פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך לכאורה »

א גוטן טאג אלע חשוב'ע אייוועלטניקעס!

עס איז מיר בייגעפאלן צו אפהאלטן א שטיקל שמועס מיט'ן ציבור, ויקרא שמו: פרעסע קאנפערענץ...

יעדער וועט קענען פרעגן פראגעס, אבער פארשטייט זיך אז ענטפערן וועל איך בלויז וויפיל און וויאזוי איך קען (כדרך עכטע פרעסע קאנפערענצן...)

לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל פארווארט (כדרך וכו'):

ב"ה אייוועלט לעבט אויף אלע באקן, נישטא כמעט קיין שטילע מאמענט אויפ'ן סייט.

ב"ה מערערע אידן לייגן צו א האנט ביים ברענגען כשר'ע אויסגעהאלטענע נייעס און נאטיצן פון ארום די וועלט און ארום די בלאק, אויפ'ן קלארסטן און שנעלסטן און קראנטסטן אופן מעגליך.

ב"ה דער ציבור קאאפערירט און שטעלט זיך צו, און כמעט וואס מען דארף נישט חוסם זיין קיין ניקס צוליב פארלעצן די תקנות.

ב"ה די סייט איז אריבער די פינף מיליאן תגובה ציפער, און ממש טעגליך שרייבן זיך איין צענדליגער פרישע שרייבער (די לעצטע אנגענומענע ניק, טראגט דעם ציפער: "37989"!)

ב"ה דער ציבור וויל זיין ערליך און מען שטעלט נישט ארויף קיין צווייפלהאפטיגע זאכן, און ווען איינער פארזעט עפעס בטעות, איז דא מעוררים וואס צייגן דאס אן און מען נעמט דאס אראפ.

ב"ה איך האב היינט א שטיקל שטילע טאג, וויל איך דאס אויסנוצן צו רעדן מיט די חשוב'ע ניקים, אלזא זייט אייך מכבד מיט דאס ווארט, מיר זענען דא צו הערן און ענטפערן בס"ד.


אפדעיט: א פי-די-עף איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך @ברדלס דא: https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 1#p5380021
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

א גוטן הרב לכאורה, א דאנק פארן נעמען די מיה צו ענטפערן.

וואס איך גיי פרעגן איז אביסל פערזענליך, אבער ביטע נעמט דאס נישט צום הארצן.

איז די מקוה היינט געווען קאלט אדער ווארים?
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך משה בעלז »

וואס האלט די מנהל איבער אלע פריוואטע נייעס טישלעך וואס האבן זיך לעצטענס געעפענט אויף די וועלט?
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @נקדימון @nobody און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך קוואל וואסער »

סיריעסלי, וואסערע מצוה האט מען געטון פאר אייוועלט אז מזאל קענען האבן די ערליכסטע שנעלסטע קראנטסטע און געשמאקסטע וועבסייט אויפן כדור העולם?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3404
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך גדל »

לעצטנס האסטע גלאזט פאלען ווערטער אז די פלאנסט צו רעזגנעירען פארוואס ?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך טעם וריח »

מיין שאלה.

אין אזא עפאכע ווען איי-וועלט ווערט געליינט דורך טויזענטער מענטשן א טאג, און אזוי אויף צענדליגע הונדערטער שרייבערס א מינוט, וואס קען געטוען ווערן אז א אשכול זאל באקומען און פארדינען איר ארט בכלל?
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
ויברך דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:54 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך ויברך דוד »

וועלעכע יאר האט זיך אייוועלט געפענט ?
אין וויאזוי איז עס ציגעגאנגען ?
אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך וואסאפשט »

(די לעצטע אנגענומענע ניק, טראגט דעם ציפער: "37989"!)

