ער האט נישט גארנישט, ער האט גענומען דיין נאמען און אדרעסס פון זיין לאקאלע טעלעפאן ביכל און א בילד פון דיין הויז פון גוגל מעפסברכו שמו האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 4:38 pmקודם א הקדמה: אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותיהם... און מקען גארנישט באהאלטן, ער זעהט אלעס
צום ענין
באקומען אן אימעיל ערהאלט א pdf מיט מיין נאמען - ערשטע מיט לעצטע, מיין אדרעס, היים טעלעפון - ווער סניצט עס נאך- א א פיקטשער פון מיין הויז , ער סטראשעט מיך ער האט אומאיידעלע סחורה פון מיר, סטראשעט עס מפרסם צו זיין ברבים, איין וועג ארויס האב איך נאך - נאך א מזל- איך 'ען איהם שיקן $1950 כופר נפש, - גאנץ ביליג - אין שוין איך בין אויסגעלייזט,
סליחה, והעיקר שכחתי, ער ווייזט מיר שטרענג מיטן ווארענינג פינגער, אז אויב אין ווייז אדער שיק דעים אימעיל ווייטער, ווער ער שיקן אלע עבירות קשות פון מיר וואס ער האט, - ער זאגט ער האט אסאך סחורה פון מיר - עפטער אלל, סנישט קיין הפקר וועלט - צו מיין גאנצע קאנטעקט ליסט, ער וועט מיך באשמוצן אין אלע גאסן....
- וואס וועט זיין מיט שידוכים?
- וועלעכע ביהמ"ד און מוסד וועט מיך נאך וועלן אריינעמען? נעווער מיינד אן עליה?
בקיצור, נאך איינער האט עס באקומען???
אויס יא שרעקט ענק נישט סאיז א סקעם....
פאר מער: viewtopic.php?t=70835