ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
- בקע לגלגולת
- שר האלף
- תגובות: 1957
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
שכח זייער שיין באשריבן!!!
מיין שאלה איז פארוואס היינט ווען מען וויל בויען אזא פראיעקט קומט עס ניטעמאל נאנט צו דע נאמבערס מיט די אינפלעשאן אריינגערעכענט....
מיין שאלה איז פארוואס היינט ווען מען וויל בויען אזא פראיעקט קומט עס ניטעמאל נאנט צו דע נאמבערס מיט די אינפלעשאן אריינגערעכענט....
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע...
קרעדיט וועלוול פעלדמאן
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
דאס ווייס איך שוין נישט...פליגל האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:16 pmאיך האב זיך מער באצויגן צו דעם שטיקל אויפן בילד. וואסי דארט געווען אמאל? כ'גלויב נישט מען האט געבויעט פאר די פאליס און קאנסטראקשען וויהיקלס..אלטע שרייבער האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 25, 2024 9:03 pmשכח פארן דערמאנען... דאס איז עפעס א ארטש געדענקמאל כ'ווייס נישט פונטקטלעך וואס ס'דארף צי ווייזן, אבער ס'איז עפעס א היסטארישע לענדמארק...פליגל האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 25, 2024 2:02 pmוואס איז די באדייט פון די ריזיגע פלאזא אויף די מאנהעטן זייט? עס האט אפילו א ריזן טויער אבער עפעס קוקט עס אויס ווי עס איז געווען עפעס אמאל אבער איז שויניש אין באנוץ. אויך איז דא א היבש א שטיקל שטרעק דארט ווי די פאליס שטייט אייביג.. וואס האט דארט געזאלט זיין?אלטע שרייבער האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:04 amמאנהעטן בריק
Manhattan_Bridge.jpg
פון די האלאנד לאמיר נעמען Canal St אריבער שפרייזן מאנהעטן צי די מאנהעטן בריק!!!
די מאנהעטן בריק איז איינס פון די דריי בריקן אריבער די איסט ריווער צווישן ברוקלין אין מאנהעטן (און די נייסטע צווישן זיי), און איינס פון די 4 קראסינגס צווישן די צוויי באראס.
די בריק איז ממש איינצעלע גאסן אפגעריקט פון די ברוקלין בריק אויף די ברוקלין זייט און אויף די מאנהעטן זייט איז עס אביסל ווייטער, אויף די מאנהעטן זייט איז עס אויך זייער נאנט צי די וומ"ב בריק, די בריק פארט פון פלעטבוש עוו. אין דאונטאון ברוקלין ביז קאנאל סט. אין לויער מאנהעטן (אדער בעסער געזאגט 'טשיינע טאון')
די בריק האט 7 לעינס אין טאטאל פאר קארס און 4 טרעקס פאר באנען, אזוי אויך א באזונדערע וועג פאר בייקס און באזונדער פאר פיסגייער.
ס'איז געבויעט געווארן צווישן די יארן פון אנגעהויבן 1901 און געעפענט 1909, די באנען האבן אנגעהויבן פארן 1915. און האט געקאסט צי בויען 26 מיליאן (בערך 900 מיליאן היינט ווערד)
די בריק איז אונטער די DOT און ס'קאסט נישט קיין טאלל'ס.
די בריק איז זייער א גוטע וועג גראד פון און צי די 'האלאנד טונעל' ווייל מ'נעמט גראד קאנאל סט. ביזן טונעל אריין צי ניו זשערסי.
די בריק איז אויך א סוספענשיאן בריק.
די 7 לעינס זענען נישט גלייך צוטיילט, ס'איז דא פון די צוויי זייטן צוויי אפער לעוועל'ס וואס ביידע פארמאגן צוויי לעינס און אינמיטן דריי לעינס, כהיום איז עס אזוי, צוויי אויף די אפער צי מאנהעטן דריי אויף די לויער אויך צי מאנהעטן, און נאר צוויי אויף די אנדערע אפער צי ברוקלין.
ווען מ'האט עס געבויעט איז געווען נאר די מיטעלסטע דריי לויער לעוועל לעינס פאר קארס (און פערד און וועגענער…) און די אויבן האט געהאט אזעלעכע 'סטריט קארס' (די סטריט קארס זענען אנגעגאנגן ביז 1957, סאיז געווען אביסל ווי א טראלי מיט טרעקס אויף די גאסן) און די אונטון איז געווען טרעפיק פאר ביידע דירעקציעס, למעשה איז געווען צופיל טרעפיק אזוי האט מען אין יאר 1922 גענומען די איסט אפער לעוועל (היינט צי מאנהעטן) און אין יאר 1929 האט די סטריט קארס אויפגעהערט צי פארן אויף די בריק און צוויי יאר שפעטער איז די וועסט אויך געווארן פאר קארס, ביז 2015 איז די מיטטעלסטע לעינס געווען צוטיילט לויט ראד האוער אבער היינט איז עס נאר אריין צי מאנהעטן.
די טרעינס אויפן בריק זענען פלאצירט אונטער די צוויי אויבערשטע לעוועלס, צוויי און צוויי טרעקס פער זייט, די טרעינס וואס פארן זענען: אונטער די מאנהעטן באונד די B און D טרעינס אויף ביידע דירעקציעס, און אונטער די ברוקלין באונד זענען די Q און N נאכן בריק אויף די מאנהעטן זייט דרייען זיך די צוויי טרעקס אוועק צי אנדערע דירעקציעס (די D טרעין איז די טרעין פון ניו יוטרעקט אין ב"פ און די N איז די טרעין אויף 62 נעבן ב"פ)
די פוסגייער וועג איז אויף די נעבן די ברוקלין באונד און די בייק איז אויף די מאנהעטן באונד, ס'איז פלאצירט מער נידעריג נעבן די טרעין טרעקס.
