ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

הקדמה

ניו יארק סיטי זיצט אויף אפאר טייכן ווי די האדסאן ריווער און די איסט ריווער (וואס איז עכט א חלק פון די האדסאן נאר ס'צוטיילט זיך האט עס באקומען א נייע נאמען) ממילא איז די גאנצע שטאט שטארק אנגעוואנדן אין די פילע בריקן און טונעלן וואס איז פארהאן אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן

איך וואלט די סיטי צוטיילט בעיקר אין פיר חלקים, איינס מאנהעטן וואס זיצט אליינס אויף א אינזל, צוויי איז ברוקלין און קווינס וואס זיצן צוזאמען מיט 'לאנג איילענד' אויף די לאנג איילענד אינזל (ס'איז דא פלעצער ווי ברוקלין און קווינס זענען יא צוטיילט מיט א קליין וואסער'ל) , דריי איז די בראנקס וואס איז פארבינדן מיט וועסטשעסטער, און פיר איז סטעטן איילענד וואס איז א סוגיא פאר זיך, און די איז דא נאך אין א בארא אליין ווי מיר וועלן אי"ה אויסשמועסן. אבער קומט אויס אז צי גיין פון איין בארא צום צווייטן אין רוב פעלער דארף נוצן א בריק (אין פילע פעלער דארף מען אין א בארא אויך נוצן א בריק).

אין געוויסע פלעצער האט מען געבויעט א טונעל אנשטאט א בריק, יעדע פאל פאר זיין סיבה, אבער די 'תכלית' איז די זעלבע, און מיר וועלן דאס בעז"ה אויך אויסשמועסן.

פארשטייט זיך אז אויב מ'רעכנט אלע הונדרעטער בריקן פון די הייוועיס וואס קראסן אנדערע הייוועיס אדער גאסן קומט מען אן צי איבער 2000!!! אבער מיר גייען דאס נישט רעכענען נאר די וואס פארן איבער די וואסער (אפי' אסאך מאל קענען זיי זיין קורצער) וואס לויט מיין חשבון איז דאס קרוב צי 40 שטיק, קלענערע און גרעסערע, א גרויס חלק איז נישט אזוי באקאנט פאר אונז ליינער אפי' ס'איז דא ממש נעבן אונז אבער אונז קומען נישט אזוי סאך אן אהין.

און אפי' די וואס קראסן די וואסער איז דא פילע וואס זענען געמאכט נאר פאר באנען אדער אנדערע זאכן, וואס דאס וועלן מיר נישט שרייבן יעצט,בלויז די וואס זענען געמאכט פאר קארס(און אפשר אויך די וואס זענען נאר פאר מענטשן וועלן מיר אויך אויסרעכענען), און אפשר איין טאג וועלן מיר נאך צוריקומען צי דעם.

אסאך מאל וועל איך אריינשטעלן אין איין ארטיקל מער ווי איין בריק ווייל ס'איז נישט דא אזוי סאך צי שרייבן וועגן דעם.


יעדע בריק וועל איך איינטיילן אין פילע חלקים

אביסל א אריינפיר אויף די בריק ווי ס'געפינט זיך און אביסל קרישקעלעך דעראויף
עפעס היסטאריע ווי למשל ווען ס'איז געבויעט געוווארן
די טרעפיק דערפון
די נאמען דערפון און איר באדייט
אויב ס'איז דא באנען און א פוסגייער וועג
אויב ס'איז געווען במשך די יארן גרויסע קאנסטראקשיאן דעראויף
פאקטן און ציפערן
און פארשטייט זיך אויב א געוויסע בריק וועט זיין עפעס ספעציעל אינטערסאנט וועלן מיר פרובירן עס צי ארויפלייגן

