לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!
פרשת ואתחנן - נחמו
(ניגון: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך - ר' יום טוב עהרליך)
(ניגון: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך - ר' יום טוב עהרליך)
1) אויף די ערד שוין געזעסן שוין געוויינט בקרן זווית
אש אויפן שטערן געלייגט,
די גאולה ליידער נאך נישט דא-זי-איז
נאר ווייטער אין גלות מען ווייקט,
שוין טויזענטער יארן די זעלבע געשיכטעס
מען קלאגט און מען טרייסט זיך דערנאָך,
זיך שטארקן ווי קען מען ווען די גאולה מ'זוכט-עס
צודריקט אונטער דעם גלות יאך,
2) דער באשעפער ער הייסט
מיין קינד ווער געטרייסט
די שטראלן מען זעהט אויפן האריזאנט,
פארליר נישט דיין האף
מען האלט שוין צום סוף
בקרוב קיין ירושלים מען ראנ''ט,
פזמון:
מיר וועלן זיך אומקערן אידעלעך
צוריק צו די אמאליגע טעג,
מיר וועלן זיך נאך אומקערן ברידער'לעך
משיח ער איז אויפן וועג,
2) די בהמ''ק א פייערדיג
מיט קדושה זייער-דיק
און פליען אויפן פליגלעך פונעם אדלער,
אונז נעמען אויף זיין שויס
מארבע כנפות
די גלות לענדער בלייבן גראָד-לער,
1) דער באשעפער טוט טרייסטן כאטש אין גלות פירן דא מ'וועט
דאך די ישועה פארגעגרייט,
אז ט' באב נאכמיטאג איז לידת בן דוד עס שיינט אין די טונקעלסטע צייט
אין די קייטן מען פירט דיך אבער דאך נישט אנטויש-איך
משיח איז שוין געבוירן,
מעט אור דוחה הרבה חושך
אידעלע זיי נישט פארלוירן,
פזמון:
לאמער זיך טרייסטן אידעלעך
נחמו נחמו עמו,
לאמער זיך טרייסטן ברידערלעך
יאמר אלוקיכם,
2) בעהט און בעהט
עס איז קיינמאל צו שפעט
כל זמן די זון נאך עס שיינט,
מיר גלייבן אין באשעפער נאר
איז אין יארע טווענט''י פאָ''ר
קען ער נאך קומען נאך היינט,
פזמון:
מיר וועלן זיך נאך אומקערן אידעלעך
צוריק צו די אמאליגע טעג,
מיר וועלן זיך נאך אומקערן ברידערלעך
די גאולה עס איז אויפן וועג,
2) א בהמ''ק א פייערדיג
מיט קדושה זייער-דיק
און פליען אויפן פליגלעך פונעם אדלער,
אונז נעמען אויף זיין שויס
מארבע כנפות
די גלות לענדער בלייבן גראָד-לער.
!א גוט שבת