די נאמען 'מאנהעטן בריק' איז פשוט ווייל ס'איז א בריק ביי מאנהעטן…
די פלעטבוש עוו. גאס איז געווארן פארלענגערט מיט אפאר גאסן צוציקומען צום בריק, און די חלק הייסט היינט 'פלעטבוש עוו עקסטענשאן'
די אפער האט אין די צופרי שעות איין לעין ספעציעל פאר HOV
די וועגן פון און צי די בריק היינט צוטאגס איז אזוי:
צי אפער צי מאנהעטן אויף די ברוקלין זייט איז דא א רעמפ פון די BQE נאר פון די איסט באונד (פון ב"פ צי וומ"ס זייט) גראד ארויף אויף די אפער (טראקס מעגן עס נישט נוצן אין געוויסע שעות פון טאג) אזוי אויך קען מען פארן פון פלעטבוש עוו און פון נעסוי סט. (וואס איז פלאשינג עוו)
צי די לויער קען מען נאר פון פלעטבוש עוו קומענדיג פון טילערי סט.
פון די אפער לעוועל צי ברוקלין אריין קען מען ארויסגיין אדער גראד אויף פלעטבוש עוו גראד (און געוויסע שעות מעג מען זיך דרייען לינקס צי קאנקארד סט.) אזוי אויך איז דא א רעמפ אויף די רעכטע זייט צי JAY ST וואס טראגט צי סענדס סט. צי די BQE בייידע דירעקציעס
אין געוויסע שעות קען מען זיך דרייען רעכטס צי קאנקארד סט צי JAY ST א רעכטס.
אויף די מאנהעטן זייט איז פון די אפער לעוועל קען מען ארויס גיין אדער א רעכטס צי קאנאל סט. צי די איסט זייט (נישט צי די האלאנד טונעל) אדער צי Chrystie St
פון די אפער קען מען פארן גראד צי קאנאל סט. צי די האלאנד טונעל אדער א רעכטס אויף Bowery ST
צי ברוקלין פון די מאנהעטן זייט קען מען אריינפארן אדער פון קאנאל סט. גראד אדער פון Bowery ST אויף ביידע זייטן.
ווי שוין ערווענט דא דא איז געווען א פלאן צי מאכן דא די I-478 אלץ א חלק פון הייוועי נעצן אין מאנהעטן, אבער איז נישט געווארן.
במשך די יארן איז געווען אסאך קאנסטראקציע, ספעציעל צוליב די טרעינס וואס וועגן אראפ און ווען א באן איז אריבער געפארן האט צען עס שטארק געשפירט…
די בריק איז ס"ה 120 פיס ברייט
די מיטעלסטע/ לויער לעוועל איז 34 פיס ברייט
די אויבערשטע ברוקלין באונד 22.5 פיס
די אויבערשטע מאנהעטן באונד 24 פיס
ביידע אינמיטן זענען 19 פיס ברייט
לענג 6,855 פיס
די מיטן פון טורעם צי טורעם 1,480 לאנג
הויעכקייט פון די טורעם 336 פיס
הויעכקייט אונטערן בריק 135 פיס
די בריק האט די ווייניגסטע קארס ווי אלע אנדערע 4 קראסינגס (די ברוקלין, וויליאמסבורג, קווינסבארא) אין יאר 2022 האבן ארום 70,000 קארס זיך באנוצט דערמיט טעגליך, ס"ה פון בערך 25 מיליאן קארס א יאר
די 4 קעיבלס וואס האלטן אן די בריק זענען 3,224 פיס לאנג
וועגט 6,000 טאן
21 אינטשעס דיק
צוזאמגעשטעלט פון 37 באזונדערע שטריק וואס יעדע איין איזצוזאמגעשטעלט פון 256 שטריק ס"ה 9,472 יעדע איין, אלע 4 זענען 37,888 שטריק
די פאלערסטע פלאץ אין ברוקלין צי כאפן א בילד איז נעבן די בריק ווי מ'זעהט די בריק, ביי דאמבא ביי די Washington st ביים ווינקל פון Water st דא
(בילד פון די פלאץ)
ס'איז וואס די זעהסט ס'איז אייביג געווען נאר פאר וואס ס'דינט יעצט...
זעה בילד.
אפשר ווען די סטריט קארס פלעגן פארן דארט איז עס געווען א סטאפ ווי מענטשן האבן געקענט אראפ גיין און ארויף גיין? נאר מיין אייגענע השערה
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
ווייל ביוקראטיע ווערט נאר מער און מער, ממילא יעדע זאך מוזן צופיל מענטשן מאכן געלט אינמיטן... חוץ וואס מ'מוז נוצן נאר יוניאן ארבייטער (וואס באקומען סאך מער באצאלט פאר פיל ווייניגער ארבעט ואכמ"ל) און היינט גייט שוין נישט אזוי גרינג ארויסציווארפן מענטשן פון זייער הויז (ווער רעדט נאך אויב ס'וואוינט דארט א שווארצער...)בקע לגלגולת האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:20 pmשכח זייער שיין באשריבן!!!
