עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
עבודת השם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

איך האב א בחור וואס פון ווען מען הייבט אים אן וועקן ביז ער ווייסט אויף וועליכע וועלט קען נעמען באלדט א שעה, איך/ער וויל דאך נישט באקומען די קנסים פארן קומען שפעט, שטיי איך טאג איין טאג אויס ביים בעט ביז ער איז שוין ענדליך דא.
דעם תשעה באב האט ער איינגענימען דעם איקסטענדעט ריליס קאווע וואס פארשפרעכט זיך אויפצווועקן 12 שעה נאכן עס נעמען וכך הווא ער איז אויפגעשטאנען פון זיך אליין צו די 12 שעה.
דאס איז אבער נישט א עצה פאר א יעדן טאג קודם כל קאסט איין שטיקל 12 דאלער נאכדעם איז די שאלה צו עס איז בכלל געזינט זיך צוגעוואוינען צו דעם.
ווער עס האט איקספיריענס מיט דעם פראבלעם ביטע זיך אנריפען.
כי אתה שומע תפלת כל פה
לב נשבר ונדכה אלהים לא תבזה
ווי אזוי? אט ליינט!
מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

עס קען קומען פון סענסארי דיסארדער.
נעם אים צו אן OT פאר אן evaluation
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
למען ידעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

עבודת השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:48 pm
איך/ער וויל דאך נישט באקומען די קנסים פארן קומען שפעט, שטיי איך טאג איין טאג אויס ביים בעט ביז ער איז שוין ענדליך דא.
אויפשטיין אינדערפרי פאדערט זיך צו רייסן פון זיך אביסל, און עס איז טאטעלי נארמאל עס זאל זיין שווער. ערשטע סיעף אין שו״ע, יתגבר כארי לעמוד בבוקר, הערסט, כארי די שטערקסטע חי׳ אנגעכאפט, ווייל עס פאדערט זיך שטארקייט.

אבער די ציטירטע שורה קען זיין מער פראבלעם ווי סעלאשוען. די דארפסט אים נישט פראטעקטן פון א קנס וועלכע ער באקומט צוליבן שפעטיגן. פארקערט, לאז אים באקומען קנסות וועט ער פילן ריספאנסיבעל פארן נישט אויפשטיין אין צייט. האב נישט מורא צו לאזן אים שפעטיגן, עס וועט מער אויפטון, ער וועט טאקע שפעטיגן צוויי דריי מאל, באקומען קנסות, עס וועט נישט זיין געשמאק אבער ער וועט זיך לערנען.

איך באשולדיג אים נישט פארן אויפשטיין שפעט, קען זיין עס איז אים גאר שווער און די אלס טאטע שוינט אים זייער, אבער אנהאלטן זיינע ריספאנסיביליטיס איז זייער נישט קיין געזונטע זאך. א מענטש און אפי׳ א קינד מעג און דארף וויסן אז זאכן האבן קאנסיקווענצן. איטס אקעי.
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

מיין ערשטע רעאקציע איז געווען פונקט ווי @למען ידעו א טאטע טאר נישט איבערנעמען די געזונטע פרעשור וואס א קינד מיז האבן, ער ברויך זיין בייהילפיג זיין צום קינד עים ארויסהעלפן זיך אליינס בויען.

די געלונגענע אויפשטיין פון ת"ב איז א גיטע אפערטאנעטי צו האבן א אפענעם שמועס מיט'ן בחור, אז מיר ווילן אויפקומען מיט מהלכים עס זאל דיר גרינגער ווערן די אויפשטיין, אפשר עס זאל גלייך אנגרייטן א קאווע, נאך פאר ער טיט זיך אן די וועש? זעהסט אז מ'קען עס באווייזן.... ס'קומט ווינטער און פארטאגס וועט זיין מער טונקעל, אפשר איז כדאי צו אינסטאלירן א שבת זייער אז די צימער זאל ווערן ליכטיג זעקסע צו ווען אימער ער דארף אויפשטיין....
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6250
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ער באקימט א צוואנציגער פאר א וואך וואס ער שטייט אויף פרי
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

עבודת השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:48 pm
דאס איז אבער נישט א עצה פאר א יעדן טאג קודם כל קאסט איין שטיקל 12 דאלער
קויף א פעקל סלאו ריליסינג קאפסילס און שטופ אריין א קעפין פיל
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אין די פאמיליע די חודש - וואס שרייבט נישט קיין השקפה אדער חינוך... - זאגן זיי צו פאלגן די ריכטיגע מהלך פון חינוך, פון נעמען די אחריות אויף זיך, דאס הייסט די קינד פילט אז ער האט ווער עס זאל נעמען די פרעשער ממילא איז אים טאקע שווער אויפצושטיין, מאכט זיכער אז די אחריות איז אויפן קינד אינגאנצן און נאך א קורצע צייט וועט איר זען וואונדער #פאמיליע. אהה למען ידעו שרייבט עס אויך, נו שוין...

