געדאנקען - פילע עמערלעך, פון מיינע מחשבות קעמערלעך
אן אינערליכן דראנג,
אין צוזאמענהאנג,
מיט דעם געעפענטן פירהאנג,
צו מיין פערזענליכן ראנג,
אויפן גראמען שטאנג,
נאך די מיה און פלאג אזוי לאנג.
אפאר שורה'לעך שרייבן,
די געפילן אויסרייבן,
לופטערן מיינע מחשבות,
דא אויפן וועלטל דעם ארץ זבת.
נאכן ארטיקל ערשינען,
מיר האבן אינזינען,
ווײטער שפינען,
לאזן רינען,
און פארגינען,
אפאר גראמעלעך דערינען.
געהאט א געדאנק א שטיקל,
שרייבן א ברייטן ארטיקל,
אייך אריבערפירן דעם בריקל,
אין דעם הערליכן פאעזיע גארטן,
אויפדעקן אלע קארטן,
מיט א ידיעה א אויסגעקלארטן.
פארשטיין געבן דעם אינטערעסאנטן טאפיק,
מיט מיין פעדער'ל, מיין פה מפיק.
מיט פרייד איך מעלד,
מיין באליבטן פאעזיע פעלד,
זי ווערט א העלד,
ביי יעדן צוגלייך,
נאכן אריבערשפרייזן דעם טייך,
זיך באקענען ווי רייך,
די טיפע ראמען,
פון הערליכע גראמען,
די ברייטע חכמה וואס זי פארמאגט,
די טאלאנט וואס זי טראגט,
אירע צוהערער באצויבערן,
מיט א קלארקייט א זויבערן,
אין הארץ אריינדרינגען,
די געפילן שפרינגען,
התעוררות און שמחה,
זי איז משפיע ווי א מומחה,
טרעפט דעם טיפסטן ארט,
אין הערצעלע דארט,
די ריכטיגע שינעס,
צו די טיפסטע הארץ סטרונעס.
הערן פון די מבינים, מיינע קאלעגן,
זייערע געדאנקען דערוועגן,
זײ מעגן,
זאגן אדער פרעגן,
ווי מיר אדער קעגן,
אן קיין געשלעגן,
זיך נישט אויפרעגן.
מיט אן אנגעצויגענעם געזיכט,
א ברייטע איבערזיכט,
איבער יעדע דעטאל און שיכט,
די נושא איז ברייט און געדיכט,
נישט אויפגעבן און דערשרעקן,
ווען עס נעמט נישט קיין עקן,
שרייבן און מעקן,
מיינע מחשבות ערוועקן,
אלע נקודות דעקן,
פון אלע עקן,
מיט א געשמאקַ זיך באלעקן.
די פינגער אויף די קנעפלעך טאנצן,
פארשטיין געבן אינגאנצן,
ס'זאל שיינען און גלאנצן.
מיט א שלימות פערפעקט,
יעדע שורה איבערגעטשעקט,
אלעס איז געדעקט,
גענוג קלאר און ברייט,
צום דרוק עס איז גרייט,
האפענטליך אייך אלע עס דערפרייט.
פאר די פרעסטידזש פון מיין ניק,
נאכאמאל א שנעלע איבערבליק,
יא ס'איז גענוג דיק,
איך שיין פון גליק,
און איך קליק...
.......שיק!
אין צוזאמענהאנג,
מיט דעם געעפענטן פירהאנג,
צו מיין פערזענליכן ראנג,
אויפן גראמען שטאנג,
נאך די מיה און פלאג אזוי לאנג.
אפאר שורה'לעך שרייבן,
די געפילן אויסרייבן,
לופטערן מיינע מחשבות,
דא אויפן וועלטל דעם ארץ זבת.
נאכן ארטיקל ערשינען,
מיר האבן אינזינען,
ווײטער שפינען,
לאזן רינען,
און פארגינען,
אפאר גראמעלעך דערינען.
געהאט א געדאנק א שטיקל,
שרייבן א ברייטן ארטיקל,
אייך אריבערפירן דעם בריקל,
אין דעם הערליכן פאעזיע גארטן,
אויפדעקן אלע קארטן,
מיט א ידיעה א אויסגעקלארטן.
פארשטיין געבן דעם אינטערעסאנטן טאפיק,
מיט מיין פעדער'ל, מיין פה מפיק.
מיט פרייד איך מעלד,
מיין באליבטן פאעזיע פעלד,
זי ווערט א העלד,
ביי יעדן צוגלייך,
נאכן אריבערשפרייזן דעם טייך,
זיך באקענען ווי רייך,
די טיפע ראמען,
פון הערליכע גראמען,
די ברייטע חכמה וואס זי פארמאגט,
די טאלאנט וואס זי טראגט,
אירע צוהערער באצויבערן,
מיט א קלארקייט א זויבערן,
אין הארץ אריינדרינגען,
די געפילן שפרינגען,
התעוררות און שמחה,
זי איז משפיע ווי א מומחה,
טרעפט דעם טיפסטן ארט,
אין הערצעלע דארט,
די ריכטיגע שינעס,
צו די טיפסטע הארץ סטרונעס.
הערן פון די מבינים, מיינע קאלעגן,
זייערע געדאנקען דערוועגן,
זײ מעגן,
זאגן אדער פרעגן,
ווי מיר אדער קעגן,
אן קיין געשלעגן,
זיך נישט אויפרעגן.
מיט אן אנגעצויגענעם געזיכט,
א ברייטע איבערזיכט,
איבער יעדע דעטאל און שיכט,
די נושא איז ברייט און געדיכט,
נישט אויפגעבן און דערשרעקן,
ווען עס נעמט נישט קיין עקן,
שרייבן און מעקן,
מיינע מחשבות ערוועקן,
אלע נקודות דעקן,
פון אלע עקן,
מיט א געשמאקַ זיך באלעקן.
די פינגער אויף די קנעפלעך טאנצן,
פארשטיין געבן אינגאנצן,
ס'זאל שיינען און גלאנצן.
מיט א שלימות פערפעקט,
יעדע שורה איבערגעטשעקט,
אלעס איז געדעקט,
גענוג קלאר און ברייט,
צום דרוק עס איז גרייט,
האפענטליך אייך אלע עס דערפרייט.
פאר די פרעסטידזש פון מיין ניק,
נאכאמאל א שנעלע איבערבליק,
יא ס'איז גענוג דיק,
איך שיין פון גליק,
און איך קליק...
.......שיק!