מיין שאלה איז פארוואס היינט ווען מען וויל בויען אזא פראיעקט קומט עס ניטעמאל נאנט צו דע נאמבערס מיט די אינפלעשאן אריינגערעכענט....
והעולה על כולנה דארף עס שטימען מיט די ענוויערמענטאל מצב וואס דארט גייט עס קיינמאל נישט ווערן עפראווד...
- פליגל
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6363
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע:ביים פענסטער
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
התינח ווען מען וויל... ווען קאומאו האט דעסיידעט אראפצוווארפן דעם אלטן צעקראכטן קאסקיאצקאו בריטש האט ער זיך אנגעשטויסן אין א קעגנערשאפט פון דאן מעיאר בלאזיא וואס האט גע'טענה'ט אז דאס אויפפלאצן דעם בריק קען שאדן די לופט און האט פארלאנגט פון קאומאו זאל דורכטאהן א שטודיע וכו'.אלטע שרייבער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:25 amווייל ביוקראטיע ווערט נאר מער און מער, ממילא יעדע זאך מוזן צופיל מענטשן מאכן געלט אינמיטן... חוץ וואס מ'מוז נוצן נאר יוניאן ארבייטער (וואס באקומען סאך מער באצאלט פאר פיל ווייניגער ארבעט ואכמ"ל) און היינט גייט שוין נישט אזוי גרינג ארויסציווארפן מענטשן פון זייער הויז (ווער רעדט נאך אויב ס'וואוינט דארט א שווארצער...)בקע לגלגולת האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:20 pmשכח זייער שיין באשריבן!!!
מיין שאלה איז פארוואס היינט ווען מען וויל בויען אזא פראיעקט קומט עס ניטעמאל נאנט צו דע נאמבערס מיט די אינפלעשאן אריינגערעכענט....
והעולה על כולנה דארף עס שטימען מיט די ענוויערמענטאל מצב וואס דארט גייט עס קיינמאל נישט ווערן עפראווד...
וואס האט קאומאו געטאהן? געכאפט דעם בריק און אויפגעשאסן א שבת אדער זונטאג און נאכדעם געפרעגט דעבלאזיא אויב ער האט גערעדט צו אים...
ווען קאומאו האט געגארט עס צו האבן דעם נייעם קאומאו בריק פארטיג האט ער פארקוקט אז געוויסע אייזן זענען נישט נאכגעקומען געוויסע פאדערונגען... היצט טיצעך אויף טישן און בענק איבער ווער עס איז אחראי צו פארריכטן.
די נקודה איז.. אז ווען זיי ווילן טוען זיי עס און ווען נישט איז דא א הויפן מיט זאכן וואס שטייען אין וועג...
נאט אייך א גרינע...
- אדם א מענטש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3907
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
מענין לענין שלא באותו ענין
איז די מאפע ריכטיג? איך רעד נישט פון די פינקטליכע פרייז, נאר ווען זיי טשארזשען ביידע וועגן און ווען זיי טשארזשען נאר איין וועג?
איז די מאפע ריכטיג? איך רעד נישט פון די פינקטליכע פרייז, נאר ווען זיי טשארזשען ביידע וועגן און ווען זיי טשארזשען נאר איין וועג?
- אטעטשמענטס
-
- FZ01D92XgAE4GDL.jpg_large.jpg (133.55 KiB) געזען 767 מאל
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
יא, אבער די פרייזן זענען עפעס נישט מסודראדם א מענטש האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:13 pmמענין לענין שלא באותו ענין
איז די מאפע ריכטיג? איך רעד נישט פון די פינקטליכע פרייז, נאר ווען זיי טשארזשען ביידע וועגן און ווען זיי טשארזשען נאר איין וועג?
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
נישט יעדער קען וואס קאומא האט געקענט...פליגל האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:05 pmהתינח ווען מען וויל... ווען קאומאו האט דעסיידעט אראפצוווארפן דעם אלטן צעקראכטן קאסקיאצקאו בריטש האט ער זיך אנגעשטויסן אין א קעגנערשאפט פון דאן מעיאר בלאזיא וואס האט גע'טענה'ט אז דאס אויפפלאצן דעם בריק קען שאדן די לופט און האט פארלאנגט פון קאומאו זאל דורכטאהן א שטודיע וכו'.אלטע שרייבער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:25 amווייל ביוקראטיע ווערט נאר מער און מער, ממילא יעדע זאך מוזן צופיל מענטשן מאכן געלט אינמיטן... חוץ וואס מ'מוז נוצן נאר יוניאן ארבייטער (וואס באקומען סאך מער באצאלט פאר פיל ווייניגער ארבעט ואכמ"ל) און היינט גייט שוין נישט אזוי גרינג ארויסציווארפן מענטשן פון זייער הויז (ווער רעדט נאך אויב ס'וואוינט דארט א שווארצער...)בקע לגלגולת האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:20 pmשכח זייער שיין באשריבן!!!
מיין שאלה איז פארוואס היינט ווען מען וויל בויען אזא פראיעקט קומט עס ניטעמאל נאנט צו דע נאמבערס מיט די אינפלעשאן אריינגערעכענט....
והעולה על כולנה דארף עס שטימען מיט די ענוויערמענטאל מצב וואס דארט גייט עס קיינמאל נישט ווערן עפראווד...
וואס האט קאומאו געטאהן? געכאפט דעם בריק און אויפגעשאסן א שבת אדער זונטאג און נאכדעם געפרעגט דעבלאזיא אויב ער האט גערעדט צו אים...
