דער "ארי' דבי עילאי" איז געבוירן געווארן שנת תקכ"ז אין יערוסלאוו, צו זיין טאטע'ן רבי חיים ליפשיץ אויף וועמען דער רבי פון לובלין האט מעיד געוועהן אז ער איז א בעל רוח הקודש. ביי די ניין יאהר האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עילוי און בקי אין ש"ס בבלי און ירושלמי, און איז דעמאלטס געווארן א תלמיד פון הגאון המפו' רבי יצחק חריף אבד"ק סאמבור בעמח"ס שו"ת פני יצחק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון קצות החושן.
ער איז געוועהן א חסיד און תלמיד מובהק פון רבי'ן פון לובלין זי"ע. ווען ער איז נאכדעם געווארן אן איידעם ביי הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע מאוהעל, איז דורך אים דער ישמח משה געווארן א תלמיד פון רבי'ן פון לובלין.
ער איז געוועהן רב אין קרעשוב, נאכדעם אין שינאווא. בערך שנת תקפ"ה איז ער געווארן רב אין די שטעדט ווישניצא, בריגל און דעם גאנצען גליל. דארט איז ער געוועהן א רבי. כמעט אלע גדולי הדור זענען צו אים געפאָרן, ווי זיין איידעם דער שינאווער רב זי"ע שרייבט אין זיין הסכמה אויף איינע פון זיינע ספרים: אשר בעודו בחיים חיותו כמעט כל גדולי הדור השכימו לפתחו, ורבים וכן שלמים שאבו ממנו מעיינות החכמה בנגלה ובנסתר.
צווישן די וועלכע זענען געפאָרן צום אריה דבי עילאי זענען אויך געוועהן די צדיקים: רבי מרדכי דוד דאמבראווער, רבי בעריש אושפיצינער, רבי שלום קאמינקער, רבי ר' הערש פון רימנוב, רבי אשר'ל ראפשיצער, דער צאנזער רב, רבי אליעזר'ל דזיקוב'ער, רבי ארון קראקאווער און זיינע קינדער די צדיקים זכותם יגן עלינו.
ער האט געוואוינט אין ווישניצא. בסוף ימיו איז ער אריבער קיין בריגל וואו ער איז נפטר געווארן טו"ב טבת שנת תר"ו ושם מנחתו כבוד.
עס זענען געבליבן פון אים די ספרים "ארי שבחבורה" אויף מסכת כתובות, שו"ת "ארי' דבי עילאי" און נאך.
זיינע קינדער זענען געוועהן, זיינע זוהן הגאו"ק: 1) רבי משולם זלמן יהונתן אבדק"ק בריגל אן איידעם ביי רבי אברהם חיים לינסקער, א זוהן פון ראפשיצער רב, 2) רבי חיים דוב אבדק"ק יאנוב, 3) רבי אהרן זעליג אבדק"ק ווישניצא.
די איידעמער זענען געוועהן: 4) דער שינאווא רב הגה"ק בעל דברי יחזקאל זי"ע בזיו"ר, 5) הרה"ק רבי צבי הירש גלאנץ זצ"ל אבדק"ק שינאווא באקאנט אלס רבי הערש'עלע גלאנץ, 6) הגה"ק רבי מרדכי זילבערשטיין זצ"ל אבדק"ק האלאשיץ ביי וועמען דער שינאווער רב זי"ע איז געוועהן אן איידעם בזיווגו השני.
מיללער האט געשריבן:
א דאנק אייך, אז נעשה סדר בשושלת בריגל.
