א גאנץ יאר אין די מאונטענס
אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- שטארקע עסקן
- שר חמישים
- תגובות: 75
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:26 pm
לעצטענס האבן די באנגעלאוי קאלאניעס זיך געטוישט צו ווינטערערייזד הייזער איז מעגליך אז מען זאל וואוינען אין די מאונטענס א גאנץ יאר עס קען זיין א הילף פאר די דירות מאנגעל און ווי אויך פאר די פרייזען פון א דירה וואס פעלט אויס עס צו מאכן געשעהן איז דא א חסרון לאמיר זיך אויסשמוסן
- פער בריסטאו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4796
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm
- בעל דמיון
- שר האלף
- תגובות: 1908
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
- לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
איינע פון די גרעסטע חידות סתומות היינטיגע טעג!
אלעס איז קאמפליטלי סעט אפ, יעדע קהלה האט שיינע גרויסע בניינים מיט אלעס וואס מען דארף ביהמ"ד, חדרים, סקולס, מקוואות וכו' וכו'
גשמיות איז אויך אינגאנצען רעדי גראסערי'ס, שאפינג, וכדו'
אבער מ'איז ביזי מופן קיין פלארידע, טעקסעס און נאך.
מען דארף אפי' נישט ארויסמופן מען דארף פשוט נישט אהיים פארן נאך די זומער! זאת ועוד רוב נייע פלעצער זענען אפן אלע שבתים און ימים טובים.
גיי פארשטי!!!
אסאך נייע פלעצער האבן שוין אפי' צוויי בתי מדרשים פאר די וואס זענען מקפיד אז מ'מיז האבן ווי מ'טרעט נישט אריין...

The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2296
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
קאנטרי איז פינקט גיט פאר 8/9 וואכן.... (געווענליך איז מען שוין ציקריגט ביי די לעצטע וואך)
טאמער וויל מען וואוינען אין אפסטעיט א גאנץ יאר (וואס איז גראדע א גיטע געדאנק) דארף מען עס אנדערש אויסשטעלן
טאמער וויל מען וואוינען אין אפסטעיט א גאנץ יאר (וואס איז גראדע א גיטע געדאנק) דארף מען עס אנדערש אויסשטעלן
- וויהסלבלאוער
- שר חמישים
- תגובות: 79
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 28, 2024 4:05 am
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
כ'בין 100% מיט דיר
ווען דו וואלסט עס געליינט וואלט איך עפעס געשריבן דא...
- שטארקע עסקן
- שר חמישים
- תגובות: 75
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:26 pm
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
איז דא עפעס וואס מען קען בעסער אויסשטעלן
- בעל דמיון
- שר האלף
- תגובות: 1908
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
- לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
סאממער האומס אדער באנגעלאוס?
אונז זעמער אין א פלאץ ווי ס'איז זייער געשמאק, והא ראי' אז ס'איז פול יעדע שבת פון יאר אפגערעדט פון ימים טובים.
נאך א נקודה, די (אינגלעך) מוסד פון אונזער קהלה איז בערך א האלבע שעה פון ווי איך בין, ווי איך וואוין א גאנץ יאר זיצט מיין אינגל עניוועי בערך אזוי לאנג אויפן באס, ווען ס'איז אונטער פינף מינוט דרייוו
בקיצור די מאונטענס איז די גרינגסטע און שנעלסטע צו מאכן גאנץ יעריגע באקוועמע ביליגערע וואוינונגען
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
- נעגלוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1515
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
- לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
@אחראי
שמעלצן מיט די צענדליגע אנדערע אשכולות וואס זענען שוין פארהאנען אויפ'ן וועלטל
שמעלצן מיט די צענדליגע אנדערע אשכולות וואס זענען שוין פארהאנען אויפ'ן וועלטל
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
- שטארקע עסקן
- שר חמישים
- תגובות: 75
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:26 pm
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
מיין סאממער האוים איז גרעסער פון מיין הויז אין שטאט קיין סוכה קען איך נישט בויען סאיז נישט דא ווי איך האב מער גוטע פריינט אין מיין קאלאני מער וויפיל איך האב אין שטאט אין מיט קיינעם נישט צוקריגט ב"ה די וואך שבת האט מיר מיין שכן געזאגט אז ער ווארט שוין קוים אויפן וויינטער עס איז אזא שיינע באקוועמע געשמאקע אטמאספער סאיז נישטא קיין פארקינג איין זאך איז א מוסד דאס וויל איך אויסשמועסן צו מען קען עס אהערשטעלן אין ווי אזוי
- כאניש וואס צו טוּן
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4732
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
אגאנץ יאר זיין שכנים מיט די שפינען און בינען, מאסקיטן און סקאנקס, מיטהאלטן די חו"ק זזז - זזזז -זזז - זזזז?
