א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?
מיינע טייערע חברים דא אויפן וועלטל, כ'האב מיר געזעצט שרייבן אן ארטיקל, וואס הלואי ווען איך דארף ווען נישט בכלל צוקומען צו דעם, אבער ליידער האט דער בוכ"ע געמאכט אז בהכרח מוז מען יא ליידער צוקומען צו דעם, האב איך מיר געזעצט שרייבן, און מעקן, שרייבן און מעקן, געשלייפט דא און דארט, אראפ גענומען און צוגעלייגט זאצן, פארמעקט פארעגראפן, און צוגעצייכנט הגהות, נאכן איבערליינען צוויי דריי מאל, האב איך געזעהן אז דאס וואס איך ברענג ארויס אויפן פאפיר איז נישט דאס וואס איך וויל אין הארץ, און ס'וועט נאר שאדן מאכן.
ממילא האב איך פארמאכט יענעם דאקומענט, (אפשר אין אן אנדערן געלעגנהייט וועט עס נאך גענוצט ווערן סתם אלס אינטערעסאנטער ארטיקל), און כ'האב אין הארצן באשלאסן צו גיין די גראדער וועג.
אלזא קום איך צו אייך מיט א מעשה, און איר וועט אלע שוין אליין באשליסן וואס איז די ריכטיגע מהלך יעצט אנצונעמען.
פארגאנגענער פרייטאג באקום איך א רוף פון א חבר מיינער, אז ס'גייט פארקומען א געוויסער קאמפיין פאר איינער פון אונזער אינערליכער רינג, און מ'גייט מאכן א טעלע קאנפערענץ, כ'זאל ביטע זעהן צו זיין גרייט מארגן צום באשטימטן צייט.
אומר ועושה, כ'האב אודאי פארגעסן דערפון, נאר ב"ה מ'האט ארומגערופן פארדעם דערמאנען, אזוי האב איך ב"ה געהאט די זכיה אנטייל צו נעמען דארט און הערן דאס פאלגנדע:
מיר האבן א חבר וואס גייט אי"ה אונטער די חופה בשטומ"צ בקרוב, און היות זיינע פיר עלטערע געשוויסטער האבן זיך ב"ה ארויסגערוקט דעם יאר, דארף מען דארט ערנסטע הילף אויף חתונה צו מאכן דעם פיפטן קע"ה, און דער טאטע האט פגעמאכט אז יהיה מה שיהיה געלט וועט נישט זיין קיין אפהאלט פון חתונה מאכן!! (און ממנו ילמדו וכן יעשו, קיינער האט נאכנישט חתונה געהאט אויפן גאס, מענטשן זענען אבער געשטארבן ביי די 80 אומפארהייראט!!), און הגיע לאזנינו אז מ'ברויך זיך צוזאמנעמען און אים העלפן, און יא! ב"ה ער האט די שטארקייט עס צו נעמען!
נאכן הערן די גאנצע מעשה מיט אלע אירע קאלירן, האט עס אונז זייער שטארק אויפגעפלאקערט אין א הייליגער פלאם, און מיר האבן זיך ווידעראמאל (ד.מ. חוץ די אלטע חשבונות פון ארום 120 אלפים וואס מיר - חברים - האבן שוין געהאט די זכיה צו שאפן אין די פארגאנגענהייט!) צוזאמגענומען אויף צו שאפן געלט דאסמאל, אבער יעצט רעדט מען פון גאנצע פ-י-נ-ף א-ו-ן ז-י-ב-ע-צ-י-גטויזנט דאלער! (און אפשר מיט ענקער הילף וועט מען עס קענען ארויפרוקן צו 100 אלפים), און יא! מ'האט שוין ב"ה אנגעהויבן שאפן!