די בריקן ווערן געפירט און באאלאנגט בעיקר פאר דריי אטעראטאציעס
1. די MTA וואס איז נ.י. סערוויס פאר אסאך טראנספארטאציע ווי די באנען און באסעס
2. איז די Port Authority of New York and New Jersey וואס איז א פאראיין פון ניו יארק און ניו זשירסי פאר געוויסע זאכן (ווי די עירפארטס און נאך) זיי זענען נאר אויף די בריקן וואס זענען פון ניו יארק צי NJ ווי למשל די GWB,
די אלע זענען מיט טאלס
3. זענען אן טאלס זיי זענען סתם אזוי אונטער די DOT
זעהט מאפע, די וואס זענען נישט אנגעצייכנט זענען אין די דריטע קאטאגאריע (נישט אלע בריקן זענען דא אויףדי מאפע)
1.jpg
1.jpg (117.74 KiB) געזען 2513 מאל
איינס פון די זאכן וואס ס'גייט זיין אינטערסאנט איז אז מ'גייט נישט גיין על הסדר פון די בריקן נאר אביסל צומישט און די סדר, צי מאכן אביסל אינטערסאנט!!!

אזוי אויך וויל איך עס צוטיילן אין אפאר חלקים לויט ווי ער געפינט זיך:
Eest River Crossing
דאס זענען פון ברוקלין און קווינס אריבער קיין מאנהעטן.

סטעטן איילענד
דאס זענען אלע 4 בריקן פון און צי סטעטן איילענד.

Hudson River

דאס זענען פון מאנהעטן אריין צי NJ.

מאנהעטן- בראנקס
אסאך (בעיקר קליינע) פון בראנקס אריבער די הארלעם אריין צי מאנהעטן

קווינס- בראנקס
פון קווינס אריבער די איסט ריווער (פון אויבן) אריבער צי די בראנקס.

ברוקלין- קווינס
און געוויסע פלעצער צווישן ברוקלין און קווינס איז דא א קליינע וואסער'ל, דארט איז דא עפעס בריקן.

קווינס
אין קווינס אליינס איז דא אפאר בריקן.

ברוקלין
די זעלבע אין ברוקלין ווי ס'איז דא אפאר קליינע.

בראנקס
אין די בראנקס אליין איז אויך דא אפאר בריקן.
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

ברוקלין בריק

11.png
11.png (398.12 KiB) געזען 2498 מאל
אנהייבן וועל איך מיט די מערסט אייקאניק בריק אין די סיטי און לויט פילע איבער די אמעריקא.

די ברוקלין בריק איז באקאנט פאר אסאך ליינער וואס באנוצן זיך אסאך דערמיט, די בריק פארט פון 'Downtown Brooklyn' אריין קיין Lower מאנהעטן, די בריק איז זייער פראקטיש פאר אונז ווייל ס'האט א רעמפ גראד פון די BQE (נאר פון איין זייט) אריין צום בריק, און אויף די מאנהעטן זייט האט עס רעמפס פון און צי די FDR אן דארפן דורך גיין די לאקאלא גאסן.

די בריק איז אין די וועלט מוירעדיג באקאנט און ס'ציעט מיליאנען טוריסטן יערליך פון איבעראל און איז לכוא' איינס פון די מערסט פאטראגפרירטע בריקן אין די וועלט.

די בריק האט מען אנגעהויבן בויען אין יאר 1870/תר"ל, און איז גענדיגט געווארן אין יאר 1883/ תרמ"ג. בשעתו איז די בריק געווען א גאר גרויסע חידוש זייענדיג אזא לאנגע בריק.

די בריק איז א 'suspension bridge' ד.מ. אז ס'האט צוויי טורעמעס פון די צוויי זייטן ביים יבשה אדער אנהייב פון די וואסער און די 'דעק' אויף וואס מ'פארט האלט זיך אן אויף שטריק וואס הענגט אראפ פון די טורעמעס און אזוי האלט זיך עס, די ברוקלין בריק איז געווען די ערשטע אזא סארט בריק.