ווען קאומאו האט געגארט עס צו האבן דעם נייעם קאומאו בריק פארטיג האט ער פארקוקט אז געוויסע אייזן זענען נישט נאכגעקומען געוויסע פאדערונגען... היצט טיצעך אויף טישן און בענק איבער ווער עס איז אחראי צו פארריכטן.
די נקודה איז.. אז ווען זיי ווילן טוען זיי עס און ווען נישט איז דא א הויפן מיט זאכן וואס שטייען אין וועג...
שוין לאמיר נישט פארקריכן פון די נושא
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
מאנהעטן- בראנקס קראסינגס
פון מאנהעטן אריבער די קליינע הארלעם ריווער צי די בראנקס זייט איז דא 11 קליינע בריקן, מיר דא וועלן אויסשמועסן א קורצע סך הכל פון 10 (חוץ די RFK אדער ווי אנדערע רופן עס אויף די אמאליגע נאמען 'טרייבארא') אלע דערפון זענען קליינע און נישט דא קיין גרויסע זאכן דעראויף.דאס איז חוץ די פיסגייער און די באנען בריקן וואס מיר וועלן נישט דא שרייבן.
כמעט אלע פון דא איז אונוער די DOT (חוץ ווי אנגעצייכנט)
קודם א מאפע פון די אלע בריקן
קודם אין די מיטן איז די גרינע די מעיזשאר דיגאן,און די רויטע איז די הארלעם ריווער דרייוו, וואס די צוויי לויפן אויף די צוויי זייטן פונעם הארלעם ריווער די מעיזשאר דיגאן אויף די בראנקס זייט און די הארלעם דרייוו אויף די מאנהעטן זייט, אינמיטן איז די I-95 (די צוהאקטע ברוינע) און אויף די לינקע זייט די GWB
אונטון די גרינע איז די RFK בריק און פארט רעכטס צי די I-278 און לינקס צי די I-87
די צווייטע איז די ערשטע פון אונזער יעצטיגע די שווארצע ליניע הייסט די Willis Ave. Bridge
די צווייטע איז די אראנזשע די 3 AVE בריק
די דריטע איז די געלע די מעדיסאן עוו. בריק
די פערטע איז די בלויע די 145 סט בריק (אדער הארלעם ריווער סווינג בריק)
די פיפטע איז די פורפל די Macombs Dam Bridge
די זעקסטע איז די ברוינע די Alexander Hamilton Bridge א חלק פון די I-95
די זיבעטע איז די פינקע די וואשינגטאן בריק (נישט צי פארמישן מיט די GWB)
די אכטע איז די גרויע די University Heights Bridge
די ניינטע (שוין פון אויבן פון מאנהעטן) די ליכטיג בלוי די Broadway Bridge
די צענטע איז די גרינע די הענרי האדסאן בריק (די איינציגסטע טאלל בריק און די איינציסטע אונטער די MTA און נישט אונטער די DOT, אזויווי אלע טאלל בריקן)
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
Willis Ave. Bridge
די וויליס עוו. בריק איז א Swing bridge וואס קען זיך דרייען פאר א שיף וואס דארף דורכפארן.
די בריק איז א וואן וועי 4 לעינס פון מאנהעטן צי די בראנקס (צוזאמען מיט די קומעדיגע 3 עוו בריק וואס פארט די פארקערטע רוכטונג)
די בריק האט א רעמפ פון די הארלעם ריווער דרייוו נאר פון די לויער מאנהעטן זייט און נישט פון אפער מאנהעטן, צי די מיעזשאר דיגאן איז נאר דא א רעמפ צי די ארויף זייט און נישט צי די RFK זייט.
די רעמפ צי די הארלעם איז געבויעט געווארן אין יאר 1936
די בריק האט א וועג אריין פון 1 עוו ביי E125 סט
אויף די בראנקס זייט איז דא א וועג אראפ צי בראקנער באלערוואד און צי וויליס עוו און E135
די בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1901
אין יאר 1941 איז עס געטוישט געווארן צי א וואן וועי צוזאמען מיט די 3 עוו
פון יאר 2007 ביז 2010 איז געווארן פארמאכט צוליב די שוואכקייט פון די בריק און איז געווארן איבערגעבויעט און געעפענט אין יאר 2010
די בריק האט א פיסגייער וועג נאר אויף איין זייט
די בריק איז ס"ה 3,212 פיס
די מיטעלסטע בריק חלק איז 350 פיס
65 פיס הויעך
77 פיס ברייט
די בריק טראגט טעגליך ארום 70,000 קארס
וואס קומט אויס א יאר צי בערך 25 מיליאן קארס
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
Third AVE Bridge
די בריק איז א 5 לעין וואן וועי פון די בראנקס צי מאנהעטן (צוזאמען מיט די וויליס עוו.) ס'איז אויך א סווינג בריק
ס'האט א דירעקט רעמפ צי די הארלעם ריווער דרייוו נאר צי אראפ לויער און נישט צי ארויף, אויף די בראנקס זייט האט עס נישט קיין דירעקט רעמפ פון די מעיזשאר דיגאן.