ע"פ האמת דארף מען קענען דעם קינד פון דער נאנט צו וויסן דעם ענטפער, און ווי דער פעטער שרייבט איז ריכטיג, צומאל איז דאס די פראבלעם, און אויב דאס איז עס טאקע, און וועסט אים געבן די ריכטיגע הילף וועסטו זיך וואונדערן צוזעענדיג ווי די האסט באקומען א נייע קינד בכללות.
higher
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 12:33 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך higher »

אויב ער שטייט נישט אויף פרי אפי' צו גיין אויף א טריפ אדער למשל טאג פון ברידער חתונה וכד' דארף מען לכו' א evaluation
אבער טאמער מוטשעט ער זיך נאר טאג טעגליך דארף מען אביסל שמאל דוחה ימין מקרבת וכו' אדער קען זיין א diet
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס קען שטארק מעגליך זיין א געזונטהייט אישו און עס לוינט זיך צו טשעקן מיט א דאקטאר פאר אנדערע עצות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

איך הייס עס נישט טאן. אבער אמאל האט מען עס געטאן.
בדוק ומנוסה.

מיין זיידע ע״ה האט מיר געזאגט אז ביי זיי פלעגט מען גיסן פריזינג וואסער אויפן בחור, אז ער איז פשוט נאס געווארן.

ס׳האט געארבעט וואונדער, האט ער מיר געזאגט.


עצה 2: וואס מ׳קען טאן לייכט:
נעם א שבת זייגער וואס זאל אנצינדן א אלארם וואס זאל שרייען הויך זיין נאמען אבער זייער הויך!

למשל:
״מוישי שטיי אויף!״
״יאנקי״ שטיי אויף״
די שבת זייגער צינדט אן א MP3
בדוק ומנוסה אז מ׳וועקט זיך אויף.
מאנטשיס
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:15 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטשיס »

קיסריה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:40 pm
איך הייס עס נישט טאן. אבער אמאל האט מען עס געטאן.
בדוק ומנוסה.

מיין זיידע ע״ה האט מיר געזאגט אז ביי זיי פלעגט מען גיסן פריזינג וואסער אויפן בחור, אז ער איז פשוט נאס געווארן.

ס׳האט געארבעט וואונדער, האט ער מיר געזאגט.


עצה 2: וואס מ׳קען טאן לייכט:
נעם א שבת זייגער וואס זאל אנצינדן א אלארם וואס זאל שרייען הויך זיין נאמען אבער זייער הויך!

למשל:
״מוישי שטיי אויף!״
״יאנקי״ שטיי אויף״
די שבת זייגער צינדט אן א MP3
בדוק ומנוסה אז מ׳וועקט זיך אויף.
פארצייל אויך ביטע די פועל יוצא פין עצה 1
וויאזוי זעהן אויס היינט צוטאגס די בחורים וואס זענען געווארן באגאסען מיט פריזינג וואסער אינמיטן זייער שלאף?
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

אז מען לייגט זיך פרי קען מען אויפשטיין פרי. א בחור דארף האבען 8-9 שעה שלאפ א נאכט.
מלייגט זיך מויראידיג שפעט היינט צוטאגס נו וואדאי קען מען נישט אויפשטיין פרי.
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4687
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

עס קען זיין איבערוואגיקייט, אדער סליפ-עפניע וכו'

אמר"ש עס נישט ריכטיג פאר מענטשן וואס הערן א האלבע מעשה צו אפסטעמפלן דעם בחור אדער זיינע עלטערן, קענסט געבן עצה'ס באט נישט אויף א טון פון בשולדיגונג.
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

מאנטשיס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:43 pm

פארצייל אויך ביטע די פועל יוצא פין עצה 1
וויאזוי זעהן אויס היינט צוטאגס די בחורים וואס זענען געווארן באגאסען מיט פריזינג וואסער אינמיטן זייער שלאף?
איך קוק טאקע נישט אויס אזוי גוט, אבער כ'האב נישט אויסגעקוקט צופיל בעסער פאר די וואסער דאזעס, חוץ אז איך בין געווען א בחור אן א בארד און היינט א טאטע מיט א בארד.
אוועטאר
עבודת השם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