איך בין נישט קיין אינזשעניר, קען איך נישט מסביר זיין פונקטלעך וויאזוי מ'האט עס געבויעט אבער די פאקטן קען איך פרובירן אין קורצן צי זאגן, די צוויי טורעמעס האט מען קודם געבויעט אויף די ברוקלין זייט און דערנאך אויף די מאנהעטן זייט, די טורעמס ליגן אין די וואסער און מ'האט געדארפט אויפשטעלן א יסוד אין די וואסער אויף וואס ס'זאל זיך האלטן. איינמאל די טורעמעס זענען געבויעט ציעט מען אריבער א דינע שטריק פון איין טורעם צי די אנדערע און אויף דעם ציעט מען אריבער א דיקערע און דערנאך נאך א דיקערע ביז מ'האט די גאנצע דיקקייט פון די קעיבלס, דא האט מען געבויעט 4 באזונדער דיקע קעיבלס 2 פון דרויסן און 2 אינמיטן.
איינמאל די קעיבלס זענען באפעסטיגט הענגט מען דעראויף די פלאטפארמע פון די בריק און מ'האט א בריק.
די מעלה פון בויען די וועג איז אז מ'דארף נישט קיין סאך פאלס אינמיטן און אזוי שטערט עס נישט די שיפן פון אונטער פארן.

די בריק איז געבויעט צוויי זייטן קארס און אינמיטן אביסל העכער ווי די מענטשן קענען וואקן.

די אינזשעניר פון די בריק איז געווען מר. ראובלינג די זעלבע וואס האט געבויעט די וויליאמסבורג בריק.

די בריק פלעגט האבן טראליס און באנען און קארס אבער פון די 1940'ער יארן איז דא בלויז קארס און פיסגייער אויף די ספעציעלע פלאץ (דאן איז פארשטייט זיך געווען פערד און וועגענער) אמאל איז אויך געווען אויף ביידע זייטן צוויי דירעקציעס פון קארס אבער שפעטער האט מען עס געטוישט צי איין זייט איין דירעקציע און איין זייט די אנדערע דירעקציע.
אויף ביידע זייטן איז דא דריי לעינס און 2021 האט די מאנהעטן דירעקציע מנדב געווען איין לעין פאר בייקס ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין פלאץ צוזאמען מיט די פיסגייער…

ארום 120,000 קארס באנוצן זיך מיט די בריק טעגליך וואס קומט אויס איבער 40 מיליאן א יאר.

די נאמען דערפון איז כשמו כן הוא 'ברוקלין' אלץ איינס פון די באראס וואס ער באדינט, ס'פלעגט הייסן 'New York and Brooklyn Bridge' ביז מ'האט געטוישט צי 'ברוקלין בריק'

די ברוקלין בריק איז אויך זייער באקאנט צי שפאצירן דעראויף, מיליאנען מענטשען וואקן דעראויף יערליך און איז איינס פון די פאפולאר אטראקציעס אין די סיטי, פון די ברוקלין זייט קען מען אריינגיין אויף צוויי וועגן, אדער צוזאמען מיט די קארס ביי Tillary St אדער דא מיט די טרעפ
אויף די מאנהעטן זייט קען מען ארויף גיין אדער מיט די קארס ביי Centre St אדער דא מיט די טרעפ.

ארום 30,000 מענטשן וואקן א טאג די בריק און ארום 3,000 בייקס, (אגב אני הקטן האב שוין געוואקט דארט מער ווי איין מאל, און אויך אנדערע לאקאלא בריקן, דאס איז לכוא' די גרינגסטע צי וואקן ווייל ס'איז נישט אזוי שיעף און די קורצטע, מ'דארף אבער און אכט נעמען אז די בריק איז געווענדליך זייער אנגעלייגט ווייל ס'איז זייער פאפולערצי וואקן דעראויף)



די טאטאל הויעכקייט פון די טורעמעס זענען 278 פיס, פון די וואסער ביז די פלאר איז 119 און פון די פלאר ביז די אויבן פון די טורעמעס זענען 159 איז א טאטאל פון 278.