נעה...
נעה...
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
אלס א יחיד קענסטו שיקן קיין גיבערס אדער מאנטיסעלאו קלענערע קינדער, בלומינבערג און אפילו קרית יואל איז נישט ממש אפגעפרעגט.שטארקע עסקן האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:04 pmמיין סאממער האוים איז גרעסער פון מיין הויז אין שטאט קיין סוכה קען איך נישט בויען סאיז נישט דא ווי איך האב מער גוטע פריינט אין מיין קאלאני מער וויפיל איך האב אין שטאט אין מיט קיינעם נישט צוקריגט ב"ה די וואך שבת האט מיר מיין שכן געזאגט אז ער ווארט שוין קוים אויפן וויינטער עס איז אזא שיינע באקוועמע געשמאקע אטמאספער סאיז נישטא קיין פארקינג איין זאך איז א מוסד דאס וויל איך אויסשמועסן צו מען קען עס אהערשטעלן אין ווי אזוי
אויב ווארסטו אויף נייע קהילות מוסדות מאך זיכער דו האסט א בענקל ווייל די פיס קען ווייטון פון אזוי לאנג ווארטן
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
כאילו אין די שטאט איז יעדער בשלום ובשלוה...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
די שפינען און בינען וכו' פארן קיין פלארידע אויפן ווינטער, זיי געפינען זיך נישט אין אפסטעיטכאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:07 pmאגאנץ יאר זיין שכנים מיט די שפינען און בינען, מאסקיטן און סקאנקס, מיטהאלטן די חו"ק זזז - זזזז -זזז - זזזז?
נעה...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
מ'דארף צישטעלען טרענספערטעישאן פון די הייזער ביז די מאלס.
- עס וועט זיין גוט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3545
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
איך בין פולי אין
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
אונז האבן שוין 10 מענטשן אויף אייוועלט וואס האבן שוין געמאלדן אז זיי זענען FULLY IN
i think we are good to go....
i think we are good to go....
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2296
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
- גראסערי מענטש
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 258
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
מען דארף איין מוסד וואס זאל אפמאכן.. אין אלעס געשעהט.
רבי יואל ראטה יוכיח.
רבי יואל ראטה יוכיח.
- רבא מברניש
- שר האלף
- תגובות: 1499
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
- לאקאציע:מ'שוועבט
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
גוט אז די דערמאנסט מיר ווייל צוויי ראטן זענען יעצט אונטערגעלאפן ממש צווישן מיינע פוסכאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:07 pmאגאנץ יאר זיין שכנים מיט די שפינען און בינען, מאסקיטן און סקאנקס, מיטהאלטן די חו"ק זזז - זזזז -זזז - זזזז?
נעה...
א פאזיטיווער מענטש איז אויך פאזיטיוו צו נעגעטיוויטי!
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
די תירוץ איז סימפל.
די אינגערמאן וואס זיין לענלארד ווארפט אים ארויס, אדער זיין דירה איז פיצל קליין פאר זיין געזינדל אבער ער איז גאר ווייט פון קענען קויפן א נארמאלע הייזקע אין די סיטי, איז בדרך כלל נישט די זעלבער אינגערמאן וואס האט א סוממער האום.

- עדות ביהוסף
- שר חמש מאות
- תגובות: 908
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
משטיינס צווישען ראטען און גארבעדזש איז געשמאקער און שמעקט בעסער.כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:07 pmאגאנץ יאר זיין שכנים מיט די שפינען און בינען, מאסקיטן און סקאנקס, מיטהאלטן די חו"ק זזז - זזזז -זזז - זזזז?
נעה...
- עס וועט זיין גוט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3545
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm
- גראסערי מענטש
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 258
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
מרעדט פין א פינאנציעלע בליק, פין געשמאקייט, האבן ביידע מעלות אין חסרונות.עדות ביהוסף האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:38 pmמשטיינס צווישען ראטען און גארבעדזש איז געשמאקער און שמעקט בעסער.כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:07 pmאגאנץ יאר זיין שכנים מיט די שפינען און בינען, מאסקיטן און סקאנקס, מיטהאלטן די חו"ק זזז - זזזז -זזז - זזזז?
נעה...
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1482
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
Re: א גאנץ יאר אין די מאונטענס
חוץ מזה, ווינטער / רוב יאר האט מען דאך בכלל נישט די אלע אינזעקטן. ראטן און גארבעזש איז אבער יא דא בשפע
---
האקט
---
האקט