ס'מיינט אז מהאלט שוין ביי כמעט 38,000 ניקים??
צייט וואס דו ענדזשויסט צו פארברענען איז נישט קיין פארברענטע צייט.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך פראפעסאר »

איך וויל וויסן פארוואס מען איז נישט משקיע מער אין אייוועלט לגבי עדווערטייזמענטס וכד', עס וואלט געקענט זיין א גאלד גרוב, און למעשה איז עס בכלל נישט קיין מאני מעיקינג וועבסייט, פארוואס?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך השקפה ברורה »

וואס איז געבליבן מיט דעי מיטונג וואס האט געהאט די פאטענשעל צי זיין א לייוו טשענדזשער?
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך פראפעסאר »

ווילאנג צוריק האט מען געמאכט דעם לעצטן אחראי? ד''ה איז נאך דא היינט אזא זאך אז מ'נעמט אויף נייע אחראים צי מנהלים אדער אלעס איז שוין אויפגענומען?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

א גוט יאר הרב לכאורה, א דאנק פארן נעמען מיין שאלה און אטנשולדיגט אויב ס'איז פערסאנעל.

האט אייער מופן מחוץ לעיר עפעס אפעקטירט אייער אייוועלט הנהלה קוואליפקאציעס און מעגליכקייטן? לטב ולמוטב?

אויב יא, קענט איר אפשר מיטיילן אביסל דיטעלס מיט די מידיע און דעם ברייטן פובליקום?
ס'איז אן אומגלויבליכן מעסיזשינג פעיליור פון א פארעלטערער פרעזידענט מיט א רעלאטיוו גוט רעקארד, אבער די ערגסטע פראפאגאנדע דורכפאל אין אמעריקאנער היסטאריע. (קרעדיט שלמה הילדסהיימער)
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך פראפעסאר »

וואס איז די אייוועלט פארברענג וואס איז געווען אפאר יאר צוריק?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך פראפעסאר »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:57 pm
א גוט יאר הרב לכאורה, א דאנק פארן נעמען מיין שאלה און אטנשולדיגט אויב ס'איז פערסאנעל.

האט אייער מופן מחוץ לעיר עפעס אפעקטירט אייער אייוועלט הנהלה קוואליפקאציעס און מעגליכקייטן? לטב ולמוטב?

אויב יא, קענט איר אפשר מיטיילן אביסל דיטעלס מיט די מידיע און דעם ברייטן פובליקום?
ווי וואוינט ער?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך ראשעשיווע »

פארוואס לאזט מען נישט רעדן פאליטיק און לשון הרע ח"ו, ווען אין די זעלבע צייט ערלויבט מען אראפצורייסן זינגער/שפילער/ שרייבער/קול מבשר אינטערוויוער?
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

גדל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:54 pm
לעצטנס האסטע גלאזט פאלען ווערטער אז די פלאנסט צו רעזגנעירען פארוואס ?
ס'דא פארשידענע סיבות אין דעם, כ'וועל נאר דערמאנען עטליכע.

ס'דא עטליכע ניקס וואס מאכן געפערליך נערוועז דא, און איך קען זיי נישט דולדן.
איך בין א שטארקע ביידן פען, און היות ביידן האט זיך ארויסגעצויגן פון די פארמעסט וויל איך גיין אין זיינע וועגן.
און צום לעצט, ווייל מיינע הענט טוען שוין וויי פון מעקן א גאנצן טאג.


אופס, כ'האב אריינגעסיינט מיט מיין ראנג ניק. שיק עניוועי...
אוועטאר
אינקוויזיציע
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך אינקוויזיציע »

פראפעסאר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:56 pm
איך וויל וויסן פארוואס מען איז נישט משקיע מער אין אייוועלט לגבי עדווערטייזמענטס וכד', עס וואלט געקענט זיין א גאלד גרוב, און למעשה איז עס בכלל נישט קיין מאני מעיקינג וועבסייט, פארוואס?
און לאמיר אביסל מרחיב זיין די שאלה. ווען מ'מאכט עס פאר א מאני-מעיקינג ביזנעס, דאן קען מען אויפנעמען פראגראמירער'ס און IT פראפעסיאנאלן 'פאר באצאלט' נישט בלויז וואלונטירן.
און דאס וועט מאכן די סייט שנעלער, בעסער, שענער, און נישט האבן אזוי סאך גליטשע'ס און באג'ס.
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

פראפעסאר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:58 pm
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:57 pm
א גוט יאר הרב לכאורה, א דאנק פארן נעמען מיין שאלה און אטנשולדיגט אויב ס'איז פערסאנעל.