די בריק איז ביי Lexington Ave ביי E128 און E129
אויף די בראנקס זייט איז עס ביי 3 עוו ביי E134
ס'איז געבויעט געווארן אין יאר 1898 און איבערגעמאכט געווארן אין יאר 1956 און נאכאמאל אין די יארן פון 2001 ביז 2005
די בריק האט א פיסגייער וועג פון ביידע זייטן
2,800 פיס לאנג
די מיטעלסטע חלק איז 300 פיס
טעגליכע טרעפיק ארום 55,000 קארס
א יאר בערך 20 מיליאן
די זומער איז די בריק געווארן סטאק ווען ס'איז געווען אפען און די מאשין האבן זיך צובראכן צוליב די היץ פאר אפאר זעה ביז די פייער דעפ. האט געשפריצט וואסער צי עס אפקילן
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
Madison Avenue Bridge
די בריק איז 4 לעינס צוויי פאר ביידע דירעקציעס, און איז אויך א סווינג בריק
פון מעדיסאן עוו און E138 אין מאנהעטן
צי E138 אין די בראנקס
האט רעמפס פון און צי די מעיזשאר דיגאן (מיט איין לייט אינצווישן) אבער נישט צום הארלעם ריווער דרייוו
געבויעט געווארן אין יאר 1910
די בריק האט א פיסגייער וועג פון ביידע זייטן
1,892 פיס לאנג
300 פיס לאנג די מיטעלסטע חלק
טעגליכע טרעפיק ארום 35,000 קארס
יערליך ארום 13 מיליאן
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
145 סט- Harlem River Swing Bridge
די בריק האט 4 לעינס צוויי פאר יעדע דירעקציע און איז אויך א סווינג בריקדי בריק איז פון 145 סט און Lenox Ave אין מאנהעטן, צי E149 און River Ave אין די בראנקס
די בריק האט נישט קיין דירעקט רעמפס פון די הארלעם דרייוו, צום מעיזשאר דיגאן האט עס נאר דירעקט אריין צי אראפ (קווינס זייט) און נישט אויף די אנדערע וועגן.
געבויעט געווארן אין יאר 1905 און געווארן איבערגעבויעט אין איר 2006
די בריק האט א פיסגייער וועג ביידע זייטן פונעם בריק
די בריק איז 1,602 פיס לאנג
די מיטעלסטע חלק איז 300 פיס
טעגליכע טרעפיק ארום 25,000 קארס
יערליך ארום 9 מיליאן
- צוויי גילדען
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13647
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
- לאקאציע:מלפנים @שמעון משה
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
באמת א שכח פאר יעדע איינציגע באשרייבונג.אלטע שרייבער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:01 pmThird AVE Bridge
Third Avenue Bridge1.jpg
די בריק איז א 5 לעין וואן וועי פון די בראנקס צי מאנהעטן (צוזאמען מיט די וויליס עוו.) ס'איז אויך א סווינג בריק
ס'האט א דירעקט רעמפ צי די הארלעם ריווער דרייוו נאר צי אראפ לויער און נישט צי ארויף, אויף די בראנקס זייט האט עס נישט קיין דירעקט רעמפ פון די מעיזשאר דיגאן.
די בריק איז ביי Lexington Ave ביי E128 און E129
אויף די בראנקס זייט איז עס ביי 3 עוו ביי E134
ס'איז געבויעט געווארן אין יאר 1898 און איבערגעמאכט געווארן אין יאר 1956 און נאכאמאל אין די יארן פון 2001 ביז 2005
די בריק האט א פיסגייער וועג פון ביידע זייטן
2,800 פיס לאנג
די מיטעלסטע חלק איז 300 פיס
טעגליכע טרעפיק ארום 55,000 קארס
א יאר בערך 20 מיליאן
די זומער איז די בריק געווארן סטאק ווען ס'איז געווען אפען און די מאשין האבן זיך צובראכן צוליב די היץ פאר אפאר זעה ביז די פייער דעפ. האט געשפריצט וואסער צי עס אפקילן
----
דא א בילד ווי די פייער דעפארטמענט שפריצט וואסער עס אפצוקילן. האסט נישט געשריבן איבער די אינטערסאנט וועג וויאזוי די ברידזש עפענט זיך, נישט ווי רעגולאר אויף ארויף, נאר ס'דרייט זיך אנשטאט פון דרום צו צפון דרייט זיך עס צו מזרח מערב.
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
Macombs Dam Bridge
די בריק איז אויך א 4 לעין סווינג בריק צוויי לעינס פאר יעדע דירעקציע.