די ברוקלין זייט איז די טורעם 44 פיס אריין אונטער די וואסער און אויף די מאנהעטן זייט איז עס סאך טיפער זייענדיג 78 פיס.

ברייט 85 פיס

לענג פון טורעם צי טורעם איז 1,595.5 פיס, די טאטאל פונעם בריק איז 6,016 פיס/ 1.1 מייל.

די בריק האט געקאסט צי בויען 15.5 מיליאן אין 1883 וואס קומט אויס היינט צי בערך $375,000,000

די בריק קאסט נישט קיין טאל און איז אונטער די DOT וואס זיי מאכן זיכער אלעס קלאפט על צד היותר טוב.

וועלעכע בריק זאל איך נעקסט באשרייבן???
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

פון מיין זייט?
וויליאמסבורג בריק ביז זיין פגירה
און דזשארדזש וואשינגטאן בריק
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:09 pm
פון מיין זייט?
וויליאמסבורג בריק ביז זיין פגירה
און דזשארדזש וואשינגטאן בריק
די ביסט @דער מענעדזשער פון ווער ס'זאל פגר'ן???
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

ישר כח @אלטע שרייבער פארן אויפלעבן דא
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.

נישט אקטיוו.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

סובסקרייבט
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
● קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
ספעציעלע זוממער פרייזן!!
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

זייער אינטערסאנט, אין זייער הנאה געהאט, וועגן גיין ווייטער, מאך זיכער צו ענדיגן שנעל די גאנצע סעריע.
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

אלטע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:15 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:09 pm
פון מיין זייט?
וויליאמסבורג בריק ביז זיין פגירה
און דזשארדזש וואשינגטאן בריק
די ביסט @דער מענעדזשער פון ווער ס'זאל פגר'ן???
פארשטייסט נישט?
די לעגענדע זאגט אז דער אינזשעניר ביים חנוכת הבריק האט באמערקט אז די בריק איז קרום, האט ער זיך גענומען דאס לעבן אריינטאנצנדיג אין וואסער
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

Wow הערליך

שרייב שרייב מ'וועט שוין נאכדעם רעדן פון וועלכע
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:25 pm
אלטע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:15 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:09 pm
פון מיין זייט?
וויליאמסבורג בריק ביז זיין פגירה
און דזשארדזש וואשינגטאן בריק
די ביסט @דער מענעדזשער פון ווער ס'זאל פגר'ן???
פארשטייסט נישט?
די לעגענדע זאגט אז דער אינזשעניר ביים חנוכת הבריק האט באמערקט אז די בריק איז קרום, האט ער זיך גענומען דאס לעבן אריינטאנצנדיג אין וואסער
כ'ווייס...
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

◄ ווייז ספוילער
אלטע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 6:26 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:25 pm
אלטע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:15 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:09 pm
פון מיין זייט?
וויליאמסבורג בריק ביז זיין פגירה
און דזשארדזש וואשינגטאן בריק
די ביסט @דער מענעדזשער פון ווער ס'זאל פגר'ן???
פארשטייסט נישט?
די לעגענדע זאגט אז דער אינזשעניר ביים חנוכת הבריק האט באמערקט אז די בריק איז קרום, האט ער זיך גענומען דאס לעבן אריינטאנצנדיג אין וואסער
כ'ווייס...
כ'האב נישט געהאט געכאפט אז כ'האב מגיב געווען צום פותח האשכול
אבער כ'האב געבעטן פונעם פותח האשכול זאל עס דערציילן מיט אלע קליפערליך, נו אדרבה! ווארטן מיר!
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איך האב ממש געווארט אויף דעם אשכול. פון הייעוועיס איז נאטורליך אז מען גייט צו בריקן און טונעלן.
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Wow wow
פון איין נושא צום צווייטן....
פון ווי האט איר געוויסט איבער וועלכע נושאים איך דארשט צו ליינען וועגן....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


