א ברענד ניו נשמה!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

א ברענד ניו נשמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ברודערלעך, איך זעה דא א השגחה פרטית, איך האלט יעצט אינמיטן אנגרייטן מיין 5000 ארטיקל און עס איז מיר נעכטן בייגעפאלן א שיינע געדאנק צו שרייבן דא אין אז נדברו אפטיילונג, אבער איך בין דאך אין סינדראם... למעשה זעה איך אז איין תגובה פון מיר איז אראפ.. סאו, קען איך ענק share’ן א הערליכע געדאנק.



ס’שטייט אין פסוק אין יחזקאל, ונתתי לכם לב חדש ורוח חדשה אתן בקרבכם והסרתי את לב האבן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר.

מען זעהט בחוש אז יעדער פון אונז האט ליב אלעס זאל זיין ניי, א נייע רעקל און א נייע הוט, א נייע שוך און פאסיק.. און ווער רעדט פון א נייע הויז אדער קאר, און עס איז במציאות אז עס פרישט אויף די מענטש... ביז.. ביז ער דארף נאך א נייע זאך... סוף כל סוף ווערט די זעהל נאר צופרידן פון רוחנית און פון האבן א קלינע נשמה, ווי לאנג א מענטש רעדט זיך נאך איין אז גשמיות וועט אים זאט מאכן האט ער א גרויסע פראבלעם... ער לעבט אין א באבל וואס איז שווער ארויסצוקריכן פון דארט, וגם אני בחלומי, און דאס איז לכאורה איינע פון די סיבות פארוואס א מענטש ליינט אדער שרייבט נייעס, ווייל עס איז נייע געשעענישן און וואס איז נייעס? וואס טוצעך עפעס פריש? אבער די אמת איז אז א מענטש קען האבן אלע נייע כלים און טעקניק ווילאנג ער האט נישט קיין ערליכקייט און אפגעהיטנקייט און תורה ומצוות ומעשים טובים איז אלעס א הוילע צובלאזענע באבל.

זאגט די פסוק ונתתי לכם ”לב חדש” ”ורוח חדשה” וכו’, דאס איז גענוג אז א מענטש זאל ווערן נאנט צום אייבערשטן, ער זוכט פרישקייט אין לעבן, עפעס ניי, נישט אפגעוועטשט... נישט מיד... אבער ווען זיין הארץ ווערט ניי, און מען רעדט טאקע פונעם זעלבן הארץ וואס גליסט צו די נידריגסטע און געמיינסטע תאוות, דעי זעלבע הארץ נעמט דער אייבערשטער און קלינט עס גוט אפ, און געבט עס דיר צוריק שפאגל ניי! דעמאלטס ווערט ער א ווי א נייע בריה!

רש”י איז טאקע מסביר אז דא רעדט די פסוק פונעם יצר טוב: ”יצר שנתחדש לטובה”.. דהיינו, לויט מיין פארשטאנד זאגט דא רש"י, אז דער יצר טוב קען אויך נוצן א ריפרעש און א באנייאונג! סאו, לאמיר עס טוהן דעי מינוט! ווארט נישט ביז ראש השנה..... אדער ביז חנוכה... אורות... יעצט דייקא ווען דו ביסט גוט אפגעמוטשעט פון א גאנצע וואך און עס דרוקט ביים הערצעלע, געב א נעם אביסל וואסער און וואש אפ דיין הארץ. אה! קענסט עס נישט טוהן... ווייל דיין הארץ איז נישט אפן... אבער מען קען אויסוואשן די הארץ! דורך א גוטע הארציגע ווארעמע געבעט צום טאטע! !

לעטס גאו!
אוועטאר
רבא מברניש
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:מ'שוועבט

Re: א ברענד ניו נשמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

טענק יו פאר די געוואלדיגע געדאנק און חיזוק גיימיר זיך אויסגיסן ס'הארץ
פארברענגען איז טויט!
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: א ברענד ניו נשמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

בכל יום יהיו בעיניך כחדשים
אוועטאר
שטענדיגרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:37 pm

Re: א ברענד ניו נשמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיגרייט »

שכח, קענט וועיט פאר די פינעף טויזענסטע!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א ברענד ניו נשמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

wow!! דיס איז סאמטינג ספעשל!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
שמות באקס
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 4:58 pm

Re: א ברענד ניו נשמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות באקס »

זייער שיין.
די אייבערשטער ווייסט אז מיר גלייכן התחדשות. ער געבט אונז יעדע צופרי א פרישע נשמה, המחדש בטובו בכל יום.
אלוקי נשמה… טהורה היא! און וועגן דעם, כל זמן שהנשמה בקירבו מודה אנו.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”