די בריק איז פון 7 עוו און 155 סט ביי Macombs Pl אין מאנהעטן צי Jerome Ave ביי E161 סט אין די בראנקס
די בריק האט כמעט דירעקט רעמפס פון און צי ביידע דירעקציעס פונעם מעיזשאר דיגאן אבער נישט פונעם הארלעם דרייוו
די נאמען קומט נאך א מענטש Macombs וואס איז געווען דער וואס האט געבויעט די ערשטע מאל די בריק, די נאמען דעם איז ווייל אמאל האט די בריק געדינט ווי א 'דאמבע' פארן הארלעם ריווער אבער די ערשטע בריק און די דאמבע איז געווארן צונומען
די ערשטע בריק איז געווארן געבויעט אין יאר 1814 ביז יאר 1858
דאן איז געבויעט געווארן א האלצערנע ביז יאר 1861
די יעצטיגע איז געבויעט געווארן אין די יארן 1892 און 1895
די בריק האט א פיסגייער וועג ביידע זייטן פונעם בריק
די בריק איז 2,540 פיס לאנג
די מיטעלסטע חלק איז 408 פיס
40 פיס ברייט די ראוד
סיידוואק איז 9 פיס יעדע איין
ס"ה 65 פיס ברייט
טעגליכע טרעפיק בערך 36,000
יערליך בערך 13 מיליאן
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
Alexander Hamilton Bridge
די בריק איז א חלק פון די I-95 פון די בראנקס זייט די קראס בראנקס עקספרעסוועי צי די טראנס מאנהעטן עקספרעסוועי צום GWB
די בריק האט 8 לעינס 4 יעדע זייט
די בריק האט רעמפס פון די מעיזשאר דיגאן
די בריק איז א open-spandrel arch bridge וואס די טראפיק פארט פון אויבן פון די ארטש
די בריק איז געבויעט געווארן אלץ א חלק פון די אינטערסטעיטס פון די סיטי צי קאנעקטן די I-95 פון און צי די בראנקס גראד צום GWB (ביז דאן פלעגט מען נוצן די קומעדיגע וואשינגטאן בריק צום אנדערע וואשינגטאן בריק)
די נאמען איז נאך איינס פון די גרינדערס פון אמעריקא העמילטאן
די בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1963
די בריק איז 2,375 פיס לאנג
די מיטעלסטע חלק איז 555 פיס לאנג
די הויעכקייט אונטון איז 103 פיס
טעגליכע טרעפיק ארום 140,000 קארס
יערליך ארום 50 מיליאן
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
Washington Bridge
נישט צי פארמישן מיט די באקאנטע GWB וואס איז פון מאנהעטן צי ניו זשערסי
די בריק איז א 6 לעין בריק 3 לעינס יעדע זייט
די בריק איז א ארטש בריק אבער פארמאגט א דאפעלטע ארטש, צוויי ארטשעס איינס נאכן אנדערן האלטן אן די בריק יעדע איין איז 510 פיס לאנג, ביים סוף אויף די בראנקס זייט שוין העכער די ערד איז דא אפאר קליינע ארטשעס
די בריק איז פון 181 סט און Amsterdam Avenue אין וואשינגטאן הייטס אין מאנהעטן צי University Avenue אין Morris Heights, Bronx
די בריק לויפט ממש נעבן די אויבענדערמאנטע העמילטאן בריק, די בריק פלעגט דינען ביז יאר 1940 די טרעפיק פון בראנקס צי די GWB
די בריק קען ווערן גענוצט אלץ אלטערנעטיוו צום I-95 אריבער די הארלעם ריווער פארמאגענדיג רעמפס פון און צי די I-95 אויף ביידע זייטן פון די וואסער (אויף די בראנקס זייט נאר פון און צי טיפער אריין אין די בראנקס און נישט פון די הארלעם די הארלעם זייט, און אויף מאנהעטן זייט נאר פון און צי די GWB זייט און נישט פון די הארלעם זייט)
אמאל פלעגט מען דארפן נוצן די לאקאלע גאסן אין מאנהעטן אנצוקומען צי די GWB ביז אין 1940 ווען די טראנס מאנהעטן הייוועי איז געבויעט געווארן
די בריק איז געעפענט געווארן אין יאר 1888 און איז אריבער קאנסטרארקשיאן אין די יארן פון 1989 צי 1993
די בריק פלעגט אמאל טראגן די US-1 ביז די העמילטאן בריק איז געעפענט געווארן.
די בריק איז 2,375 פיס לאנג ס"ה
יעדע ארטש איז 510 פיס לאנג
134 פיס הויעך אונטער די ארטש
80 פיס ברייט
די ראוד פאר קארס 60 פיס ברייט
די פיסגייער וועג אויף ביידע זייטן איז 6 פיס יעדע איינס
טעגליכע טרעפיק ארום 55,000
קומט אויס יערליך בערך 20 מיליאן
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
University Heights Bridge
די בריק איז א 4 לעין בריק צוויי פאר יעדע דירעקציע, ס'איז אויך א סווינג בריק
די בריק איז פון W207 סט ביי 10 עוו אין Inwood געגנט אין מאנהעטן (די סאמע שפיץ געגנט אין מאנהעטן) צי West Fordham Road אין University Heights געגנט אין די בראנקס.
די בריק איז קודם געווען אויף א אנדערע ארט מער ארויפציר פון 1895 ביז אין יאר 1908 ווען ס'איז גערוקט געווארן צי די יעצטיגע לאקאציע.
די בריק איז איבערגעבויעט געווארן צווישן די יארן פון 1989 צי 1992
די בריק האט דירעקט רעמפס פון און צי די מעיזשאר דיגאן (די הארלעם ריווער דרייוו עקזעסטירט שוין נישט דארט)
די בריק האט א פיסגייער וועג אויף איין זייט
די בריק איז 1,566 פיס לאנג
די מיטעלסטע חלק איז בערך 265 פיס
טעגליכע טרעפיק בערך 42,000 קארס
א יאר בערך 15 מיליאן
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
Broadway Bridge
די בריק איז 6 לעינס פון בראדוועי אין מאנהעטן (פון אויבן אין מאנהעטן) אין די Inwood געגנט צי Marble Hill געגנט אין די בראנקס אויך צי די בראדוועי גאס
די בריק טראגט אריבער די US-9 צי די בראנקס (און פארט נאכדעם ווייטער ביז ארויף צוזאמען מיטן I-87 די טראוועי ביזן גרעניץ)
די בריק איז א הייב בריק (ווי מיר האבן שוין אויסגעשמועסט ביי די מארין פארקוועי בריק)
די אונטערשטע שטאק איז פאר קארס
די יעצטיגע בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1960 די טרעין און פאר קארס 1961
לכתחילה איז די יונעווירסיטי הייטס בריק געווען אויף די פלאץ און אויך א אנדערע בריק אין 1905 ביז אין די 1940 יארן ווען די איז אויך אוועקגעטראגן געווארן
אויבן איז פאר 3 טרעקס פון די 1 טרעין
די בריק האט א פיסגייער וועג ביידע זייטן
לענג 558 פיס
הויעכקייט פון אונטון 25 פיס
ווען אויפגעהויבן 136 פיס
טעגליכע טרעפיק בערך 35,000
א יאר בערך 13 מיליאן
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
אי"ה מארגן וועל איך צוענדיגן די הענרי האדסאן בריק
און פארשטייט זיך נאכדעם ממשיך זיין ווייטער...
