סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ברכו שמו
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 4:52 pm

סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכו שמו »

באלאנגט נישט מן הסתם דא: - מקעהן עס מעביר זיין על מקומו - אבל זכות הרבים יהיה לרפואה שלימה לבתי תחי'
רבותי האטס שכל קוקטס נישט ווי מטאר נישט
לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם - אין סשטייט נישט חוץ מקאנדידאטן ומנהיגים
און דערנאך לאמיר זאגן פאר אונזערע קינדער, יא, איך גלייך פאליטישע נייעס אבער יעצט האב איך א פראבלעם אז א פרוי שטייט אין די ליין אין עס איז
די זעלבע איסור - אויב נישט מער - ווייל עס ציעט, אין די תורה ערלויבט דאס נישט.
יפה שעה אחת קודם
נא ונא למחול אותי
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

גערעכט און קלאר, עס דארף געזאגט ווערן
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

א'ל נא רפא נא לה!
Illegitimi non carborundum
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

ברכו שמו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:03 pm
באלאנגט נישט מן הסתם דא: - מקעהן עס מעביר זיין על מקומו - אבל זכות הרבים יהיה לרפואה שלימה לבתי תחי'
רבותי האטס שכל קוקטס נישט ווי מטאר נישט
לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם - אין סשטייט נישט חוץ מקאנדידאטן ומנהיגים
און דערנאך לאמיר זאגן פאר אונזערע קינדער, יא, איך גלייך פאליטישע נייעס אבער יעצט האב איך א פראבלעם אז א פרוי שטייט אין די ליין אין עס איז
די זעלבע איסור - אויב נישט מער - ווייל עס ציעט, אין די תורה ערלויבט דאס נישט.
יפה שעה אחת קודם
נא ונא למחול אותי
אמת ונכון
איינע פון די סיבות פארוואס איך האף אז העריס וועט פארלירן, געהאט די זעלבע אישו מיט קלינטאן אין 16 (געדענק איך ווען ר' שאול יצחק ז"ל האט געשריגן אין ביהמ"ד אז ער געט א מיליאן דאללאר פאר איינעם וואס האט א סמארטפאון און נאכנישט געזען קלינטאן.. יהא זכרו ברוך)
ורפואה שלמה לבתך תחי' בתושח"י אמן
רפרם גרינפעלד
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

וויזשניצער רבי זצ"ל האט זיך שטארק געפרייט אז טראמפ האט עס געמאכט ווייל ווייניגער אידן וועלן נכשל ווערן מיטן קוקן אויף נשים.

אויף למעשה ווייס איך נישט צו מ'קען עפעס ארויסנעמען פון די מעשה, ווייל דעמאלטס האט מען נאכנישט געוואוסט וואס מווייסט היינט, אז אונז זענען נישט קיין רעפובליקאנער און נישט קיין דעמאקראטן אונז זענען אידן, סאו אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4708
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אמת ויציב.
איך וועל אויך אריינקומען מיט נאך א ענין וואס מען וועט מיך אנקוקען ווי אלטמאדיש, אבער מיין רב זאגט דאס כסדר, און עס איז מצוה איבערזאגן לקיים "ועשית ככל אשר יוריך".
זייט ווען איז מותר געווערן טעלעוויזע? אלע אידן פון פריענדיגן דור האבן געוויסט אז טעלעוויזיע איז אסור.
קוקן די אלע וואלע מיט דעבאטעס איז לכה"פ טעלעוויזיע, סך ערגער, אבער לכה"פ אזוי ווי דאס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:55 pm
ו סאו אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב.
דהיינו על פי כח תורתך ושיקול דעתך יש איזה צד להיתר כלל?
איך האף אז די ביסט נישט פון די דוחה מאה תוכחות....
לעצט פארראכטן דורך בעקעלע.הפוכה אום דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

אמת!!

איך האב נישט געוויסט ווי אזוי העריס זעט אויס ביז איין טאג איז געליגן א בילד האלבוועגס פארדעקט
טאקע דא אויף אייוועלט !!!
צייט וואס דו ענדזשויסט צו פארברענען איז נישט קיין פארברענטע צייט.
אוועטאר
דאני
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

דאני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:10 pm
ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
זי ענדעלט צו דיין אוואטאר... פארפאסט נישט גארנישט....
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

דאני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:10 pm
ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
גא"מ, הודאה על העבר, תפילה על העתיד, עלינו על בנינו ועל דורותינו ועל כל דורות זרע ישראל עבדיך אכי"ר
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:55 pm
וויזשניצער רבי זצ"ל האט זיך שטארק געפרייט אז טראמפ האט עס געמאכט ווייל ווייניגער אידן וועלן נכשל ווערן מיטן קוקן אויף נשים.

