א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

בסייעתא דשמיא
יא א היימישע חתונה אום תשעה באב!! און דו קענסט זיין א חלק דערפון!!

ליינען ביזן סוף ביטע!!


מיינע טייערע חברים דא אויפן וועלטל, כ'האב מיר געזעצט שרייבן אן ארטיקל, וואס הלואי ווען איך דארף ווען נישט בכלל צוקומען צו דעם, אבער ליידער האט דער בוכ"ע געמאכט אז בהכרח מוז מען יא ליידער צוקומען צו דעם, האב איך מיר געזעצט שרייבן, און מעקן, שרייבן און מעקן, געשלייפט דא און דארט, אראפ גענומען און צוגעלייגט זאצן, פארמעקט פארעגראפן, און צוגעצייכנט הגהות, נאכן איבערליינען צוויי דריי מאל, האב איך געזעהן אז דאס וואס איך ברענג ארויס אויפן פאפיר איז נישט דאס וואס איך וויל אין הארץ, און ס'וועט נאר שאדן מאכן.

ממילא האב איך פארמאכט יענעם דאקומענט, (אפשר אין אן אנדערן געלעגנהייט וועט עס נאך גענוצט ווערן סתם אלס אינטערעסאנטער ארטיקל), און כ'האב אין הארצן באשלאסן צו גיין די גראדער וועג.

אלזא קום איך צו אייך מיט א מעשה, און איר וועט אלע שוין אליין באשליסן וואס איז די ריכטיגע מהלך יעצט אנצונעמען.

פארגאנגענער פרייטאג באקום איך א רוף פון א חבר מיינער, אז ס'גייט פארקומען א געוויסער קאמפיין פאר איינער פון אונזער אינערליכער רינג, און מ'גייט מאכן א טעלע קאנפערענץ, כ'זאל ביטע זעהן צו זיין גרייט מארגן צום באשטימטן צייט.

אומר ועושה, כ'האב אודאי פארגעסן דערפון, נאר ב"ה מ'האט ארומגערופן פארדעם דערמאנען, אזוי האב איך ב"ה געהאט די זכיה אנטייל צו נעמען דארט און הערן דאס פאלגנדע:

מיר האבן א חבר וואס גייט אי"ה אונטער די חופה בשטומ"צ בקרוב, און היות זיינע פיר עלטערע געשוויסטער האבן זיך ב"ה ארויסגערוקט דעם יאר, דארף מען דארט ערנסטע הילף אויף חתונה צו מאכן דעם פיפטן קע"ה, און דער טאטע האט פגעמאכט אז יהיה מה שיהיה געלט וועט נישט זיין קיין אפהאלט פון חתונה מאכן!! (און ממנו ילמדו וכן יעשו, קיינער האט נאכנישט חתונה געהאט אויפן גאס, מענטשן זענען אבער געשטארבן ביי די 80 אומפארהייראט!!), און הגיע לאזנינו אז מ'ברויך זיך צוזאמנעמען און אים העלפן, און יא! ב"ה ער האט די שטארקייט עס צו נעמען!

נאכן הערן די גאנצע מעשה מיט אלע אירע קאלירן, האט עס אונז זייער שטארק אויפגעפלאקערט אין א הייליגער פלאם, און מיר האבן זיך ווידעראמאל (ד.מ. חוץ די אלטע חשבונות פון ארום 120 אלפים וואס מיר - חברים - האבן שוין געהאט די זכיה צו שאפן אין די פארגאנגענהייט!) צוזאמגענומען אויף צו שאפן געלט דאסמאל, אבער יעצט רעדט מען פון גאנצע פ-י-נ-ף א-ו-ן ז-י-ב-ע-צ-י-גטויזנט דאלער! (און אפשר מיט ענקער הילף וועט מען עס קענען ארויפרוקן צו 100 אלפים), און יא! מ'האט שוין ב"ה אנגעהויבן שאפן!

איז אזוי, מיינע אלע קאנטאקן, חברים, ידידים, חברותות, קרובים, משפחה, וכו', האב אויך שוין גערופן ביי אלע פאריגע קאמפיינ'ס, און כ'ווייס נישט ווער פון זיי קען מיר נאך געבן בכלל, אבער כ'האלט אינמיטן ארומרופן יעדעם, מיט א הייסע פארשפרעכונג צו די זייט, אז דאס איז עס, מער רוף איך זיי נישט פאר געלט!