האט אייער מופן מחוץ לעיר עפעס אפעקטירט אייער אייוועלט הנהלה קוואליפקאציעס און מעגליכקייטן? לטב ולמוטב?

אויב יא, קענט איר אפשר מיטיילן אביסל דיטעלס מיט די מידיע און דעם ברייטן פובליקום?
ווי וואוינט ער?
נא גלוי, כ'האב געשריבן נאר "מחוץ לעיר" ווייל כ'האב נישט געוואלט מ'זאל וויסן וועלעכע קאנטרי ער גייט..
ס'איז אן אומגלויבליכן מעסיזשינג פעיליור פון א פארעלטערער פרעזידענט מיט א רעלאטיוו גוט רעקארד, אבער די ערגסטע פראפאגאנדע דורכפאל אין אמעריקאנער היסטאריע. (קרעדיט שלמה הילדסהיימער)
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

ווען קומט שוין די צוגעזאגטע פיטשער פארן שאפן 100K?
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

לכאורה'ס מייק ארבעט נישט.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך לכאורה »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:50 pm
א גוטן הרב לכאורה, א דאנק פארן נעמען די מיה צו ענטפערן.

וואס איך גיי פרעגן איז אביסל פערזענליך, אבער ביטע נעמט דאס נישט צום הארצן.

איז די מקוה היינט געווען קאלט אדער ווארים?
יישר כח יצחק אייזיקל. די מקוה איז געווען ווארעם ב"ה.
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1591
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך אותות ומופתים »

וויפיל נאך ניקס האסטו? קענסט זיי אויסרעכענען דא?

ערנסט גערעדט, דער עולם וואלט געווען נייגעריג צו זעהן פון אונטער די קוליסן וואס עס טוט זיך, די מעטריקס און סטאטיסטיקס. וויפיל יוניק באזוכער* א חודש, וויפיל פון זיי אויף א כסדר'דיגע באזיס און וויפיל פאלן אריין אמאל אמאל, וויפיל שעות פארשווענדן דא דער עולם פער טאג (אן קיין נעמען פארשטייט זיך...)

*איי פי אדרעסן איז נישט אינטערסאנט, דער עולם נוצט עטליכע דעווייסעס אנצוקומען צום וועלטל. בשעת מיט אומאיינגעשריבענע געסט איז דאס נישט מעגליך צו מברר זיין, קען מען אבער יא האבן עפעס א חשבון ווען עס קומט צו אריינגעלאגטע ניקס.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך לכאורה »

משה בעלז האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:52 pm
וואס האלט די מנהל איבער אלע פריוואטע נייעס טישלעך וואס האבן זיך לעצטענס געעפענט אויף די וועלט?
גוטע פראגע. עס געבט א געלעגנהייט פאר די געניטע נייעס ברענגער צו האבן א פריוואטן ארט זיך אויסצוגעבן, אן דארפן קוקן אויב דער קאלעגע/קאנקורענט האט שוין אויסגעכאפט דעם ספעציפישן נייעסל. פון די אנדערע זייט מאכט עס אפטמאל דער עולם זאל זיך גוט איינ'חזר'ן די נייעס, ווען צומאל קען מען איבערליינען די זעלבע נייעס פיר מאל מיט אנדערע ווערטער.

לדעתי טוען די פאזיטיווע חלקים איבערוועגן.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך מיסטעריעז »

וואס איז די רמז אין די זעקס מאל אנהייבן מיט ב"ה?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד

תגובה דורך לכאורה »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:53 pm
סיריעסלי, וואסערע מצוה האט מען געטון פאר אייוועלט אז מזאל קענען האבן די ערליכסטע שנעלסטע קראנטסטע און געשמאקסטע וועבסייט אויפן כדור העולם?
WOW, מאכסט מיין טאג.

ס'איז אינטערעסאנט, ווייל דו קוקסט עס אן פאזיטיוו, אבער איך קען זען אז מענטשן זאלן עס באטראכטן פונקט דאס פארקערטע, און יענע פרעגן גאר אנדערש...

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע מצוה האט דאס געקענט צוברענגען, איך ווייס אבער וואס דאס האט צוגעברענגט ב"ה.
פארשפארט

צוריק צו “אידישע וועלט”