טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

מיינע טייערע ברודער, דא רעדט צו אייך מרדכי'לע, א אינגעלע וואס אין חדר גייט.

צו מיין אפשערן, פונקט ווי יעדעם זיך געפריידט.

איך בין ארויף אין כתה אלף ווי יעדעם איינעם.

געלערנט די א' ב' און נקודות ביים רבין צוזאמען

איך בין שוין היינט נישט אזוי קליין איך בין שוין גרעסער

מיינע רבי'ס האלטן אין איין זאגן אז איך ווער בעסער און בעסער.

אבער טייערע אידן איך וויל אייך עפעס דערציילן.

און א מעשה וואס טוישט מיין לעבן, וויל איך אייך מיטטיילן.

מיין טאטע איך האב אים אזוי ליב

יעדע מאל וואס איך גיי ארויס פון שטוב

גיבט ער מיר א קוש אין שטערן

און וואונטשט מיר אן איך זאל א צדיק ווערן

דערנאך מיט א שמייכל זאגט ער

באלד ווען די וועסט צום שטוב מאכן א צוריק קער

וועל איך מיר פרייען מיט דיר צו שמועסן

און איך וועל שטארק וועלן וויסן

וויאזוי דיין טאג איז געווען

סיי גוטע זאכן און סיי אויב ח"ו פארקערט איז עפעס געשעהן

אזוי גיי איך יעדן טאג אין חדר

מיט'ן געשמאקן געפיהל פונעם טאטן כסדר

אבער עס גליטשט זיך מיר א טרערל

בייגט אייך צו און געבטס א הערל

דאנערשטאג פאריגע וואך

געווארט ביים פענסטער אפשר דאך

וועט מיין טאטע זיך באווייזן

און ער וועט קענען פון מיר נחת לייזן

מאמי זאגט מיר אבער נישט היינט

אויף אירע אויגן זי לייגט איר האנט

טאטי האט געהאט אן עקסידענט

מען האט ראטעווען אים ליידער נישט געקענט

נישט אלעס פארשטיי איך, איך בין נאך קליין

אבער איך מיין אז איך שפיר די געפיל פון זיין אליין

אן מיין ליבע טאטע וואס זאל זיך פאר מיר זארגן

און מיר אזוי שיין באגלייטן צום חדר אין די פריה מארגן

מען האט מיר מיט מיינע ברודער גענומען

צו א פלאץ ווי אסאך מענטשן זענען זיך צוזאם געקומען

מען האט דרשות דארט געזאגט

איך האב פארשטאנען אז אויף מיין טאטע מען קלאגט

א פרעמדער מענטש איז צו מיר געקומען

מרדכי'לע מען האט דיין טאטן אויבן אין הימל גענומען

ער איז דארט אויף א גוטן פלאץ מיט אלע צדיקים

אבער איך וויל אז טאטי זאל צו מיר צוריק קומען

ביי זיין בעט איך זיץ ביינאכט

פלוצלינג זעה איך די קארידאר לעקטער לייכט

איך האף אז עס איז מיין טאטע איך לויף ארויס

אבער עס איז מאמי וואס שפאצירט ארום אין הויז

מיט רויטע אויגן זי זאגט מיר מרדכילע מיין קינד עס איז שפעט

גיי שנעל שלאפן אריין אין בעט

אבער וואס זאל איך ענק זאגן אידן איך קען נישט אזוי

צו מיין טאטן איך בענק שטארק, די ווייטאג איז רוי

וויאזוי זאל איך מיר צוזאם נעמען אן מיין לעבן העלד

דער מענטש וואס האט מיר אראפ געברענגט אויף די וועלט

*

די געשיכטע פון מרדכי'לע ווייסט יעדער עס איז עכט

ער וויינט, ער ווישט זיינע טרערן מיט רעכט

זיין לעבן אזוי אינג פארלוירן

ער האט נישט זיין טאטן, די ווייטאג טוהט בויערן

נישט איין מרדכילע, נישט צוויי, נישט דריי, נישט פיר, נאר פינף איז דא

וואס זייער טאטע איז פאריגע וואך גענומען געווארן טראגיש לעולם הבא

א קרבן ציבור 'צוויי' פון אונז געמאנט שרעקליך

זיך צו טרייסטן פון דעם ווי איז פאר אונז מעגליך

אבער הערטס אידן וואס עס שטייט פונעם חוזה אין זכרון זאת אדער זאת זכרון

אז משה רבינו האט געזעהן די לעצטע גלות יארן

דעם פארבלוטיגטן איד קוקן אויף אים געטוהן

אוי ווי שווער איז פאר אים צו זיין א מאמין

האט ער 515 תפילות פארדעם געטוהן מתפלל זיין

אביסל אונז ארויס צונעמען פון אונזער פיין

ליבשאפט צום אייבערשטן אינעם לעצטן דור דורך דעם געפלאנצט

כאטש די טעג פון איין צרה צום צווייטן טאנצט

טייערע אידן לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין

בקרוב אקעגן משיח צדקינו וועלן מיר גיין

נחמו נחמו עמי טרייסט ענק אלע מרדכי'לעס

בקרוב קומט די טאג ותחזנה ענינו די וועלט וועט זיין פעינלעס

די בית המקדש פון פייער וועט אויפגעבויעט ווערן

און דאן והשיב לב אבות די טאטע צו מרדכילע וועט זיך צוריק קערן.
לעצט פארראכטן דורך קארלסבורג איד אום זונטאג אוגוסט 18, 2024 2:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

ווואאאאאאף!
השם ירחם עליהם!
דאס מיינט באמת "זיך אריינגעלייגט און יענעמס שיך"

זייער עמאשינעל!
כ'קען נישט קומען צו זיך!!!
לעצט פארראכטן דורך ארטיסטיש אום זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13789
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

😭😭😭😭😭😭😭😭
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

😭😭😭😭
....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

wow wow wow
#טאלאנט!
האסט מיך געברענגט טרערן!!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

יישר כוח פאר אלע
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

מיינע אויגן זענען פייכט...

שטארק טאלאנט
אוי וויי טאטע, ותחזינה עינינו בשובך לציון.... אָבער ברחמים...
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:06 pm
#טאלאנט!
טאלאנט איז נישט דאס ווארט!
ס'איז אסאך מער פון דעם!
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:43 pm

שכוח @ארטיסטיש פארן מיר באשיצן אז עס איז נישט נאר טאלאנט... @קאטשקע פיס עס קומט זיך דיר א שכוח אבער נעקסט טיים טראכט וועלכע טיטל עס קומט זיך😜
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:49 pm

א עקסטערע לייק פארן קעפל!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 2:58 pm

יישר כוח. וואס האט דיר געכאפט פון די קעפל?
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

אוי וויי
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 3:05 pm
קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 2:58 pm
קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:49 pm
ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:43 pm
קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:06 pm
#טאלאנט!
טאלאנט איז נישט דאס ווארט!
ס'איז אסאך מער פון דעם!
שכוח @ארטיסטיש פארן מיר באשיצן אז עס איז נישט נאר טאלאנט... @קאטשקע פיס עס קומט זיך דיר א שכוח אבער נעקסט טיים טראכט וועלכע טיטל עס קומט זיך😜
א עקסטערע לייק פארן קעפל!
יישר כוח. וואס האט דיר געכאפט פון די קעפל?
נישט נאר די ארטיקל איז עמאשענאל נאר די קעפל אויך!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 3:13 pm
קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 3:05 pm
קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 2:58 pm
קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:49 pm
ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:43 pm

טאלאנט איז נישט דאס ווארט!
ס'איז אסאך מער פון דעם!
שכוח @ארטיסטיש פארן מיר באשיצן אז עס איז נישט נאר טאלאנט... @קאטשקע פיס עס קומט זיך דיר א שכוח אבער נעקסט טיים טראכט וועלכע טיטל עס קומט זיך😜
א עקסטערע לייק פארן קעפל!
יישר כוח. וואס האט דיר געכאפט פון די קעפל?
נישט נאר די ארטיקל איז עמאשענאל נאר די קעפל אויך!
אז די זאגסט אזוי וועל איך עס נעמען אלס א קאמפלימענט אז די ארטיקל איז עמאשענעל
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
מאיר'ל
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2024 8:27 pm
לאקאציע:75 מירון דרייוו