יאסעלע פליטמאן
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

אה נייס, מ'גייט זיך זעצן לייענען, שקויעך @אלטע שרייבער , גראדע בינעך מער נייגעריג אין דער נושא ווי די פריעדעגע.
.
שקויעך פאר'ן מיך אויסהערן און א גוטען טאג!
-

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

זייער שיין!! הערליך. וועטינג פאר מאר.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

וועלעכע בריק זאל איך נעקסט באשרייבן???
Throgs Neck Bridge
ריסטארט
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2022 5:33 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריסטארט »

אויב מעגליך בדרך אגב מסביר צו זיין די פארשידענע options מיט ez pass אין פארוואס סאיז אזוי איינגעטיילט
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

Lincoln tunnel
אוועטאר
געבראטענס
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:44 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבראטענס »

א קושיא וואס כהאב אלס געהאט איז ווען בויט מען א ברידזש און ווען א בויט מען א טונעל?
אין וואס ווענד זיך עס??
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6006
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער אינטערסאנט און קלאר
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

ריסטארט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:34 pm
אויב מעגליך בדרך אגב מסביר צו זיין די פארשידענע options מיט ez pass אין פארוואס סאיז אזוי איינגעטיילט
וואס הייסט וועלעכע חלק?
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

געבראטענס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:02 am
א קושיא וואס כהאב אלס געהאט איז ווען בויט מען א ברידזש און ווען א בויט מען א טונעל?
אין וואס ווענד זיך עס??
איך בין נישט קיין אינזשעניר סוי ווייס איך נישט, אבער אויב וועל איך ביי איין פלאץ וויסן די סיבה וועל איך עס בעז"ה שרייבן
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

וועלכע בריק איז נאכנישט אויסגעקומען פארן עולם דא צו נוצן אין ניו יארק סיטי?
אויפן וואשינגטאן, טרייבארא, וויליאמסבורג און ברוקלין בריקן איז שוין יעדער זיכער געפארן.
מאנהעטן בריק מער זעלטן, אזוי אויך ווייטסטאון און טראגס נעק בריקן
אויפן קווינסבארא בריק איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען צו פארן דערויף.
נאך איינער?
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

גאלדגרוב האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:38 pm
וועלכע בריק איז נאכנישט אויסגעקומען פארן עולם דא צו נוצן אין ניו יארק סיטי?
אויפן וואשינגטאן, טרייבארא, וויליאמסבורג און ברוקלין בריקן איז שוין יעדער זיכער געפארן.
מאנהעטן בריק מער זעלטן, אזוי אויך ווייטסטאון און טראגס נעק בריקן
אויפן קווינסבארא בריק איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען צו פארן דערויף.
נאך איינער?
איך בין איינמאל אריינגעפאלן (ארויפגעפאלן?) אויף די קווינסבארא בריק.
אזוי אויך איינמאל געווען אין די קווינס-מידטאון טונעל.

די אידן פון פייוו טאונס וואס גייען קיין מאנהעטן פארן עס דורך כסדר.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

פעטער שמואל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:49 pm
גאלדגרוב האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:38 pm
וועלכע בריק איז נאכנישט אויסגעקומען פארן עולם דא צו נוצן אין ניו יארק סיטי?
אויפן וואשינגטאן, טרייבארא, וויליאמסבורג און ברוקלין בריקן איז שוין יעדער זיכער געפארן.
מאנהעטן בריק מער זעלטן, אזוי אויך ווייטסטאון און טראגס נעק בריקן
אויפן קווינסבארא בריק איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען צו פארן דערויף.
נאך איינער?
איך בין איינמאל אריינגעפאלן (ארויפגעפאלן?) אויף די קווינסבארא בריק.
אזוי אויך איינמאל געווען אין די קווינס-מידטאון טונעל.

די אידן פון פייוו טאונס וואס גייען קיין מאנהעטן פארן עס דורך כסדר.
איך גלייב אז אויב רוב מענטשען פון די סיטי איז שוין געווען אויף רוב פון די בריקן. נאר לאו דוקא ווייסט איר..
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”