אויף למעשה ווייס איך נישט צו מ'קען עפעס ארויסנעמען פון די מעשה, ווייל דעמאלטס האט מען נאכנישט געוואוסט וואס מווייסט היינט, אז אונז זענען נישט קיין רעפובליקאנער און נישט קיין דעמאקראטן אונז זענען אידן, סאו אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב.
וואס דארף דא צו שטיין? אויב איז עס א ווערטעל, דאן איז עס גאר גאר שוואך און זאגאר מילביג.
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:58 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:55 pm
ו סאו אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב.
דהיינו על פי כח תורתך ושיקול דעתך יש איזה צד להיתר כלל?
איך האף אז די ביסט נישט פון די דוחה מאה תוכחות....
ער באצוהט זיך לכאורה צום שמחה אז טראמפ האט געווינען, נישט צו קוקן ווי מ'טאר נישט.

ריכטיג ערעב רפרם? (אגב, כאגעהערט רעדן פון דיך אדער דיין קאזין ביי א סיום אין די 9 טעג).
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

דאני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:10 pm
ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
פארוואס וואלסטו געוואלט גאר שטארק זינדיגן מיט דיינע אויגן? אתמהה!
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
to be continued
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:51 pm
דאני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:10 pm
ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
פארוואס וואלסטו געוואלט גאר שטארק זינדיגן מיט דיינע אויגן? אתמהה!
ער זאגט נישט אז ער האט געוואלט זינדיגן חלילה
נאר פשוט אז ער וואלט ווען געוואלט זעהן וויאזוי די פרעזידענט קאנדידאטקע זעהט אויס
און טאקע דערפאר ווייל ער "וויל נישט" זינדיגן קוקט ער טאקע נישט
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

to be continued האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:53 pm
כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:51 pm
דאני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:10 pm
ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
פארוואס וואלסטו געוואלט גאר שטארק זינדיגן מיט דיינע אויגן? אתמהה!
ער זאגט נישט אז ער האט געוואלט זינדיגן חלילה
נאר פשוט אז ער וואלט ווען געוואלט זעהן וויאזוי די פרעזידענט קאנדידאטקע זעהט אויס
און טאקע דערפאר ווייל ער "וויל נישט" זינדיגן קוקט ער טאקע נישט
אה!
ריכטיג!
ייש"כ.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
רפרם גרינפעלד
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

בלינצע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:29 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:55 pm
וויזשניצער רבי זצ"ל האט זיך שטארק געפרייט אז טראמפ האט עס געמאכט ווייל ווייניגער אידן וועלן נכשל ווערן מיטן קוקן אויף נשים.

אויף למעשה ווייס איך נישט צו מ'קען עפעס ארויסנעמען פון די מעשה, ווייל דעמאלטס האט מען נאכנישט געוואוסט וואס מווייסט היינט, אז אונז זענען נישט קיין רעפובליקאנער און נישט קיין דעמאקראטן אונז זענען אידן, סאו אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב.
וואס דארף דא צו שטיין? אויב איז עס א ווערטעל, דאן איז עס גאר גאר שוואך און זאגאר מילביג.
און אויב איז עס נישט קיין ווערטל?

אויב איז עס א ווערטל קעמען דן זיין ווייל איך האלט אויך אז סאיז שוואך, אבער מילביג זיכער נישט, כהאב ראיות ברורות אויף דעם, כוועל מרחיב זיין לכשיבא.
רפרם גרינפעלד
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:51 pm
בעקעלע.הפוכה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:58 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:55 pm
ו סאו אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב.
דהיינו על פי כח תורתך ושיקול דעתך יש איזה צד להיתר כלל?
איך האף אז די ביסט נישט פון די דוחה מאה תוכחות....
ער באצוהט זיך לכאורה צום שמחה אז טראמפ האט געווינען, נישט צו קוקן ווי מ'טאר נישט.