בני הארי' דבי עילעא; א) בנו ר' משולם זלמן יהותן מבריגל ב) בנו ר' חיים דוב מיאנוב ג) בנו ר' אהרן זעליג (ר' אהריש) ממוישניצא ד) חתנו מרן הדברי יחזקאל משינאווא ה) חתנו ר' צבי הירש הכהן גלאנץ אב"ד שינאווא ו) חתנו ר' מרדכי זילבערשטיין אב"ד האלאשיץ
בני ר' משולם זלמן מבריגל; א-א) בנו ר' ירוחם מטארנא א-ב) בנו ר' טובי' מבריגל
בני ר' חיים דוב בעריש מיאנוב; ב-א) בנו ר' יוסף זכרי' מנחם אב"ד סליפיא (נקרא ר' יוסף סליפיער)
בני ר' משולם זלמן מבריגל; א) בנו ר' ירוחם מטארנא-ירושלים ב)בנו ר' טובי' מבריגל ג)בנו ר' מאיר ליפשיץ מקראקא ד) בתו אשת ר' ישראל מאיר ליפשיץ (בן אחיו ר' חיין דוב) מיאנוב
בני ר' ירוחם מטארנא: א-א)בנו ר' לייבוש מקרעשוב חתן ר' ברוך מגארליץ א-ב)בתו אשת ר' בצלאל בערנשטיין דיין בבי"צ בירושלים א-ג)בתו אשת ר' רפאל גוטווירד
בני ר' חיים דוב מיאנוב בן האדב"ע: א)בנו ר' ישראל מאיר מיאנוב חתן דודו ר' משולם זלמן מבריגל ב)בנו ר' יוסף זכרי' מנחם אב"ד סליפיא חתן ר' יעקב מאפטא ב"ר נחמי' בן הרה"ק ר' דוד מלעלוב ג)בנו ר' משה
בני ר' יוסף זכרי' מסליפיא: ב-א) ר' ארי' לייבוש מאפטא חתן ר' חיים מאיר מפינטשוב ב"ר יצחק חתן הס"ק מראדושיץ (אבי ר' ישכר דוב מאונגוואר אבי ר' יחזקאל שרגא מסטראפקוב)
בני ר' אהרן זעליג בן האדב"ע:
א)בנו ר' שמואל יוסף מראדמישלא ב)בנו ר' נתן נטע דוב מוויעליפאלי חתן הרה"ק ר' שלמה זלמן מוויעליפאלי ג)בנו ר' צבי יונה מווישניצא (מתייחסים אחריו משפחת ליפשיץ בלאנדאן) ד)בתו אשת ר' שמחה באכנער מקשאנוב ב"ר משה בן הרה"ק ר' שלמה מקשאנוב
בני ר' נתן נטע דוב; ב-א)בנו ר' יצחק ליפשיץ מוויעלפאלי (ר' שימעלע זשעליכאווער איז געשטאנען פאר אים כעבדא קמיה מרי') ב-ב)בנו ר' אלתר שלמה זלמן מיעדלאווע ב-ג)בתו אשת ר' דוד ארי' בריזל אבי משפחת בריזל בירושלים ואבי ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא
בני ר' צבי יונה מווישניצא; ג-א)בנו ר' יצחק ראובן מטשארנא-דונייעץ (חותן ר נפתלי ט"ב מעטשעד)
משפחת הרה"ק משינאווא חתן האדב"ע (מזוו"ר): א)בנו ר' נפתלי בעל אילה שלוחה ב)בתו אשת ר' פנחס תאומים-פרענקל מבוקאווסק
משפחת ר' צבי הירש גלאנץ חתן האדב"ע: א)בנו ר' מרדכי יצחק ב)בנו ר' מנחם מענדל ג)בנו ר' יוסף חיים משינאווא ד)בנו ר' רפאל
בני ר' יוסף חיים גלאנץ משינאןוא; ג-א)בנו ר' בערעלע גלאנץ( חותן הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק) אבי ר' אברהם יהושע העשיל אבי האחים החשובים ר' משולם זלמן מוומ"ס ור' יוסף חיים מקרית יואל ג-ב)בתו אשת ר' שמעון לאם נכד הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב ובעלז, מנו"כ ביוניאן פיעלד סעמעטערי סמוך לר' דוד הב"ש מסאקאלוב
משפחת ר' מרדכי זילבערשטיין אב"ד האלאשיץ חתן האדב"ע א)בנו ר' נפתלי צבי ב)בנו ר' אברהם יעקב מהאלאשיץ ג)בתו אשת הרה"ק הדברי יחזקאל משינאווא בזיוג שני (אמם של ר' משה משינאווא ואשת ר' אלעזר בינדיגער).
ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא האט באמת געהייסן בריזל? איה מנו"כ?
ב''ה גם אביו שמו הארגינאלי הי' ליפשיטץ -רק כשעלה לארה''ק שינה לבר''יז''ל אך בניו שנשארו בחו''ל כגון בנו ר' חיימעל דומ''ץ קליינווארדיין נשאר בשמו האמיתי ליפשיץ ויש לו בן בקלאזענבורג-ווימ''ס ר' יעקב איטשע ליפשיץ וכן הי' לו ב' בנות א]אשת ר' שמחה ז''ל ארגעל ב] אשת ר' מרדכי יאקאב ע''ה .