איז אזוי, מיינע אלע קאנטאקן, חברים, ידידים, חברותות, קרובים, משפחה, וכו', האב אויך שוין גערופן ביי אלע פאריגע קאמפיינ'ס, און כ'ווייס נישט ווער פון זיי קען מיר נאך געבן בכלל, אבער כ'האלט אינמיטן ארומרופן יעדעם, מיט א הייסע פארשפרעכונג צו די זייט, אז דאס איז עס, מער רוף איך זיי נישט פאר געלט!
אבער ס'איז דא איין קלאס מענטשן וואס זיי האב איך נאכנישט געבעטן פאר הילף, און דאס איז ענק טייערע חברים דא אויף אייוועלט!!
מ'דארף פאר קיינעם נישט מסביר זיין און דערמאנען וואס אייוועלט הט שוין געטוען פאר אירע חברים און איליאירטע, און פאר גאנץ כלל ישראל, אמער, גאנץ אייוועלט וועסטו טרעפן פול מיט טובות וואס מ'טוט איינער פארן צווייטן אומזיסט, נו ווי קען דען זיין, א מצוה וואס מאכט זיך נאר איינמאל אין 100 יאר! יא יא! איינמאל אין הונדערט יאר!! ווען האט איר לעצט געהערט אזא מבהיל'דיגע מעשה, אז א איד זאל חתונה מאכן פינף קינדער אין איין יאר, נישט די גרעסטע פארדינער, עד כדי כך, אז ער האט שוין פון יעדעם גענומען געלט, אז ער מוז אנרופן די חברים פונעם חתן בעטן הילף?? הישמע כזאת? ניטאמאל האט ער א נישטיגע 5 מאות צו באצאלן די קלענסטע נישטיגע קלייניגקייטן!!! ווי קען א איד הערן אזא מעשה און נישט צוגיין פאר צער?
נאר וואזשע דען? אז יעדער ווייסט ביי זיך, איך האב געגעבן אפאר דאלער כפי יכולתי, און געזאגט א קאפיטל תהלים אז די קאמפיין זאל מצליח זיין, שפירט מען כאטש אז איך האב געהאט א חלק אין יענעם ארויסהעלפן.
טייערע ברידער, קענסט נאר געבן 5 דאלער? יעדע דאלער ציילט!! פון הונדערט ניקס 5 דאלער ווערט 500, פון הונדערטער פינעווערס א וואך ווערט אן עזר למזון וואס האט פארטיילט דריי פוינט פינף מיליאן אין שנת תשפ"ג!! קענען מיר זיכער צוזאמשטעלן א נישטיגע פינף אלפים אויף מיין פעידזש, אדרבה, העלפט מיר ארויפרוקן מיין ציל צו 10, מ'מעג געבן מער ווי פינף אויך, אבער אפי' פינף רעכנט! כ'האב שוין אזוי אפאר מאות קעש ביי מיר, וואס ווארט צו ווערן אריינגעגעבן, צוזאמגעשטעלט פון פינעווערס און צענערס!
מ'שטיימיר יעצט אין אזעלכע טעג, וואס מיר טרויערן אויפן חרבן, מיר געפינען אין די גמ' אין מס' ברכות ו: וא"ר חלבו אמר רב הונא כל הנהנה מסעודת חתן וגו' ואם משמחו מה שכרו וגו' רב נחמן בר יצחק אמר: כאילו בנה אחת מחורבות ירושלים, עיי"ש באריכות, ווי איז מער פאסיג צו משמח זיין א חתן ווי דורכן אים צושטעלן זיין חתונה?!? און ווען איז מער פאסיג צו בויען ירושלים ווי אין אזעלכע טעג??
מ'געפינט אין מס' ברכות זאגט דארט די גמ' אגרא דתעניתא צדקתא, אז די עיקר פון דעם תענית איז די צדקה וואס מ'גיבט פאר עניים, ס'ווערט געברענגט אין דרכי חיים ושלום בשם דעם אלי' רבה (כ'האב עס נישט נאכגעקוקט אין אלי' רבה נאר דארט ממילא ברענג איך עס בשמו), אז מ'פירט זיך צו רעכענען וויפיל געלט מ'האט נישט אויסגעגעבן פאר די היינטיגע סעודה, און אזויפיל זאל מען געבן פאר עניים, כ'מיין אז יעדער איינער קען געבן דמי סעודה פאר צדקה.