Letshelpothers האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:45 pm
אז מען לייגט זיך פרי קען מען אויפשטיין פרי. א בחור דארף האבען 8-9 שעה שלאפ א נאכט.
מלייגט זיך מויראידיג שפעט היינט צוטאגס נו וואדאי קען מען נישט אויפשטיין פרי.
די פראבלעם איז אז פון ווען מען קומט אהיים פון נאכט סדר ביז אינדערפרי איז נישט דא אזוי סאך שעות צו שלאפן
כי אתה שומע תפלת כל פה
לב נשבר ונדכה אלהים לא תבזה
ווי אזוי? אט ליינט!
מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט
אוועטאר
עבודת השם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:21 pm
עבודת השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:48 pm
דאס איז אבער נישט א עצה פאר א יעדן טאג קודם כל קאסט איין שטיקל 12 דאלער
קויף א פעקל סלאו ריליסינג קאפסילס און שטופ אריין א קעפין פיל
ווי קויפט מען אזוינע קאפסילס?
כי אתה שומע תפלת כל פה
לב נשבר ונדכה אלהים לא תבזה
ווי אזוי? אט ליינט!
מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

עבודת השם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:39 pm
Letshelpothers האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:45 pm
אז מען לייגט זיך פרי קען מען אויפשטיין פרי. א בחור דארף האבען 8-9 שעה שלאפ א נאכט.
מלייגט זיך מויראידיג שפעט היינט צוטאגס נו וואדאי קען מען נישט אויפשטיין פרי.
די פראבלעם איז אז פון ווען מען קומט אהיים פון נאכט סדר ביז אינדערפרי איז נישט דא אזוי סאך שעות צו שלאפן
דאס איז וואס איך זאג. אמאל איז מען אויפגעשטאנען פארטאגס ווייל מען איז זיך געגאנגען לייגען פרי.
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

אויפצושטיין פרי איז ביטער שווער. איך פלעג פיינט האבן ישיבה בלויז וועגן פארטאגס.
ס'נארמאל אז ער מיטשעט זיך, יעדער מיטשעט זיך, טאטעס אויך "עצה געזוכט - 30 יעריגע אינגערמאן קען נישט אויפשטיין אינדערפרי"

אז ער וועט וויסן אז ער מוז, וועט ער אויפשטיין, פונקט ווי מיר אלע טוען
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

ס'איז בכלל נישט קיין זעלטנהייט פון א מציאות....

מסתם רוב בחורים מוטשענען זיך צו אויפשטיין
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

ס'איז א נארמאלע ערשיינונג.

אבער ס'קען אויך זיין אז ס'פעלט איהם motivation.
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

עבודת השם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:43 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:21 pm
עבודת השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:48 pm
דאס איז אבער נישט א עצה פאר א יעדן טאג קודם כל קאסט איין שטיקל 12 דאלער
קויף א פעקל סלאו ריליסינג קאפסילס און שטופ אריין א קעפין פיל
ווי קויפט מען אזוינע קאפסילס?
@לכאורה אויף אמאזאן...
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 2:03 pm
עבודת השם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:43 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:21 pm
עבודת השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:48 pm
דאס איז אבער נישט א עצה פאר א יעדן טאג קודם כל קאסט איין שטיקל 12 דאלער
קויף א פעקל סלאו ריליסינג קאפסילס און שטופ אריין א קעפין פיל
ווי קויפט מען אזוינע קאפסילס?
@לכאורה אויף אמאזאן...
ברויך אן השגחה.

https://www.star-k.org/articles/article ... t%20kosher .
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

עבודת השם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:39 pm
Letshelpothers האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:45 pm
אז מען לייגט זיך פרי קען מען אויפשטיין פרי. א בחור דארף האבען 8-9 שעה שלאפ א נאכט.
מלייגט זיך מויראידיג שפעט היינט צוטאגס נו וואדאי קען מען נישט אויפשטיין פרי.
די פראבלעם איז אז פון ווען מען קומט אהיים פון נאכט סדר ביז אינדערפרי איז נישט דא אזוי סאך שעות צו שלאפן
איז דעמאלטס די פראבלעם מיט די ישיבה נישט מיטן בחור. ווער זאגט אז יעדע בחור איז געמאכט אויפצושטיין זעקסע פארטאגס?
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

פארוואס זאל ער אויפשטיין? עני ריזען? ער זאל זיך דארפן מוטשען נאך א טאג און ווערן אראפגעקוקט?
אוועטאר
קריספי חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:13 pm

Re: עצה געזוכט - 14 יעריגע בחור קען נישט אויפשטיין אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריספי חלה »

As long as it stays, the father's acharyas, he will not take it.
The only way is to let the achrayis fully on him.
but you need to have a lot of Geduld till he realizes that its his achrayis.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”