ב''ב אגב ביתו של הרב ר' משה ז''ל ליפשיץ מפילדלפי' היה פתוח לרווחה לכל המשולחים שבאו כל השנים לפני המלחמה ואחר המלחמה .כשעלה לארה''ק הדפיס מחדש את ספרי הארי' דבי -ארי שבחבורה - עמ''ס כתובות ב' כרכים ועוד .הסופר המפורסם ר' חיים אורי ליפישיץ הי' אחד מבניו .מנו''כ בהר המנוחות . הנ''ל שלח את בניו ללמוד לארה''ק עוד לפני המלחמה .יהי זכרו ברוך הי' איש טוב ומטיב לאחרינא . ולא שביק טיבותא לנפשי' הניח דורות ישרים מבורכים .
ב''ה כדאי "ללמוד" את ההקדמה שכתב הארי' דבי' עילאה על הספה''ק מאור ושמש . הי' מגדולי גאוני הדור .ידידי יקירי ר' דוד ארי' נ''י יאקאב מהדיר עכשיו התשובות ומשקיע הון תועפות בזה. זכה שע''י נתקרב חותנו הישמח משה הרב משינאוואי לחסידות ומשפחת התמרים נעשו חסידים . ושינו את מפת הונגרי' טראנסאלווני' וקירבה אותם לחסידות .ועי''ז נסעו יהודים אלו אח''כ בעיקר לצאנז . האמת שבטראנסילוואני קירבה ג''כ משפחת פאנעטה והםם ביסודם תלמידי הרה''ק הר'ר' מענדעלע נ''ע מרימאנאוו -אך ברבות הימים משפחת התמרים גברה והיתה לכח החזק גם שם .ודי בזה-תן לחכם וכו.
אין וויליאמסבורג איז געווען א בריגלער רבי ר' נפתלי טייטלבוים, נפטר געווארן תשל"ה ער איז געווען א זוהן פון ר' מנשה ט"ב ראב"ד בריגל [בן ר' נחום צבי מדרהביטש, בן ר' אלעזר ניסן, בן הישמח משה] וואס איז געווען א איידעם פון ר' טובי' אבד"ק בריגל, בן ר' משולם זלמן יהונתן, בן הארדב"ע
דער בריגלער רבי איז געווען א חסיד פון קדושת ציון מבאבוב[געווען משפחה], שפעטער אין וויליאמסבורג געווארן נאנט צו סאטמאר רבי זי"ע, און אויך זיך געהאלטן נאנט מיט מהר"ש מבאבוב
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
ער האט אייניקלעך אין באבוב, איך וועל פראבירן בל"נ צו באקומען
פון זיין גאנצע משפחה האט נאר איין זוהן איבערגעלעבט די קריג, ר' טובי' טייטלבוים - בארא פארק, נפטר געווארן בערך פינף זעקס יאר צוריק. וואס ער האט קינדער אין אייניקלעך אין באבוב
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
מיילעך האט געשריבן:
בני ר' יוסף זכרי' מסליפיא: ב-א) ר' ארי' לייבוש מאפטא חתן ר' חיים מאיר מפינטשוב ב"ר יצחק חתן הס"ק מראדושיץ (אבי ר' ישכר דוב מאונגוואר אבי ר' יחזקאל שרגא מסטראפקוב)
א)בנו ר' שמואל יוסף מראדמישלא ב)בנו ר' נתן נטע דוב מוויעליפאלי חתן הרה"ק ר' שלמה זלמן מוויעליפאלי ג)בנו ר' צבי יונה מווישניצא (מתייחסים אחריו משפחת ליפשיץ בלאנדאן) ד)בתו אשת ר' שמחה באכנער מקשאנוב ב"ר משה בן הרה"ק ר' שלמה מקשאנוב
בני ר' צבי יונה מווישניצא; ג-א)בנו ר' יצחק ראובן מטשארנא-דונייעץ (חותן ר נפתלי ט"ב מעטשעד)
דער ר' יצחק ראובן איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף הכהן האללענדער אב"ד אמסאנא [חתן ר' ליבוש קאננער], אויסער ר' נפתלי ט"ב מעטשעד-ארה"ב, האט ער געהאט א זוהן ר'זאב וואלף וועלכער איז געווען א דיין אין ניימארק, און א זוהן ר' חיים יוסף דומ"ת קאמארנא, ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער די משפחה?