אבער ס'איז דא איין קלאס מענטשן וואס זיי האב איך נאכנישט געבעטן פאר הילף, און דאס איז ענק טייערע חברים דא אויף אייוועלט!!

מ'דארף פאר קיינעם נישט מסביר זיין און דערמאנען וואס אייוועלט הט שוין געטוען פאר אירע חברים און איליאירטע, און פאר גאנץ כלל ישראל, אמער, גאנץ אייוועלט וועסטו טרעפן פול מיט טובות וואס מ'טוט איינער פארן צווייטן אומזיסט, נו ווי קען דען זיין, א מצוה וואס מאכט זיך נאר איינמאל אין 100 יאר! יא יא! איינמאל אין הונדערט יאר!! ווען האט איר לעצט געהערט אזא מבהיל'דיגע מעשה, אז א איד זאל חתונה מאכן פינף קינדער אין איין יאר, נישט די גרעסטע פארדינער, עד כדי כך, אז ער האט שוין פון יעדעם גענומען געלט, אז ער מוז אנרופן די חברים פונעם חתן בעטן הילף?? הישמע כזאת? ניטאמאל האט ער א נישטיגע 5 מאות צו באצאלן די קלענסטע נישטיגע קלייניגקייטן!!! ווי קען א איד הערן אזא מעשה און נישט צוגיין פאר צער?

נאר וואזשע דען? אז יעדער ווייסט ביי זיך, איך האב געגעבן אפאר דאלער כפי יכולתי, און געזאגט א קאפיטל תהלים אז די קאמפיין זאל מצליח זיין, שפירט מען כאטש אז איך האב געהאט א חלק אין יענעם ארויסהעלפן.

טייערע ברידער, קענסט נאר געבן 5 דאלער? יעדע דאלער ציילט!! פון הונדערט ניקס 5 דאלער ווערט 500, פון הונדערטער פינעווערס א וואך ווערט אן עזר למזון וואס האט פארטיילט דריי פוינט פינף מיליאן אין שנת תשפ"ג!! קענען מיר זיכער צוזאמשטעלן א נישטיגע פינף אלפים אויף מיין פעידזש, אדרבה, העלפט מיר ארויפרוקן מיין ציל צו 10, מ'מעג געבן מער ווי פינף אויך, אבער אפי' פינף רעכנט! כ'האב שוין אזוי אפאר מאות קעש ביי מיר, וואס ווארט צו ווערן אריינגעגעבן, צוזאמגעשטעלט פון פינעווערס און צענערס!

מ'שטיימיר יעצט אין אזעלכע טעג, וואס מיר טרויערן אויפן חרבן, מיר געפינען אין די גמ' אין מס' ברכות ו: וא"ר חלבו אמר רב הונא כל הנהנה מסעודת חתן וגו' ואם משמחו מה שכרו וגו' רב נחמן בר יצחק אמר: כאילו בנה אחת מחורבות ירושלים, עיי"ש באריכות, ווי איז מער פאסיג צו משמח זיין א חתן ווי דורכן אים צושטעלן זיין חתונה?!? און ווען איז מער פאסיג צו בויען ירושלים ווי אין אזעלכע טעג??

מ'געפינט אין מס' ברכות זאגט דארט די גמ' אגרא דתעניתא צדקתא, אז די עיקר פון דעם תענית איז די צדקה וואס מ'גיבט פאר עניים, ס'ווערט געברענגט אין דרכי חיים ושלום בשם דעם אלי' רבה (כ'האב עס נישט נאכגעקוקט אין אלי' רבה נאר דארט ממילא ברענג איך עס בשמו), אז מ'פירט זיך צו רעכענען וויפיל געלט מ'האט נישט אויסגעגעבן פאר די היינטיגע סעודה, און אזויפיל זאל מען געבן פאר עניים, כ'מיין אז יעדער איינער קען געבן דמי סעודה פאר צדקה.