אויב מ'מעג זאגן, ס'איז דא צוויי מאל א יאר וואס מיר אידן פראווענען אבלות, איינס איז אין די ימי הספירה, און די צווייטע יעצט אין די ימי בין המצרים, און ביידע האבן געהאט מיט דעם אז ס'האט נישט געהערשט קיין איבריגע אהבה ביי אידן, איינמאל שלא נהגו כבוד זה בזה, און די צווייטע ועגן שנאת חינם, מ'האמיר שוין געהאט איין אבלות דעם יאר וועגן שלא נהגו כבוד זה בזה, קומט די דריי וואכן און גיבט א געלעגנהייט צו טוען תשובת המשקל, זיך יא נוהג כבוד צו זיין זה לזה, און ווי כ'האב זוהכ געווען צו הערן פון מורי ורבי כ"ק אדמו"ר מ'דינוב שליט"א עטליכע וואכן צוריק ביי של"ס, האט ער געזאגט אז דערגעגן וואס ביים חרבן איז געווען שנאת חינם, דארפן מיר מרבה זיין מיט אהבת חינם, און אהבת חינם מיינט, ליב האבן א צווייטן ווייל ער איז א יאד, און נישט ווייל ער האט מיר עפעס גוטס געטוען, נא פרעג איך אייך, ווי איז דען שייך א גרעסערע מציאות פון אהבת חינם, ווי ביי איינעם וואס איר קענט ניטאמאל?
זאל זיך דער היזיגער עולם דערמאנען וואס איז דא פארגעקומען באלד א יאר צוריק, ווען איש החסד הרה"ח ר' חיים בער מייזעלס ע"ה איז אוועק, די התעוררות און אויפוואכונג וואס איז דעמאלטס פארגעקומען דא, ווי יעדער איז געווען גרייט צו טוען פאר א צווייטן, זאלן אלע הרגשים זיך צוריק אויפוועקן, לאמיר זעהן ווי כלל ישראל איז פאראייניגט צו העלפן א צווייטן!! לאמיר אלע טראכטן וואס ר' חיים בער ע"ה וואלט געטוען ווען ס'קומט אים אונטער אזא מעשה! ער וואלט נישט גערועט ביז ער קען יענעם זען מיט 100 אלפים אין די האנט!! לאמיר כאטש תופס זיין אומנתו און צוזאמשטעלן אפאר אלפים פאר א צווייטן איד!!
און אין דעם זכות וואס מיר אלע וועלן צוזאמען העלפן א איד בויען זיין שטוב אן קיין דאגות און חובות, וועט דער אייביטשער זיך שיכער מרחם זיין, און שיקן אלעס גוטס, במידה גדושה (וואס איז אגב א גאנצע דריטל מער ווי געווענדליך עי' במס' עירובין יד:), און מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן דעם לידת בן דוד, נאך דעם יאר ת"ב, ביזן ביאת גוא"צ בעגלא ובזמן קריב, במהרה דידן, ברוב רחמיו וחסדיו, אמן!
(כ'בעט אנטשולדיגונג פון אלע וואס כ'האב זיי אויפגעהאלטן, כ'האב געמיינט אז ס'וועט זיין אסאך קורצער, מיינע פינגערס האבן זיך פשוט צושפילט שלא כרצוני, איך האב שוין אפי' פארפאסט צוויי וויכטיגע זאכן וואס כ'האב יעצט געדארפט ערלעדיגן, אבער וואס זאל איך טוען אז מיינע הרגשים האבן איבער גענומען)