו זאגסט יא עפעס מדעת עצמך, זאג קלאר אז דו ביזט דער וואס זאגט עס, ווייל אז נישט קען מען מיינען אז דו זאגסט עס נאך פון א רבי וכדומה,
בפרט ווען עס איז דא א סיבה פארוואס יענער זאל טראכטן אז דו זאגסט עס נאך פון איינעם, למשל אויב מען האט פארדעם גערעדט זאכן וואס מען האט יא נאכגעזאגט, אדער מען האט געפרעגט דירעקט וואס דו האסט געהערט.

דא קומט אריין נאך אביסל א האקעלע אבער זייער א וויכטיגע נושא
ווען מען זאגט עפעס נאך פון איינעם, מאך זיכער נאר נאכצוזאגן וואס יענער האט געזאגט
און מאך זיכער נישט אויסצולאזן פון וואס יענער האט געזאגט
און לייג נישט צו צו וואס ער האט געזאגט
און זאג נישט וואס ער האט נישט געזאגט
זאג אלעס וואס יענער האט געזאגט
זאג וואס יענער האט געזאגט - מאך אים נישט האבן געזאגט עפעס אנדערש
און טאמער דו קענסט נישט אויף הונדערט פראצענט, זאג נישט אז יענער האט געזאגט.

און נישט נוגע צום אריגינעלן נושא אבער יא צו דעם נושא, ווען דו הערסט נאכזאגן עפעס, נעם עס קיינמאל נישט אן אזוי ווי עס איז, זיי קודם מברר (אויסער אויב דו הערסט פון א איש נאמן און ערשטע האנט פארשטייט זיך)


ז) ומודה על האמת
טאמער זעסטו אז דו ביסט נישט געווען גערעכט, זאג דעם אמת, זיי מודה און זאג יענעם " דו ביזט גערעכט!"

און נישט פרובירן צו ענטפערן שטותים אבי צו בלייבן גערעכט, ביז מען רעדט זיך שוין אליין איין און מען מיינט עכט אז מען איז אמת'דיג

איך האב געמאכט א טעות!
דאס איז זייער א וויכטיגע זאך צו קענען זאגן, אבער עס איז זייער שווער,
עס איז שווער וווייל עס פאסט נישט, און מען פילט זיך שוואכער דורך דעם,
אבער דער אמת איז אז עס איז נאך אסאך וויכטיגער טאקע וועגן דעם,
ווייל נישט נאר וואס מען ווערט נישט שוואכער, ווערט מען נאך אסאך שטערקער,
ווייל בעצם מאכט א יעדע מענטש טעותים!
א מלאך מאכט נישט קיין טעות
מענטשן קענען נאר נישט מודה זיין, און דאס מיינט טאקע די משנה, נישט זיך שטעלן אויף א זאך אבי צו זיין גערעכט (אדער זיך איינצורעדן אז מען איז...)


וחילופיהם בגולם!...



פון דא וועט מען שוין זעהן וויאזוי מען וועט ווייטער גיין מיטן אויבערשטנ'ס הילף, לפי המצב והענין, און פארשטייט זיך לויט די נאכקלאנגען פונעם עולם.
(און איך וועל מוזן בלייבן מיט די קאמפלעקס אז די ערשטע מאל האב איך עס בעסער געשריבן)
יישר כח פארן ליינען
הצלחה רבה!

ביטע לאזט אייך הערן מיט הגהות, הערות, הוספות וכדו'...

שוין, איך האב שוין נישט קיין כח מער איבערצוקוקן, סארי. שיק
שיק מיר אן אישי
אוועטאר
יעוץ והדרכה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:05 pm

Re: שבעה דברים בגולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעוץ והדרכה »

הערות / אויפמערקזאמקייט


ע"פ רוב, ווען א מענטש וויל מעורר זיין א צווייטן עפעס א נקודה, צו אויף עפעס וואס ער טוט אדער האט געטוהן, צו אויף עפעס וואס ער האט געזאגט וכדו'
איז דא עטליכע פראבלעמען וואס שטעלן זיך ארויס, און לאמיר עס אויסשמועסן, איך מיין אז אונז זאל מיר נאר איבער גיין וויאזוי עס דארף יא צו זיין נארמאל, און מכלל לאו אתה שומע הן, קלוגע אידן וואס ווילן, וועלן שוין אליין פארשטיין...

ווען איינער זאגט דיר עפעס
  • הער אויס מיט א רואיגקייט
  • טראכט אריין אין וואס ער האט געזאגט, אפשר איז ער גערעכט, אפשר האט ער א ריכטיגע נקודה
  • טראכט אז ער מיינט באמת נאר דיין טובה, און ער וויל דיר העלפן, זאג אים ש'כח פאר'ן מעורר זיין/אויפמערקזאם מאכן (עס איז אים געווען שווער)
נאכדעם איז אזוי,
טאמער האט ער טאקע געזאגט צום זאך, נעם עס אן, און פרוביר טאקע עס צו נעמען אויף למעשה
טאמער נישט, ס'איז גארנישט, מעגסט האבן אן אנדערן מיינונג, שלינג עס אראפ און גיי ווייטער (אויסער אויב עס איז איינער מיט אן אוטאריטעיט, וואס דו דארפסט פאר אים מבטל זיין דיין דעת און פשוט פאלגן אן פארשטיין - וואס דאס פעלט אויך זייער אסאך מאל ליידער)

ווען דו זאגסט עפעס פאר א צווייטן
  • האב נישט מורא צו זאגן
  • זאג עס אויף א שיינע וועג, רואיג און רעספעקטפול, פריוואט נישט אין פובליק
  • הייב אן מיט די גוטע חלקים, קאמפלימענטן וכדו'
  • אויב מעגליך אויך ענדיגן מיט א גוטע זאך
נאך אפאר גוטע זייטיגע טיפס צו האלטן אין מיינד
1) לאז פלאץ פאר א אנדערע מיינונג אדער א צווייטע זייט, אדער נאך מער, געב אים אפילו אביסל א שיינע וועג ארויס, עס וועט זיין סאך גרינגער אנצונעמען
2) מאך נישט יענעם פילן שלעכט אדער סטופיד אויף קיין שום וועג (ס'איז שווער מסביר צו זיין, אבער מען דארף זייער שטארק נוצן די שכל)
3) מאך זיכער ער זאל בשו"א נישט פילן קריטיקירט אדער אטאקירט וכדו', סיי זאלסט אים זאגן אז דו מיינסט זיין טובה, דו ווילסט אים פשוט מעורר זיין, און מאך זיכער אז ער זאל דיר קענען גלייבן...

און צומאל אפילו אויב יענער האט נישט אנגענומען גלייך, דאס איז זייער שווער, קען אבער זיין אז שפעטער וועט ער אריינטראכטן און זעהן אז דו ביסט גערעכט
שיק מיר אן אישי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”