אויב מ'מעג זאגן, ס'איז דא צוויי מאל א יאר וואס מיר אידן פראווענען אבלות, איינס איז אין די ימי הספירה, און די צווייטע יעצט אין די ימי בין המצרים, און ביידע האבן געהאט מיט דעם אז ס'האט נישט געהערשט קיין איבריגע אהבה ביי אידן, איינמאל שלא נהגו כבוד זה בזה, און די צווייטע ועגן שנאת חינם, מ'האמיר שוין געהאט איין אבלות דעם יאר וועגן שלא נהגו כבוד זה בזה, קומט די דריי וואכן און גיבט א געלעגנהייט צו טוען תשובת המשקל, זיך יא נוהג כבוד צו זיין זה לזה, און ווי כ'האב זוהכ געווען צו הערן פון מורי ורבי כ"ק אדמו"ר מ'דינוב שליט"א עטליכע וואכן צוריק ביי של"ס, האט ער געזאגט אז דערגעגן וואס ביים חרבן איז געווען שנאת חינם, דארפן מיר מרבה זיין מיט אהבת חינם, און אהבת חינם מיינט, ליב האבן א צווייטן ווייל ער איז א יאד, און נישט ווייל ער האט מיר עפעס גוטס געטוען, נא פרעג איך אייך, ווי איז דען שייך א גרעסערע מציאות פון אהבת חינם, ווי ביי איינעם וואס איר קענט ניטאמאל?

זאל זיך דער היזיגער עולם דערמאנען וואס איז דא פארגעקומען באלד א יאר צוריק, ווען איש החסד הרה"ח ר' חיים בער מייזעלס ע"ה איז אוועק, די התעוררות און אויפוואכונג וואס איז דעמאלטס פארגעקומען דא, ווי יעדער איז געווען גרייט צו טוען פאר א צווייטן, זאלן אלע הרגשים זיך צוריק אויפוועקן, לאמיר זעהן ווי כלל ישראל איז פאראייניגט צו העלפן א צווייטן!! לאמיר אלע טראכטן וואס ר' חיים בער ע"ה וואלט געטוען ווען ס'קומט אים אונטער אזא מעשה! ער וואלט נישט גערועט ביז ער קען יענעם זען מיט 100 אלפים אין די האנט!! לאמיר כאטש תופס זיין אומנתו און צוזאמשטעלן אפאר אלפים פאר א צווייטן איד!!

און אין דעם זכות וואס מיר אלע וועלן צוזאמען העלפן א איד בויען זיין שטוב אן קיין דאגות און חובות, וועט דער אייביטשער זיך שיכער מרחם זיין, און שיקן אלעס גוטס, במידה גדושה (וואס איז אגב א גאנצע דריטל מער ווי געווענדליך עי' במס' עירובין יד:), און מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן דעם לידת בן דוד, נאך דעם יאר ת"ב, ביזן ביאת גוא"צ בעגלא ובזמן קריב, במהרה דידן, ברוב רחמיו וחסדיו, אמן!

(כ'בעט אנטשולדיגונג פון אלע וואס כ'האב זיי אויפגעהאלטן, כ'האב געמיינט אז ס'וועט זיין אסאך קורצער, מיינע פינגערס האבן זיך פשוט צושפילט שלא כרצוני, איך האב שוין אפי' פארפאסט צוויי וויכטיגע זאכן וואס כ'האב יעצט געדארפט ערלעדיגן, אבער וואס זאל איך טוען אז מיינע הרגשים האבן איבער גענומען)

⬇️אשר ע"כ עפן איך א ספעציעלע בלאט אויפן קאמפיין און לאמיר זען וואס כלל ישראל וועט קענען צושטעלן!!⬇️


דברי חכמים כדרבונות
משה'לע גרינוואלד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 am

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע גרינוואלד »

רבותי רופט אייך אן ווארים אגרא דתעניתא צדקתא
אויב זאגסטו וואס "יעדער" זאגט זאגסטו גארנישט.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

א דאנק @משה'לע גרינוואלד פאר די נתינה.


מיט ברכות דיר באגיסן
שער שמים אויפשליסן
השפעות אלעמאל פליסן
לטוב כל הימים פאר דיר באשליסן
ער זאל דער געבן פון אלעם זיסן
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

ס'האט מנדב געווען איינער gv
זאל ער האבן גוטע קינדער און וואוילע דורות!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

ih hi
פאר די נתינה פון $36
הערליכע דורות ישרים מבורכים
יעדע גוטע זאך שטענדיג ביי דיר געפינען
ישראל אשר בך אתפאר!
דברי חכמים כדרבונות
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