ריכטיג ערעב רפרם? (אגב, כאגעהערט רעדן פון דיך אדער דיין קאזין ביי א סיום אין די 9 טעג).
ריכטיג
אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:51 pm
דאני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:10 pm
ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
פארוואס וואלסטו געוואלט גאר שטארק זינדיגן מיט דיינע אויגן? אתמהה!
ווייל דאס איז די נאטור פון א מאנס פערזאן, צו וועלן קוקן אויף א פרעמדע פרוי.

פשוט גענוג?


און ווייל מיר זענען הייליג פרובירט מען מיט אלע כוחות זיך צו שטארקן
(--ווערטערלאז--)
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:55 pm
וויזשניצער רבי זצ"ל האט זיך שטארק געפרייט אז טראמפ האט עס געמאכט ווייל ווייניגער אידן וועלן נכשל ווערן מיטן קוקן אויף נשים.

אויף למעשה ווייס איך נישט צו מ'קען עפעס ארויסנעמען פון די מעשה, ווייל דעמאלטס האט מען נאכנישט געוואוסט וואס מווייסט היינט, אז אונז זענען נישט קיין רעפובליקאנער און נישט קיין דעמאקראטן אונז זענען אידן, סאו אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב.
איך פריי מיך אז כאטש איין קאנדידאט איז א פרוי, אזוי האמיר ווייניגער צייט-פארברענגענדיגע קליפטשעלעך אויף אייוועלט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קהל עדתינו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:14 pm
(געדענק איך ווען ר' שאול יצחק ז"ל האט געשריגן אין ביהמ"ד אז ער געט א מיליאן דאללאר פאר איינעם וואס האט א סמארטפאון און נאכנישט געזען קלינטאן.. יהא זכרו ברוך)
אוטש. איך קען עס אפנעמען פון זיינע יורשים?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
בני לוי
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:46 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני לוי »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:51 pm
דאני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:10 pm
ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
פארוואס וואלסטו געוואלט גאר שטארק זינדיגן מיט דיינע אויגן? אתמהה!
לא יאמר אדם אי אפשי וכו'... אלא אפשי ומה אעשה והתורה אסרתו.
איי די וועלט איז א שמאלער בריק און דער עיקר און דער עיקר נישט דערשרעקן זיך
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3266
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

שאינו יודע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:58 pm
קהל עדתינו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:14 pm
(געדענק איך ווען ר' שאול יצחק ז"ל האט געשריגן אין ביהמ"ד אז ער געט א מיליאן דאללאר פאר איינעם וואס האט א סמארטפאון און נאכנישט געזען קלינטאן.. יהא זכרו ברוך)
אוטש. איך קען עס אפנעמען פון זיינע יורשים?
פארשטייט זיך דו וועסט דארפן אויפווייזן אז דו האסט איר נאך נישט געזען... טרעף א וועג וויאזוי
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:51 pm
דאני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:10 pm
ב"ה איך בין שטאלץ צו זאגען אז טראץ דעם וואס איך וואלט גאר שטארק געוואלט זעהן א בילד פון איר האבעך נישט קיין אהנונג ויאזוי זי זעהט אויס
פארוואס וואלסטו געוואלט גאר שטארק זינדיגן מיט דיינע אויגן? אתמהה!
ווי קומט אריין דא זינדיגען? איך גלייב נישט אז איינער האט דווקא את תאווה צו קוקען אויף א 60 יעריגע שווארצע גויה...

נאר פונקט ווי א נארמאלע מענטש וויל זעהן ווי אזוי טראמפ זעהט אויס וויל מען אויך קענען קאמאלע נאר היות די תורה לאזט נישט קיין ער עס נישט טון
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: סליחה למפרע - פאליטיק איז נישט מתיר די איסור מה"ת ולא תתורו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

רבותי - לאמיר נישט פארקריכן פונעם התחלת הענין
א צובראכענער יוד וויל זכותים לרפואת בתו תחי', - אבער למעשה יעדער דארף זכותים פאר זיך
לאמיר זיך באמת מתבונן זיין אין זאגן "איך קוק נישט"
טאקע לזכותה, אבער נישט פארגעסן, איך טוא קיינעם נישט קיין טובה אז איך בין מער פארזיכטיג
פאר אונזער אייגענע טובה ולמען משפחתנו
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”