און פארשטייט זיך נאכדעם ממשיך זיין ווייטער...
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
איך בין סתם נייגעריג,
די אלע בריזשעס וואס הייבן זיך אויף אדער דרייען זיך שיקט מען אראפ די פיסגייער פארדעם אדער מ'קען האבן א רייד?
די אלע בריזשעס וואס הייבן זיך אויף אדער דרייען זיך שיקט מען אראפ די פיסגייער פארדעם אדער מ'קען האבן א רייד?
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
האסט געמאכט א שיינע ארבעט, האסט אויסגעלאזט The High Bridge וואס איז נאר פאר פיסגייער, און איז גאנץ אן אינטערסאנטער בריק, און אגב די עלטסטע בריק אין ניו יארק סיטיאלטע שרייבער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:58 pmמאנהעטן- בראנקס קראסינגספון מאנהעטן אריבער די קליינע הארלעם ריווער צי די בראנקס זייט איז דא 11 קליינע בריקן, מיר דא וועלן אויסשמועסן א קורצע סך הכל פון 10 (חוץ די RFK אדער ווי אנדערע רופן עס אויף די אמאליגע נאמען 'טרייבארא') אלע דערפון זענען קליינע און נישט דא קיין גרויסע זאכן דעראויף.
דאס איז חוץ די פיסגייער און די באנען בריקן וואס מיר וועלן נישט דא שרייבן.
כמעט אלע פון דא איז אונוער די DOT (חוץ ווי אנגעצייכנט)
קודם א מאפע פון די אלע בריקן
קודם אין די מיטן איז די גרינע די מעיזשאר דיגאן,און די רויטע איז די הארלעם ריווער דרייוו, וואס די צוויי לויפן אויף די צוויי זייטן פונעם הארלעם ריווער די מעיזשאר דיגאן אויף די בראנקס זייט און די הארלעם דרייוו אויף די מאנהעטן זייט, אינמיטן איז די I-95 (די צוהאקטע ברוינע) און אויף די לינקע זייט די GWB
11.jpg
אונטון די גרינע איז די RFK בריק און פארט רעכטס צי די I-278 און לינקס צי די I-87
די צווייטע איז די ערשטע פון אונזער יעצטיגע די שווארצע ליניע הייסט די Willis Ave. Bridge
די צווייטע איז די אראנזשע די 3 AVE בריק
די דריטע איז די געלע די מעדיסאן עוו. בריק
די פערטע איז די בלויע די 145 סט בריק (אדער הארלעם ריווער סווינג בריק)
די פיפטע איז די פורפל די Macombs Dam Bridge
די זעקסטע איז די ברוינע די Alexander Hamilton Bridge א חלק פון די I-95
די זיבעטע איז די פינקע די וואשינגטאן בריק (נישט צי פארמישן מיט די GWB)
די אכטע איז די גרויע די University Heights Bridge
די ניינטע (שוין פון אויבן פון מאנהעטן) די ליכטיג בלוי די Broadway Bridge
די צענטע איז די גרינע די הענרי האדסאן בריק (די איינציגסטע טאלל בריק און די איינציסטע אונטער די MTA און נישט אונטער די DOT, אזויווי אלע טאלל בריקן)
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
כ'ווייס, אפשר וועט מען נאך איין טאג שרייבן דערפוןפומפדותא האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 27, 2024 9:36 amהאסט געמאכט א שיינע ארבעט, האסט אויסגעלאזט The High Bridge וואס איז נאר פאר פיסגייער, און איז גאנץ אן אינטערסאנטער בריק, און אגב די עלטסטע בריק אין ניו יארק סיטיאלטע שרייבער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:58 pmמאנהעטן- בראנקס קראסינגספון מאנהעטן אריבער די קליינע הארלעם ריווער צי די בראנקס זייט איז דא 11 קליינע בריקן, מיר דא וועלן אויסשמועסן א קורצע סך הכל פון 10 (חוץ די RFK אדער ווי אנדערע רופן עס אויף די אמאליגע נאמען 'טרייבארא') אלע דערפון זענען קליינע און נישט דא קיין גרויסע זאכן דעראויף.
דאס איז חוץ די פיסגייער און די באנען בריקן וואס מיר וועלן נישט דא שרייבן.