מ'קען נישט געבן אינטער 10 דאלער?
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:27 pm
מ'קען נישט געבן אינטער 10 דאלער?
מ'קען.
אבער יעדער זאל טראכטן ווי ס'איז זיין ברודער!
דברי חכמים כדרבונות
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:28 pm
שמואל גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:27 pm
מ'קען נישט געבן אינטער 10 דאלער?
מ'קען.
אבער יעדער זאל טראכטן ווי ס'איז זיין ברודער!
די סייט לאזט נישט געבן ווייניגער
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:29 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:28 pm
שמואל גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:27 pm
מ'קען נישט געבן אינטער 10 דאלער?
מ'קען.
אבער יעדער זאל טראכטן ווי ס'איז זיין ברודער!
די סייט לאזט נישט געבן ווייניגער
ווער ס'וויל זאל קומען אין אישי כ'וועל געבן א קפ אדרעס ווי מ'קען שיקן
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

@טעוועליך $25


טוב וחסד כל ימיך
על בניך ובני בתיך
ויברכך ה' אלוקיך
ויתן ברכה בכל משלח ידיך
עולם ועד נשמע שירים מפיך
לא ימוש התורה מבני בניך
יאריך ימיך
כלנו נזכה לביאת משיח עבורך
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

וואס פאר א זכיה!! גיימער יעצט געבן עפעס.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 5:31 pm
וואס פאר א זכיה!! גיימער יעצט געבן עפעס.
א ריזיגע דאנק פאר אלע משתתפים!!
רופט'ס ענק אן ווארעם, לאמיר ווייזן פאר די וועלט וואס מיר אייוועלטערס קענען!!
יעדע דאלער ציילט, נעמט'ס עס נישט אן פאר לייכט!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

געגעבן

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:42 pm
געגעבן
שכח @הרב יואל קליין !
ח"י ח"י יודוך!

יתן ויחזור ויתן כפעולתיך
ויכפול לך כמעשיך
אות ומופת עבורך טובותיך
לא ישמע שום דבר רעה בגבוליך
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

שכח @פיצי מוח ! שוין גארנישט קיין @פיצי מוח !

פעל טוב עבור אחד מישראל
יבא לפניו ברכות מאת הא-ל
צוה למלאכיך שוכן בשמי מעל
יתברכו ישראל עבורו טובו שפעל
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

ביי דע וועי, אן קיין העיט, די אלע 356 מענטשן וואס האבן באזוכט מיין פעיזש האבן נאר 7 געגעבן!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

@מיניטשער וועלט !!!! שכח פאר די @פופציגער !!
ישלם ה' פעלך!

מיט פיל גוטס זאל מען דיר פון הימל באגיסן
יעדן טאג נאר מיט פרייד זאל מען דיר באשיסן
נאך און נאך גוטס געניסן
יודיש נחת זאלן ביי דיר פליסן
טוב וחסד נאר פון דעם שמועסן
שערי גן עדן פאר דיר אויפשליסן
עיביגער גאט זאל אויף דיר זכותים באשליסן
רוח אפינו משיח ה' אין דיין זכות שוין באגריסן
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

@אלטע וויין !! שכח פאר די שני פעמים ח"י!!

אלעס גוטס געבן
לאנגע יארן צום לעבן
טוען ערפילן דיין שטרעבן
ערליכע דורות וועבן
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

רבותי! די נומערן הייבן זיך!! לאמיר ווייזן וואס מיר קענען טוען פאר א צווייטן איד!!


דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
איך האב נישט איינס
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 2:55 pm
לאקאציע:עיה"ק וויליאמסבורג

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האב נישט איינס »

זיי האלטן שוין ביי איבער 10 טויזנט!!!!!
אז מ'האט נישט, האט מען נישט.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

פאר מיין חבר @איך האב נישט איינס וואס האט געגעבן א סכום גדול!!


איךווייס יא וואס דו טוסט אלס פאר אידן
האבאיך אויך געהאט די זכיה זאלסט מיר מאכן צופרידן
נישטיעדער ווייסט, און אין דעם זכות וועסטו באקומען שכר
איינסאיינציגער פון דער וועלט וועט דיר באצאלן נאר גוטס דערפאר!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

רבותי איט"ס נא"ט אבאו"ט לייקינ"ג, איט"ס אבאו"ט גיווינ"ג מאנ"י!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

קאמפיין איז לייו!!


דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

$30,000 שוין געשאפט, און מיין פעיזש שטייט ליידיג, קומט אריין און העלפט מיר ארויס!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א היימישע חתונה אום תשעה באב?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

@חמול על מעשיך א דאנק!!

חיים טובים עם כל טוב רב
מן השמים ינתן לך באהב
ולא ימוש התורה מפיך ומפי זרעך
לעולם עד ביאת מלכינו משיח
דברי חכמים כדרבונות
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”