מיילעך האט געשריבן:
בני ר' משולם זלמן מבריגל בן הארי' דבי עילעא; א)בנו ר' ירוחם מטארנא-ירושלים ב)בנו ר' טובי' מבריגל ג)בנו ר' מאיר ליפשיץ מקראקא ד) בתו אשת ר' ישראל מאיר ליפשיץ (בן אחיו ר' חיין דוב) מיאנוב
בני ר' ירוחם מטארנא: א-א)בנו ר' לייבוש ליפשיץ-טייטלבוים מקרעשוב חתן ר' ברוך מגארליץ א-ב)בתו אשת ר' בצלאל בערנשטיין דיין בבי"צ בירושלים א-ג)בתו אשת ר' רפאל גוטווירד
אינעם אשכול הסמוך איבערר' ברוכ'ל גארליצער זצ"לזענען פארהאן עטליכע פרטים ומסמכים איבער דעם ר' ארי' ליבוש מקרעשוב חתנו של ר' ברוך מגארליץ ובני משפחתו, איך ברענג עס אריבער לתועלת המעיינים.
מדברי הפארצייטישער [ארויסגענומען פרטים וואס זענען נישט נוגע אהער]: ר' הערשלע רודניקער זצ"ל [ר' צבי הירש ה"ש בן ר' ברוך מ'גארליץ] איז נישט געווען אליינס רב אין רודניק, צוזאמען מיט אים האט געדינט ברבנות זיין שוואגער ר' ארי' ליבוש טייטלבוים (ליפשיץ) זצ"ל, דער אינגסטע איידעם פון גארליצער רב. [ער איז געווען א זוהן פון דער באקאנטע צאנזער חסיד ר' ירוחם טייטלבוים (בסוף שנותיו עלה לארה"ק ונטמן בהר הזיתים לא רחוק מהגאב"ד ר' משה ארי' זצ"ל, שאשתו בזוו"ר היתה נכדתו) בן ר' משולם זלמן יהונתן בן הארי' דבי עילאה זי"ע]
מעשה שהי' כך הי'. דער ר' ארי' ליבוש איז געווען רב אין א שטעטל קרעשוב [לכאורה אין רוסלאנד], און עפעס א געזעץ האט גורם געווען אז ער האט געמוזט פארלאזן דעם שטאט קרעשוב. (אדער אז אויסלענדישע האבן נישט געקענט זיין רבנים, אדער אז בכלל אויסלענדישע בירגער האבן געדארפט אוועק פארן, איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די מאפע פון דעמאלטס).
עכ"פ ער האט געמוזט אויפגעבן דאס רבנות אין קרעשוב, איז ער ער איז געקומען פארן קיין רודניק [עסטרייך] וואוינען ביים שווער דער גארליצער רב (דאס איז געווען בערך אין די תר"מ יארן). און מ'האט אים גערופן "דער קרעשובער רב", און האט געהאט פארשידענע אויפגאבן אין די קהילה. און ווען דער גארליצער רב איז געגאנגען איבערנעמען דאס רבנות אין גארליץ, איז דעמאלטס געקומען צו פארן ר' הערשלע רודניקער זצ"ל און אויפגעגעבן דאס רבנות אין ניסקא, און געקומען ווערן רב אין רודניק. [איך ווייס נישט פארוואס, אפשר האבן טייל פון די בני קהילה נישט געוואלט אנעמען ר' לייביש אלס רב, און אנדערע האבן דוקא יא געוואלט]. האט דער גארליצער רב צאם גענומען די בני קהילה און געזאגט אז ער וויל נישט מ'זאל זיך קריגן, און אזוי ווי רודניק איז געווען א רייכע שטאט, האבן זיי גענוג געלט אויפצוהאלטן צוויי רבנים, און ביידע, סיי ר' הערשלע און סיי דער קרעשובער רב זאלן זיין רבנים אין רודניק, וכך הוה. זיי זענען ביידע געווען רבנים.
די קינדער פון ר' ליבוש מקרעשוב-רודניק: 1) זיין זוהן הרה"צ ר' בנימין וואס האט אים איבערגענומען אלס רודניקער רב [ער איז פאר'ן קריג געקומען קיין אמעריקא] 2) זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי ט"ב דער בריגלער רבי [וואס מ'האט שוין דערמאנט אפאר מאל אין די פארום'ס] 3) זיין איידעם הרה"צ ר' פנחס יוסף דאכנער [שווער פון גאב"ד ירושלים ר' משה ארי' פריינד זצ"ל בזוו"ר].
איך ברענג דא אראפ א קאפיע פון דעם ספר אהלי שם געדרוקט אין תרע"ב, וואו מ'זעהט טאקע אז ביידע זענען געווען רבנים אין רודניק.