כמעט אלע פון דא איז אונוער די DOT (חוץ ווי אנגעצייכנט)
קודם א מאפע פון די אלע בריקן
קודם אין די מיטן איז די גרינע די מעיזשאר דיגאן,און די רויטע איז די הארלעם ריווער דרייוו, וואס די צוויי לויפן אויף די צוויי זייטן פונעם הארלעם ריווער די מעיזשאר דיגאן אויף די בראנקס זייט און די הארלעם דרייוו אויף די מאנהעטן זייט, אינמיטן איז די I-95 (די צוהאקטע ברוינע) און אויף די לינקע זייט די GWB
11.jpg
אונטון די גרינע איז די RFK בריק און פארט רעכטס צי די I-278 און לינקס צי די I-87
די צווייטע איז די ערשטע פון אונזער יעצטיגע די שווארצע ליניע הייסט די Willis Ave. Bridge
די צווייטע איז די אראנזשע די 3 AVE בריק
די דריטע איז די געלע די מעדיסאן עוו. בריק
די פערטע איז די בלויע די 145 סט בריק (אדער הארלעם ריווער סווינג בריק)
די פיפטע איז די פורפל די Macombs Dam Bridge
די זעקסטע איז די ברוינע די Alexander Hamilton Bridge א חלק פון די I-95
די זיבעטע איז די פינקע די וואשינגטאן בריק (נישט צי פארמישן מיט די GWB)
די אכטע איז די גרויע די University Heights Bridge
די ניינטע (שוין פון אויבן פון מאנהעטן) די ליכטיג בלוי די Broadway Bridge
די צענטע איז די גרינע די הענרי האדסאן בריק (די איינציגסטע טאלל בריק און די איינציסטע אונטער די MTA און נישט אונטער די DOT, אזויווי אלע טאלל בריקן)
יעצט שרייב איך נאר פון בריקן פאר קארס
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
גיי פרוביר עס אויס...
אגב דרייט זיך עס נישט אזוי סאך מאל א יאר, למשל די 145 סט בריק האט זיך געדרייט פון 2000 ביז 2014 בלויז 23 מאל
- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
Henry Hudson Bridge
די בריק איז די לעצטע פון די מאנהעטן- בראנקס קראסינג, ס'איז א חלק פון די הענרי האדסאן פארקוועי (וועסט סייד הייוועי) וואס פארט ווייטער אריין אין די בראנקס (ביז די Saw Mill River Pkwy) און איז ביים עק פון מאנהעטן אויבן צי לינקס כמעט ביים עק (אינגאנצן ביים עק איז דא א בריק פאר די באנען)
די בריק פון די אלע איז די איינציגסטע אונטער די MTA און די איינציגסטע וואס קאסט טאלל'ס (פארוואס פונקט די בריק און נישט די אנדערע ווייס איך נישט, לכוא' ווייל די איז א חלק פון א הייוועי נוצן עס מער מענטשן קענען זיי זיך ערלויבן…)
די בריק איז א צוויי שטאק ארטש בריק, ווי די העמילטאן און וואשינגטאן בריקן וואס די טרעפיק פארט פון אויבן (און נישט ווי די בעיאן בריק וואס די טרעפיק פארט אין די ארטש)
די בריק האט 6 לעינס און טאטאל 3 אויף יעדע שטאק און די טרעפיק איז איינגעטיילט יעדע דירעקציע אויף א אנדערע שטאק, צי די בראנקס אויבן און צי מאנהעטן אונטון.
ווען די בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1936 איז נאר געווען די אונטערשטע שטאק, צוויי יאר אין 1938 שפעטער איז צוגעקומען די אויבערשטע שטאק.
די בריק פארט פון די Inwood געגנט אין מאנהעטן אריבער די Spuyten Duyvil וואסער (א חלק פון די הארעלם/ איסט ריווערס) צי די Spuyten Duyvil געגנט אין די בראנקס.
די בריק איז נאר פאר קארס און נישט פאר טראקס און באסעס (ווי די הענרי האדסאן פארקוועי, און ווי אלע אנדערע פארקוועיס)
די בריק האט א פיסגייער וועג אויף די אונטערשטע לעוועל איין זייט.
די בריק איז איבערגעמאכט געווארן אין די יארן פון 2017 ביז 2020
די בריק האט געקאסט צי בויען 4.9 מיליאן (בערך 110 מיליאן היינט) און צי צובויען די צווייטע שטאק האט געקאסט נאך 2 מיליאן.
די בריק איז 2,208 פיס לאנג
די מיטעלסטע חלק איז 841 פיס לאנג
הויעך אונטער די בריק 143 פיס
הויעכקייט פאר קארס אין די בריק 12 פיס
טעגליכע טרעפיק בערך 75,000 קארס
א יאר בערך 27 מיליאן
טאלל'ס $8.25
מיט איזי פעס $3.18
די טאלל בודקעס זענען אוועקגענומען געווארן אין יאר 2016 די ערשטע פון אלע MTA בריקן
אויף די בילד קען מען זען די הערליכע פאראנמע ארום, אזוי אויך קען מען זען די אמאליגע טאלל בודקעס (די בריק אין אונטערגרונד איז די אויבנדערמאנטע באן בריק)
- והיא שעמדה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 490
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm
Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן
זיי מאכן זיכער אז קיינער איז נישט דעראויף.
אויף העמעלטען עוו. אין ברוקלין אינטער די בי-קוי-אי, נעבן האום דיפאו און לאוס, הייבט זיך די גאס אויף איבער די וואסער, פאר שיפן וואס ווילן דארט פארן. לכאורה דארט קומט יא רוב אידן אן צו זיין.. קענסטו זענען ביי די זייטן איז דא אזא שטעקעלע ווי א טאול באט וואס לייגט זיך אראפ עטליכע מינוט איידער די גאס הייבט זיך אויף. אזאנס און ענדליכע סיסטעמס האבן זיי ביי אלע אנדערע בריקן.