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר'ל »

😪😪😪😪😪😪😪😪😰😰😰😰😰😰😰
מאיר איז זייער א געזונטע זאך צו עסן!!!
אוועטאר
אייער סאלאט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:45 pm
לאקאציע:טאהש

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער סאלאט »

@קארלסבורג איד 👍👍👍👍👍👍👍👍👍
טי מיר א טובה אין געב מיר א לייק עס קאסט אייך נישט קיין געלט א דאנק.....
👍👍👍
אוועטאר
גארביטש קען
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 14, 2024 6:59 pm

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארביטש קען »

שכח פאר די חיזוק!!!!
נישט אלעס דארף גיין אין גארביטש!!!
ס'איז דא זאכן וואס מ'קען נאך נוצן!!!
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

עמאושינס מיט חיזוק בנעזאם!
הערליך און ווייטאגליך.
אוועטאר
ויקשב וישמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
לאקאציע:נוסראללאה'ס בונקער

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

אוי וויי טאטע! סע ציפט ! עס רייסט!
לעילו נשמתם פון די צוויי יונגעלייט עליהם השלום, וועל איך בעזר השם צי מיינע מרדכי'לעך אלס א ריכטיגע טאטע דינען, פראבירן אהיים קומען אביסל פריער נאך די ארבעט, מער נישט נוצן דעם תירוץ אז עס איז געווען טרעפיק, אביסל צילייגן אן אויער צי מיין מרדכי'לע ביי נאכטמאל, ער ווארט דאך דערויף אגאנצע טאג!
זיין ארויסגעקאלירטע קאלירן בוך וועל איך מער נישט איגנארירן,
א קניפ אין בעקעלע וועט ער ענדערש פארדינען!
געב פאר דיין מרדכי'לע א טאטע!
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול! אלבערט איינשטיין
יעדע מענטש/חסידות/קרייז האט זיך זיין "מאיר'קע" און זיין "ציונות"
Shoe Box
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 07, 2024 3:42 pm

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shoe Box »

😢😢😢😢😢😢😢😢😢😢😢😭😭😭😭😭😭
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

you made me cry.
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

ויקשב וישמע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 4:55 pm
אוי וויי טאטע! סע ציפט ! עס רייסט!
לעילו נשמתם פון די צוויי יונגעלייט עליהם השלום, וועל איך בעזר השם צי מיינע מרדכי'לעך אלס א ריכטיגע טאטע דינען, פראבירן אהיים קומען אביסל פריער נאך די ארבעט, מער נישט נוצן דעם תירוץ אז עס איז געווען טרעפיק, אביסל צילייגן אן אויער צי מיין מרדכי'לע ביי נאכטמאל, ער ווארט דאך דערויף אגאנצע טאג!
זיין ארויסגעקאלירטע קאלירן בוך וועל איך מער נישט איגנארירן,
א קניפ אין בעקעלע וועט ער ענדערש פארדינען!
געב פאר דיין מרדכי'לע א טאטע!
זייער שטארק! אויב איז עס מיין קרעדיט האט זיך עס שוין געלוינט..
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

אוי אוי עס ברעכט מיין הארץ
קליינע קינדער געווארן שווארטץ

נאר דער בורא קען טרייסטן זיי
אויסהיילן פון יעדע שווערע וויי

@קארלסבורג איד פיינע דזאב
אויף גוטע זאכן, פון יעצט נאר שרייב!
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

יוחנן כהן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:31 pm
אוי אוי עס ברעכט מיין הארץ
קליינע קינדער געווארן שווארטץ

נאר דער בורא קען טרייסטן זיי
אויסהיילן פון יעדע שווערע וויי

@קארלסבורג איד פיינע דזאב
אויף גוטע זאכן, פון יעצט נאר שרייב!
אמן!! א גרויסן שכוח
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: טאטי קומט מער נישט אהיים - מאונטענדעיל טראגעדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:07 pm
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”